רעדאַקטירט פֿון גענאַדי עסטרײַך און מיכאַיִל קרוטיקאָװ (אָקספֿאָרד: „לעגענדע”, 2017)
די בריטישע ביכער־סעריע „שטודיעס װעגן ייִדיש“, אַרױסגעגעבן פֿונעם „לעגענדע־פֿאַרלאַג“ (באַקאַנט בײַ פֿאָרשערס ווי „די לעגענדע־סעריע“) איז לױט מײַן אָפּשאַץ דער סאַמע װיכטיקסטער אַדרעס פֿון דער הײַנטיקער פֿאָרשונג װעגן דער ליטעראַטור און דער קולטור פֿון ייִדיש אין דער װעלט.
געגרינדעט געװאָרן אין די סוף־1990ער יאָרן אונטער דער השגחה פֿון יוסף שערמאַן, ז״ל, איז די סעריע דער לעצטע איבערבלײַב פֿון װאָס איז אַמאָל געװען אַ װיכטיקער צענטער פֿון ייִדישער פֿאָרשונג און פּעדאַגאָגיק אין אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט, אין ענגלאַנד. אין משך פֿון דער סעריע האָבן די איצטיקע מיט־רעדאַקטאָרן, גענאַדי עסטרײַך און מיכאַיִל קרוטיקאָװ (װאָס האָבן בײדע געאַרבעט אין אָקספֿאָרד מיט 20 יאָר צוריק, נאָכן האָבן זיך באַקענט „צװישן די חורבֿות“ פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער קולטור), געמאַכט אַ װיכטיקן בײַטראָג — און צו מאָל דעם אײנציקן בײַטראָג אױף ענגליש — צו דער פֿאָרשונג פֿון פֿיגורן װי דוד בערגעלסאָן (באַנד 6), פּרץ מאַרקיש (באַנד 9) און יוסף אָפּאַטאָשו (באַנד 11), ווי אויך ברײטערע טעמעס אַזױ װי די ייִדן און די לינקע (באַנד 3), ייִדיש אין דער װײַמאַרער רעפּובליק (באַנד 8), און קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש (באַנד 14).
דער נײַסטער באַנד אין דער סעריע הײסט „דרײַ שטעט פֿון ייִדיש“ און נעמט דעם נאָמען פֿון אַ ראָמאַן װאָס שלום אַש האָט געדרוקט, לכתּחילה אין המשכים אין „פֿאָרװערטס,“ צװישן די יאָרן 1927־1932. אין דעם טיטל אַלײן דערשפּירט מען שױן אַ געװיסע ירידה פֿון די פֿריִערדיקע בענד אין דער סעריע. ערשטנס, הגם דער ראָמאַן הײסט אױף ענגליש „דרײַ שטעט,“ הײסט עס אױף ייִדיש „פֿאַרן מבול.“ דעם אמת געזאָגט װײס איך בכלל נישט פֿאַר װאָס מע זאָל געבן אַ נאָמען אַ זאַמלונג װעגן ייִדישער קולטור נאָך אַזאַ מיטלמעסיקער מעלאָדראַמע װי אַשעס ראָמאַן.
והשינית, אַז איך וואָלט אַרויסגעגעבן אַ באַנד װעגן שטאָטישקײט און דער קולטור אױף ייִדיש, װאָס איז אײגנטלעך אַ װיכטיקע טעמע, װאָלט איך דװקא נישט אויסגעקליבן אָט די דרײַ שטעט. פֿאַר װאָס פּעטערבורג, װאַרשע, און מאָסקװע און נישט אָדעס, קיִעװ און װילנע? פֿאַר װאָס האָט מען נאָך נישט אַרױסגעגעבן אַ באַנד אין דער סעריע געװידמעט, למשל, ניו־יאָרק? כאָטש ס׳רובֿ פֿון די אַרטיקלען אין דער זאַמלונג זענען טאַקע כּדאי צו לײענען, איז נישט אָנגעגעבן קײן ערנסטע טעזע אָדער אַרגומענט װאָס זאָל פֿאַרבינדן די פּערספּעקטיװן און מעטאָדאָלאָגיעס פֿון אַלע אַרטיקלען אין דער זאַמלונג.
צװישן די סאַמע אױסגעצײכנטע אַרטיקלען אין דער זאַמלונג, קען מען אָנװײַזן אױף די קאַפּיטלען װאָס עסטרײַך און קרוטיקאָװ האָבן אַלײן אָנגעשריבן, װאָס הייבן אַרויס סײַ זייערע באַזונדערע טאַלאַנטן, סײַ זייערע בשותּפֿותדיקע אינטערעסן און שאַפֿן דערבײַ אַ פּראָדוקטיװע שותּפֿות צװישן די צװײ פֿאָרשערס. עסטרײַכס אַרטיקל װעגן שולם אַשעס װיזיט קײן מאָסקװע אין יאָר 1928 גיט איבער אַן אַנדער בליק פֿון דער הױפּטטעמע אין עסטרײַכס אַרבעט: װי אַזױ די ייִדישע ליטעראַטור, אי אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אי אין קאַפּיטאַליסטישן גלות, האָט זיך באַצױגן צום ענין קאָמוניזם.
בײַ ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבערס איז די באַציִונג זײער אױסגעהאַלטן: דער שרײַבער פֿאַראינטערעסירט זיך אין קאָמוניזם צוליב אידעאַליסטישע סיבות, װערט געצװוּנגען פֿון דער רעגירונג אָנצונעמען אוממענטשלעכע דעות — װעגן עסטעטיק אָדער װעגן ייִדישע ענינים, אָדער װעגן זײַנע אײגענע חבֿרים — און דערנאָך װערט דער מחבר שטאַרק אַנטוישט אין דער רעגירונג; בײַ שרײַבערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז דאָס געפֿיל פֿון גענאַרונג געװײנטלעך פֿאָרגעקומען צו שפּעט אַז דער שרײַבער זאָל קענען זיך אַרױסדרײען פֿון געפֿאַנגעניש.
אָבער מיט אַש איז דער פֿאַל גאָר אַנדערש; אַש איז דעמאָלט געװען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער שרײַבער אױף דער װעלט, מער באַרימט אין דער איבערזעצונג װי אין דער אָריגינעלער שפּראַך, און ער איז טאַקע אָנגעקומען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד גיכער װי אַ װעלט־פּערסאָנאַזש אײדער אַ ייִדישער שרײַבער אָדער עמיגראַנט פֿון מזרח־אײראָפּע. כאָטש עסטרײַך פֿאַרצײכנט סײַ אַשעס צוגאַנג צו דער רײַזע, סײַ די שפּאַנונג װאָס ער האָט געטראָפֿן פֿון די היגע, איז דאָס נישט קײן באַווײַז אַז אײנער איז באמת פֿאַרבונדן מיטן אַנדערן, און קײן בײַט אין װעלטבאַנעם איז נישט פֿאָרגעקומען, נישט בײַ אַשן און נישט בײַ זײַנע סאָװעטישע כּנגדים.
קרוטיקאָװס אַרטיקל איז װײניקער היסטאָריש־ביאָגראַפֿיש געשטימט, און מער געװידמעט דעם ליטעראַרישן כאַראַקטער פֿון זײַן טעמע: אַ בוך רײַזעבילדער מיטן נאָמען „הױפּטשטעט“, װאָס דער נסתּר (פּנחס קאַהאַנאָװיטש) האָט געשריבן װעגן כאַרקיװ, פּעטערבורג (לענינגראַד, אין יענע יאָרן) און מאָסקװע אין די מיט־1930ער יאָרן. די דײַטשע פּראָפֿעסאָרשע זאַבינע קאָלער שרײַבט דאָ װעגן דעם זעלבן טעקסט, און ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרגלײַכן די צװײ פּערספּעקטיװן װעגן דער נסתּרס בוך, וואָס איז ביז לעצטנס ווייניק דערמאָנט געוואָרן.
קרוטיקאָװס עסײ איז אַ טײל פֿון אַ בוך װאָס ער האַלט אין מיטן שרײַבן װעגן דער נסתּרס קאַריערע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און דאָס בוך „הױפּטשטעט“ שפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער נסתּרס אַנטװיקלונג װי אַ טרײַער דינער פֿון דער עסטעטיק פֿון „סאָציאַליסטישן רעאַליזם“. עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן אַז מיט פֿיר יאָר צוריק האָט מען אַרױסגעגעבן אַ באַנד װעגן דער נסתּר אין דער זעלבער סעריע (באַנד 12), אָבער מע האָט אין יענער זאַמלונג דערמאָנט „הױפּטשטעט“ בלויז דרך־אַגבֿדיק, בשעת דאָ געפֿינט מען סוף־כּל־סוף אַן ערנסטע באַהאַנדלונג פֿון אַ מחבר, װאָס געפֿינט זיך — װי די שטעט כאַרקיװ, פּעטערבורג, און מאָסקװע — אין מיטן אַן איבערגאַנג פֿון אַן עלטערן סטיל און קולטור־אידעאָלאָגיע צו אַ נײַעם חשק זיך צוצופּאַסן צו די פֿאָדערונגען פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים.
חוץ די מעלות פֿון די באַזונדערע עסײען, איז נישטאָ קײן אַרומנעמיקער געדאַנק װאָס זאָל אויפֿקלערן דאָס שײַכות צווישן די עסייען. די זאַמלונג הײבט זיך אָן מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון קנאַפּע פֿיר זײַטן, און עס איז אַפֿילו נישטאָ קײן דערקלערונג — נישט אין די אַרטיקלען גופֿא און נישט בײַם אָנהײב אָדער בײַם סוף פֿון בוך — קיין פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן די שרײַבערס פֿון די אַרטיקלען אָדער קיין דערמאָנונג אַז די קאַפּיטלען באַטרעפֿן אַ טייל פֿון גרעסערע פֿאָרש־פּראָיעקטן.
איך חידוש זיך, למשל, וועגן אַן עסײ דאָ פֿון אַלעקסאַנדער פֿרענקל, „האָט מיכאל עפּעלבױם טאַקע שטודירט אין דער װאַרשעװער קאָנסערװאַטאָריע?“ איך פֿאַרשטײ נישט װאָס די פֿראַגע האָט צו טאָן מיט דער קשיא װי אַזױ די ייִדן זענען פֿאַרװאַנדלט געוואָרן פֿון אַ שטעטלדיק פֿאָלק אין אַ שטאָטישן פֿאָלק, אָדער װאָס פֿאַר אַ ראָלע די װאַרשעװער קאָנסערװאַטאָריע זאָל האָבן געשפּילט אין דעם. עס פֿעלט דאָ אַ דערקלערונג װי אַזױ די טעמעס פֿון דער זאַמלונג זענען אָרגאַניזירט און פֿאָרגעשטעלט געוואָרן.
איך דריק אױס די קריטיק פּשוט װײַל די סעריע בכלל איז אַזױ װיכטיק אינעם שטח פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג. באמת איז נישטאָ קײן אַנדער בײַשפּיל אין דער פֿאָרש־ליטעראַטור זינט מע האָט פֿאַרלייגט די „פֿעלד פֿון ייִדיש“־סעריע מיט העכער פֿופֿציק יאָר צוריק (און יענע סעריע האָט נאָר באַװיזן פֿינף בענד אין משך פֿון פֿערציק יאָר) װאָס זאָל אָפּגעבן אַזױ פֿיל כּבֿוד און מי דער ייִדישער ליטעראַטור װי די „לעגענדע־סעריע“. דערפֿאַר איז די דערװאַרטונג אױף דער סעריע אַזױ גרױס. ס׳איז גרינג צו געפֿינען אַרטיקלען װעגן ייִדישער קולטור אָן קאָנטעקסט און אָן אַ דיאַלאָג מיט אַנדערע פֿאָרשערס אָדער פֿאָרש־טעמעס; מע קען זיך אָנשטױסן אין דעם אויך אין אַנדערע זשורנאַלן. אָבער צו געפֿינען אַ באַנד װאָס ברענגט צונויף אַן אמתן אַהבֿת־ייִדיש און אמתע מבֿינות קען מען נאָר געפֿינען אין אָט דער סעריע. לאָמיר האָפֿן אַז אין צוקונפֿטיקע בענד װעלן די רעדאַקטאָרן זיך אומקערן צום זעלבן סטיל װאָס האָט געמאַכט די פֿריִערדיקע בענד אַזעלכע מוסטערס פֿון דער פֿאָרש־ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.