שוועדישער ייִדיש־סעמינאַר וועט מוטיקן אַקטיווע באַטייליקונג

Swedish Yiddish Seminar To Be More Participatory

פּערל גראָסמאַן
Courtesy of //prosodia.se
פּערל גראָסמאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 01, 2017, issue of August 25, 2017.

דער יערלעכער ייִדיש־סעמינאַר אין שטאָקהאָלם, שוועדן, וועט הײַיאָר אויסזען אַ ביסל אַנדערש ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן. דאָס מאָל וועט מען מוטיקן די באַטייליקטע אַקטיוו אָנטיילצונעמען אין אַ ריי אַקטיוויטעטן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

„מיר האָבן באַשלאָסן זיך צו קאָנצענטרירן אויף ייִדיש־קלאַסן פֿון פֿאַרשידענע ניוואָען, און צו העלפֿן די באַטייליקטע זײַן מער אַקטיוו אַנשטאָט פּשוט צו זיצן און הערן רעפֿעראַטן,‟ האָט פּערל גראָסמאַן, אַ ייִדיש־פּעדאַגאָג און אָרגאַניזירער פֿונעם סעמינאַר, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟.

די פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר פֿרײַטיק, דעם 11טן אויגוסט ביז זונטיק דעם 13טן, וועט הײַיאָר אַרײַננעמען אַ פֿולע פּראָגראַם. די ליטעראַטור־פֿאָרשערין ד״ר מרים טרין, איר טאָכטער — עטל טרין ניבאָרסקי, און שטאַפֿאַן באָס וועלן לערנען די ייִדיש־קלאַסן. דער דיריגענט פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟ אין ניו־יאָרק, בנימין שעכטער, וועט צונויפֿשטעלן אַ כאָר, וואָס וועט בײַם סוף אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט; שיין בייקער וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט פֿון טעאַטער־אימפּראָוויזאַציע; העלענאַ דאָן לינד וועט אָנפֿירן יאָגאַ אויף ייִדיש, און עוואַ פֿריד און לילאַ קאָקעט וועלן אָנפֿירן מיט אַ קאָכסעסיע וווּ מע וועט צוגרייטן עטלעכע פּאָטראַוועס אויף שבת.

דערצו וועט די ייִדישע ביבליאָטעקאַרין פֿון ניו־יאָרק, מרים־חיה סגל, אָפּהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די בראָדער־זינגער.

אַ טייל פֿון די אַקטיוויטעטן וועלן פֿאָרקומען אויף ייִדיש, און אַנדערע — אויף ענגליש און שוועדיש.

מרים־חיה וועט אויך אויפֿטרעטן מיט שיין און בנימין אין אַ בשותּפֿותדיקער פֿאָרשטעלונג פֿאַרן גאַנצן עולם. מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 6טן אויגוסט, וועלן מרים־חיה און שיין, ווי אַ טייל פֿונעם שוועדישן ייִדיש־סעמינאַר, אויפֿטרעטן אין מאַלמע, שוועדן, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט יאָהאַן אָלסאָן.

דער סעמינאַר ווערט געשטיצט, ווי יעדעס יאָר, פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש אין שוועדן‟, אַ דאַנק סובסידיעס פֿון פֿאַרשידענע רעגירונג־אינסטאַנצן.