בײַ די צוקוקער פֿונעם נײַעם ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם „מנשה”, וואָס קענען גוט די חסידישע געגנטן פֿון ברוקלין, וועט דער ערשטער אײַנדרוק אפֿשר נישט זײַן אַז דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿילם (כאָטש ער איז אַ מײַסטערווערק), נאָר סתּם אַ מין באַוווּנדערונג. ווי אַזוי האָט מען געמאַכט אַזאַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿילם מיט שטאַרק פֿרומע אַקטיאָרן?
כאָטש מע האָט שוין פּראָדוצירט צענדליקער פֿילמען וועגן חסידים, צווישן זיי — אַ ריי קינעמאַטישע קאַטאַסטראָפֿעס (למשל: Holy Rollers) און עטלעכע געלונגענע קונסטפֿילמען (איבערהויפּט: „פֿעליקס און מיירע”), איז „מנשה” דער ערשטער געמאַכט פֿון אַ דרויסנדיקן פּראָפֿעסיאָנעלן רעזשיסאָר אין אַ פֿרומער געגנט מיט חסידישע אַקטיאָרן.
דער אומדערוואַרטער פֿילם האָט געהאַט זײַן פּרעמיערע אינעם בכּבֿודיקן פֿילם־פֿעסטיוואַל „סאָנדענס” און ווערט פֿאַרשפּרייט דורך דער פּרעסטיזשפֿולער פֿירמע A24 (צווישן אירע אַנדערע פֿילמען: דער הײַיאָריקער „אָסקאַר”־געווינער פֿאַרן בעסטן פֿילם — Moonlight). כּדי צו פֿאַרשטיין דעם בראשית פֿון פֿילם, דאַרף מען אָנהייבן מיט זײַן רעזשיסאָר, דזשאָשואַ ווײַנשטיין.
אַ וועלטלעכער ניו־יאָרקער ייִד אין די דרײַסיקער, איז ווײַנשטיין געפֿאָרן איבער דער וועלט, כּדי צו מאַכן דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס גיבן איבער דעם עמאָציאָנעלן אַספּעקט פֿונעם לעבן־שטייגער אין פֿאַרשידענע מקומות. אין אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס” האָט ווײַנשטיין דערקלערט, אַז ער האָט באַשלאָסן צו מאַכן זײַן ערשטן נאַראַטיוון פֿילם אין באָראָ־פּאַרק, ווײַל „מע האָט געמיינט ס׳איז אוממעגלעך; קיינער האָט עס פֿריִער ניט געטאָן.”
„ווי אַ ניו־יאָרקער תּושבֿ איז די חסידישע וועלט מיר געווען אינטערעסאַנט,” האָט ער ווײַטער דערקלערט. „די חסידים זענען אַן עיקרדיקער טייל פֿון דער שטאָט אָבער מע ווייסט ניט קיין סך וועגן זיי און דאָס וואָס מע מיינט אַז מע ווייסט איז אָפֿט מאָל נישט אַקוראַט.”
ווײַנשטיין האָט אָנגעהויבן פֿאָרן אין באָראָ־פּאַרק און רעדן מיט מענטשן אין די אָרטיקע געשעפֿטן. כאָטש אַ סך זענען געווען פֿרײַנדלעך געשטימט צו אים, האָט ער באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו מאַכן אַ פֿילם, וועט ער דאַרפֿן געפֿינען אַ מענטש פֿון דער פֿרומער וועלט, וואָס זאָל אים באַקענען מיט מעגלעכע אַקטיאָרן. האָט ער זיך געוואָנדן צו דניאל פֿינקעלמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער פֿרומער פֿילם־פֿירמע Sparks Next, וואָס פּראָדוצירט פּאָפּולערע מוזיק־ווידעאָס מיט אַזעלכע שטערן ווי ליפּא שמעלצער, מרדכי בן־דוד, אַבֿרהם פֿריד, די „שארית־הפּליטה קאַפּעליע‟ און דער בדחן יואלי לעבאָוויטש.
פֿינקעלמאַן האָט אים געעצהט צוזאַמענאַרבעטן מיטן פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער. ווען ווײַנשטיין איז געקומען אויף דער פֿילמיר־סעסיע פֿון ליפּאס אַ מוזיק־ווידעאָ, איז אויך געווען דערבײַ ליפּאס שוואָגער מנשה לוסטיג. ס׳איז, אַ פּנים, געווען באַשערט אַזוי.
ווײַנשטיין האָט געזען מנשהס קאָמעדיע־סקיצן און זיך דערוווּסט וועגן זײַן לעבנס־געשיכטע. אַ יונגער אַלמן, האָט מען שטאַרק געדריקט אויף אים ווידער חתונה צו האָבן כּדי זײַן זון זאָל דערצויגן ווערן דורך אַ מאַמען און אַ טאַטן, אָבער מנשה האָט זיך אָפּגעזאָגט, האַלטנדיק אַז ער קען אַליין אויפֿהאָדעווען זײַן קינד. דער דאָזיקער סצענאַר איז געוואָרן דער יסוד פֿונעם פֿילם, כאָטש מע האָט געענדערט אַ סך פֿאַקטן פֿון מנשה לוסטיגס אמתער געשיכטע.
אויף דער פֿראַגע, ווי עס איז געווען צו רעזשיסירן אַן אַקטיאָר, וועמענס לעבן איז געווען אַזוי ענלעך צום לעבן פֿונעם העלד וואָס ער שפּילט, האָט ווײַנשטיין געענטפֿערט: „ס׳איז געווען אויסערגעוויינטלעך, ווײַל ער האָט געהאַט אַ געוואַלדיקן קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע, וואָס ער האָט דערפֿון געקענט שעפּן. ס׳איז מיר שטאַרק געפֿעלן, וואָס ער קען זיך אַרײַנטראַכטן אין פּרטים פֿון זײַן אייגן לעבן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט עס אויך געשאַט ווײַל דער פֿילם האָט געדאַרפֿט שילדערן דעם העלד ׳מנשה׳ און ניט דעם אַקטיאָר, מנשה לוסטיג.”
אין איין קריטישער סצענע, למשל, האָט דער טאַטע געדאַרפֿט שלאָגן זײַן זון, דעם יונגן אַקטיאָר ראובֿן ניבאָרסקי.
„אינעם עכטן לעבן וואָלט מנשה לוסטיג ניט געקענט טאָן אַזאַ זאַך,‟ האָט ווײַנשטיין דערקלערט. „ער האָט עס אויך ניט געקענט טאָן בײַם פֿילמירן, ווײַל ס׳האָט זיך אים געדאַכט ווי ער גיט אַ זעץ זײַן אייגן קינד. מיר האָבן פֿילמירט די סצענע אָבער ער האָט בלויז געשריגן אויף אים. האָבן מיר פֿילמירט די סצענע נאָך אַ מאָל און ער האָט זיך געמאַכט, ווי ער שלאָגט אים. מער ווי דאָס האָט ער נישט געקענט. מנשה איז געווען הונדערט־פּראָצענט איבערגעגעבן זײַן ראָלע, מיט לײַב און לעבן. דאָס איז שוין אָבער געווען צו פֿיל.”
נאָך דעם וואָס ווײַנשטיין האָט געפֿונען זײַן „שטערן” און באַשלאָסן צו ניצן זײַן לעבן ווי דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם, האָט ער גענומען זוכן אַ ייִדיש־רעדנדיק ייִנגל, וואָס זאָל קענען שפּילן מנשהס זון. ער האָט געזוכט אין באָראָ־פּאַרק אָבער אָן דערפֿאָלג.
„האָבן מיר אָנגעהויבן זוכן מחוץ דער חסידישער וועלט און געפֿונען ראובֿן,” האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „ער איז אַ זיס קינד, אַ גוטמוטיקס מיט גרויסע אויגן. שטיל, אַ ביסל שעמעוודיק. מנשה, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז טרויעריק, כּמעט צעבראָכן און דאָך — אַן עקסטראָווערט. זענען זיי טאַקע געווען אַ פּערפֿעקטע פּאָר. איך האָב גלײַך דערזען, אַז זיי שפּילן גוט צוזאַמען און איך האָב געוווּסט, אַז דער פֿילם וועט מיר געלינגען.‟
אַזוי ווי כּמעט אַלע אַקטיאָרן אינעם פֿילם, האָט ראובֿן ניבאָרסקי קיינמאָל פֿריִער ניט געשפּילט אין קיין אַמאַטאָרישער פּיעסע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿילם. פֿון בלויז די ערשטע מאָמענטן פֿון זײַן אויפֿטריט, אָבער, דערקענט מען, אַז ער פֿאַרמאָגט אַ געבוירענעם טאַלאַנט דערצו.
אויף דער פֿראַגע ווי האָט ער זיך צוגעגרייט צו זײַן ראָלע האָט ראובֿן געענטפֿערט: „איך האָב זיך באמת ניט צוגעגרייט. זיי האָבן מיר געזאָגט וואָס צו טאָן — און איך האָב עס געטאָן.‟ איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס מנשהס און ראובֿנס שפּילן צוזאַמען זעט אויס אַזוי נאַטירלעך, איז ווײַל זיי האָבן אָפֿט מאָל אַליין אויסגעטראַכט זייער דיאַלאָג און אַפֿילו וואָס זיי וועלן טאָן אין אַ געוויסער סצענע.
„זיי זענען ביידע געוואַלדיקע אימפּראָוויזאַטאָרן,‟ האָט ווײַנטשיין געזאָגט. „אַ סך אַנדערע אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט פּראָפֿעסיאָנעלע, האָבן ניט אַזאַ פֿעיִקייט. פֿאַר ס׳רובֿ אַקטיאָרן אין דעם פֿילם האָט מען טאַקע געדאַרפֿט אָנשרײַבן גענויע רעפּליקן.‟
דאָס שאַפֿן דעם דיאַלאָג איז פֿאַר ווײַנשטיין און זײַנע מיטשרײַבער אַלעקס ליפּשולץ און מוסאַ סײַעד, אָבער ניט גרינג געגאַנגען, ווײַל מע האָט געדאַרפֿט ניט בלויז אָנשרײַבן די רעפּליקן, נאָר זיי איבערזעצן אויף ייִדיש, אַ שפּראַך וואָס זיי קענען בכלל ניט.
„איך האָב געוווּסט פֿונעם סאַמע ערשטן טאָג אָן, אַז מע מוז מאַכן דעם פֿילם אויף ייִדיש,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „צום טייל איז דאָס געווען אַ רעאַקציע אויף די אַלע פֿילמען וועגן חסידים, וואָס זענען זייער אומאויטענטיש וואָס שײך דער שפּראַך און די בגדים.‟
כּדי איבערצוזעצן דעם פֿילם, האָט מען ניט סתּם געקענט אָנשטעלן אַן איבערזעצער, נאָר געדאַרפֿט געפֿינען מענטשן, וואָס קענען אַלע פּיטשעווקעס פֿונעם היימישן ברוקלינער ייִדיש. פֿאַר דעם האָט ווײַנשטיין זיך געוואָנדן צו אַרי מאַנדעל, אַ געוועזענער חסיד וואָס האָט אַ סך פּראַקטיק ווי אַן איבערזעצער פֿאַר פֿרומע ייִדן.
„דער פּראָצעס פֿון איבערזעצן דעם דיאַלאָג איז געווען ממש ווי פּילפּול,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „ס׳איז אומגלייבלעך וויפֿל שעהען זענען פֿאַרבײַ וואָס מע האָט זיך געאַמפּערט איבער אַ וואָרט צוויי. כ׳האָב דערפֿון ממש באַקומען עטלעכע גראָע הערעלעך…”
כאָטש דער פֿילם האָט געשטרעבט נאָך רעאַליזם, האָט ער טאַקע צוליב דעם שפּראַך־ענין נישט געטראָפֿן אין פּינטל. אַלע היימישע אַקטיאָרן קלינגען אויטענטיש, נאָר די וואָס קענען גוט די שפּראַך וועלן גלײַך דערקענען, אַז ניט אַלע אַקטיאָרן רעדן דעם זעלבן דיאַלעקט. איין אַקטריסע רעדט אַ פּרעכטיקן בעסעראַבער ייִדיש (וואָס מע הערט אַוודאי ניט אין באָראָ־פּאַרק) און ראובֿן ניבאָרסקי, אַ זון פֿון ישׂראלדיקע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן, רעדט אין זײַן געבוירענער כּלל־שפּראַך. כאָטש מע האָט בײַ אים געשניטן די האָר און צוגעקלעפּט פּאות, וועלן אַלע ייִדיש־קענער דערקענען, אַז ער שטאַמט ניט פֿון די פֿרומע קרײַזן.
„עס זענען געווען עטלעכע דיאַלעקטן,” האָט ראובֿן געזאָגט. „מענטשן האָבן געזאָגט ׳גיט׳ אַנשטאָט ׳גוט.׳ איך האָב ניט פּרובירט צו קלינגען ווי זיי אָבער אַמאָל האָב איך אָן טראַכטן אָנגעהויבן צו רעדן אַזוי אויך.‟
נאָכן געפֿינען ראובֿן ניבאָרסקי, איז די גרעסטע שוועריקייט פֿאַר ווײַנשטיינען געווען צו געפֿינען סטאַטיסטן, זײַטיקע אַקטיאָרן. ער האָט געזוכט אומעטום, איבערגעלאָזט זײַן וויזיט־קאַרטל אין פֿאַרשידענע געשעפֿטן, אויפֿגעהאָנגען פֿלי־בלעטלעך בעטנדיק די אַקטיאָרן, זיי זאָלן מיטברענגען זייערע פֿרײַנד. אָפֿט מאָל זענען די סטאַטיסטן געקומען אויף איין טאָג און קיינמאָל ניט צוריקגעקומען.
„בײַ מיר איז דער פֿילם געווען ווי אַ געשפּענסט,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „ווען אַנדערע אַקטיאָרן וואָלטן זיך באַוויזן אין אַ געוויסן טאָג, וואָלט עס מסתּמא פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אַנדער מין פֿילם.‟
דאָס וואָס מנשה לוסטיג און דניאל פֿינקעלשטיין האָבן אָנטייל גענומען אין דער פּראָדוקציע, האָט אָבער געהאָלפֿן צו באַרויִקן די אַקטיאָרן. מע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז פֿינקעלשטיין און לוסטיג וואָלטן זיך ניט באַטייליקט, ווען דער פֿילם וואָלט ניט געווען „כּשר”.
געוויסע חסידישע אַקטיאָרן וואָס האָבן זיך ניט געזאָרגט וועגן דעם אינהאַלט פֿונעם פֿילם גופֿא, האָבן אָבער יאָ געדאגהט, וואָס זייערע שכנים וועלן זאָגן, טאָמער זיי דערוויסן זיך, אַז זיי האָבן געשפּילט אין אַ פֿילם.
„מיר האָבן זיך געהיט דערפֿאַר,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „מיר האָבן, למשל, ניט פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די אַקטיאָרן ביז דער פֿילם איז אַרויס. איך האָף אַז די חסידים וואָס קוקן דעם פֿילם וועלן אײַנזען, אַז מיר האָבן געשאַפֿן אַ באַלאַנסירטע שילדערונג פֿון זייער ציבור. דער ציל איז ניט געווען צו דעמאָניזירן, נאָר צו פֿאַרמענטשלעכן. ניט אַלצדינג קען אויסזען שיין. דאָס וואָלט געווען אַ באָבע־מעשׂה. פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, טאָר מען ניט איגנאָרירן דעם געוואַלדיקן חסד אין די פֿרומע קרײַזן, דעם אופֿן ווי אַזוי זיי שטיצן אונטער איינער דעם צווייטן. דאָס איז אַ זאַך וואָס מע מעג יאָ לויבן.‟
ווײַנשטיין האָט שוין גערעדט מיט עטלעכע חסידים וואָס האָבן געזען דעם פֿילם און זייער אָפּרוף איז געווען אַ פּאָזיטיווער. „זיי זענען געווען אַנטציקט,” האָט ער געזאָגט. „ס׳איז זיי, אַ פּנים, געווען זייער אינטערעסאַנט צו זען, ווי מע שפּיגלט אָפּ זייער לעבן אויפֿן זילבערנעם עקראַן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.