אַ פֿאַרבעטונג פֿון דער „ווילנער עספּעראַנטאָ געזעלשאַפֿט‟, אָנגעשריבן מיט דער האַנט אויף ייִדיש אין 1937, איז די טעג אַנטדעקט געוואָרן.
דוד מאַזאָווער, אַ זשורנאַליסט וואָס וועט סוף־אויגוסט ווערן דער ביבליאָגראַף און דירעקטאָר פֿון ספּעציעלע פּראָיעקטן בײַם „ייִדישן ביכער צענטער‟ (און אַן אור־אייניקל פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלום אַש), האָט געמאָלדן אויף „פֿייסבוק‟, אַז ער האָט געפֿונען די יקר־המציאות דורך דער אָנלײַן אײַנקויף־פֿירמע „אי־ביי‟. דער פֿאַרקויפֿער וווינט אין חיפֿה.
עספּעראַנטאָ איז אַ קינסטלעכע שפּראַך געשאַפֿן אין 1887 וואָס ניצט די וואָרצלען פֿון אַ גאַנצער ריי אייראָפּעיִשע שפּראַכן. דער שאַפֿער פֿון דער שפּראַך איז געווען אַ ייִדישער אויגן־דאָקטער, לודוויק זאַמענהאָף. זײַן האָפֿענונג איז געווען אַז דאָס לשון זאָל מיט דער צײַט דינען ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער מיטל פֿון קאָמוניקאַציע און במילא אַן אופֿן צו אַנטוויקלען אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער.
אין דער פֿאַרבעטונג, וואָס איז אָנגעשריבן מיט אַ קלאָרן כּתבֿ, שטייט אַזוי:
אונדזער געזעלשאַפֿט האָט דעם כּבֿוד אײַנצולאַדן אײַך אויף דער אויסשטעלונג, „דער ייִדישער אָנטייל אין דער עספּעראַנטיסטן באַוועגונג און ליטעראַטור‟. די אויסשטעלונג איז אָפֿן אַ גאַנצן טאָג שבת, דעם 22סטן אַפּריל פֿון 9 פֿרי ביז 6 אָוונט אין לאָקאַל פֿון ייִדישן טעכנישן ליציי, גדאַנסקע 3. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.
מיט אַכטונג,
פֿאָרזיצער,
(נאָמען אומקלאָר)
סעקרעטאַר,
סובאַטניק
דער פֿאַקט אַז די פֿאַרבעטונג פֿון דער „ווילנער עספּעראַנטאָ געזעלשאַפֿט‟ איז געשריבן אויף ייִדיש איז אַליין אינטערעסאַנט. ערשטנס, איז עס אַ סימן אַז עספּעראַנטאָ האָט דעמאָלט, אין די יאָרן פּונקט פֿאַרן חורבן, געהאַט אַ סך ייִדישע אָנהענגער. צווייטנס, ווילט זיך וויסן, ווי עס פֿרעגט מאַזאָווער אַליין: צי זענען אין דער „ווילנער עספּעראַנטאָ געזעלשאַפֿט‟ אויך געווען נישט־ייִדיש־רעדנדיקע מיטגלידער? און נאָך אַ שאלה: פֿאַר וואָס איז די פֿאַרבעטונג נישט געשריבן אויך אויף עספּעראַנטאָ?
מאַזאָווערס מעלדונג וועגן זײַן געפֿינס, און זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער פֿאַרבעטונג, האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעסאַנטן שמועס. וועראָניקאַ בעלינג, אַ פּענסיאָנירטע ביבליאָטעקאַרין אין קייפּטאַון, דרום־אַפֿריקע, האָט אַליין אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער עספּעראַנטאָ־געזעלשאַפֿט אין ווילנע, אַראָפּגענומען אין 1932, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין דער „אַפֿריקאַנער ייִדישע צײַטונג‟ אין דרום־אַפֿריקע, 1952.
אינעם בילד זעט מען טאַקע אַ פּאָרטרעט פֿון זאַמענהאָף, פֿון פֿאָרנט. אין דער אונטערשריפֿט שטייט אַז אַחוץ דעם פֿאָרזיצער פֿון דער גרופּע, מ. שיק, וועלכער זיצט דריטער פֿון רעכטס אין דער מיטעלער ריי, און יעקבֿ שאַפּיראָ, וואָס שטייט אויבן לינקס, זענען אַלע אומגעקומען אינעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.