אין די הײַנטיקע צײַטן, ווען משפּחה און פֿרײַנד געפֿינען זיך צעזייט און צעשפּרייט איבער דער שטאָט און איבער דער וועלט, פֿאַרבענקט זיך אַ מאָל נאָך די יאָרן ווען מע האָט געוווינט אין שכנות מיט די נאָענטסטע מענטשן, ווען מע האָט געקענט זיך אַרײַנכאַפּן אין אָוונט עטלעכע מאָל אַ וואָך, טרינקען אַ גלעזל טיי און שמועסן פּאָליטיק אָדער אַנדערע אינטעלעקטועלע ענינים אויף ייִדיש, דערציילן וועגן די געשעענישן פֿון טאָג אָדער זיך סתּם דערמאָנען זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן.
אַזוינע היימישע ספּאָנטאַנע פֿאַרזאַמלונגען, וואָס זענען אין ייִדישע געגנטן אין אַמעריקע געווען גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, זענען געווען טייל פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכער טראַדיציע וואָס אונדזערע טאַטעס און מאַמעס (און באָבעס און זיידעס) האָבן מיטגעבראַכט פֿון מיזרח־אייראָפּע, אַ ריטואַל וואָס איז צו ביסלעך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, נאָך דער אינוואַזיע פֿון טעלעוויזיע אין אונדזערע שטיבער.
ווי העלען פּאַלאָגע, אַ ייִדיש־לערערין אין חיפֿה, דערציילט אין איר בלאָג, The Drawer (דער שופֿלאָד), זענען אַזוינע אָוונטן געווען אַ באַקאַנטע זאַך אין איר שטוב אין מאָנטרעאָל: „עטלעכע פֿון די געטרײַסטע אָנהענגער פֿון סאָציאַליזם און ייִדישיזם פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען אין אָוונט אויף קאַווע און אַ ביסעלע שנאַפּס. מע האָט זיך געקריגט, געלאַכט און אָנגעפֿילט דאָס הויז מיט טומל און פּאַפּיראָסן־רויך. געוויינטלעך בין איך שוין דעמאָלט געלעגן אין בעט און אָפֿט פֿלעגט עס מיך אויפֿוועקן אָבער ס׳האָט מיך נישט געאַרט; פֿאַרקערט, זייערע קולות, שפּראַך, געלעכטער און געזאַנג זענען מיר געווען זייער היימיש.”
הײַנט קומען זעלטן פֿאָר אַזוינע אומפֿאָרמעלע דיסקוסיעס, וווּ מע טוישט זיך אויס מיט די מיינונגען אויף ייִדיש, ווײַל אַחוץ אין די חסידישע קרײַזן וווינען מיר אָפֿט ווײַט פֿון אַנדערע ייִדיש־רעדער. פֿון דעסט וועגן זענען יאָ דאָ אופֿנים, אַ דאַנק דער נײַער טעכנאָלאָגיע, זיך צו באַטייליקן אין אַ שמועס אויף ייִדיש וועגן אַ געוויסער טעמע. איין מיטל איז דורך „פֿייסבוק”.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, למשל, האָב איך סתּם אויף טשיקאַוועס געוואָלט וויסן וויפֿל פֿון מײַנע ייִדיש־רעדנדיקע „פֿייסבוק־פֿרײַנד” ווייסן אַז ווען איינער באַגריסט דעם צווייטן מיט אַ „גוט־שבת” אָדער „גוט־מאָרגן” ענטפֿערט מען אים מיט אַ „גוט־יאָר”.
די שאלה האָט מיך פֿאַראינטערעסירט ווײַל איך האָב לעצטנס זיך דערוווּסט אַז ס׳רובֿ פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס קומען פֿון פֿרומע ייִדיש־רעדנדיקע געגנטן האָבן קיין מאָל נישט געהערט אַז מע זאָל ענטפֿערן „גוט־יאָר” סײַדן ס׳איז ראָש־השנה אָדער יום־כּיפּור. האָב איך באַשלאָסן צו שטעלן די פֿראַגע אויף מײַן „פֿייסבוק”־זײַט ווײַל אַ צאָל פֿון מײַנע „פֿייסבוק”־פֿרײַנד קומען טאַקע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿות. אַ טייל זענען פֿרומע, און אַנדערע — נישט.
כאָטש איך האָב שוין פֿריִער געשטעלט שאלות אויף „פֿייסבוק”, איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס איך טו עס אויף ייִדיש; און נישט בלויז אויף ייִדיש, נאָר מיט ייִדישע אותיות. כ׳האָב פֿאַרשטאַנען אַז דאָס וועט שטאַרק באַגרענעצן די צאָל מענטשן וואָס קענען זיך באַטייליקן אינעם שמועס, האָב איך זיך געריכט אַז ס׳וועלן מיר ענטפֿערן אַ 4—5 באַקאַנטע. ווי פֿאַרחידושט בין איך געווען ווען ס׳איז אַרויסגעוואַקסן אַ גאַנצער שמועס אויף ייִדיש, מיט איבער 20 מענטשן! עטלעכע האָבן מיר געענטפֿערט אויף ענגליש, נישט ווײַל זיי קענען נישט קיין ייִדיש, נאָר ווײַל זיי ווייסן מסתּמא נישט ווי אַזוי צו ניצן דעם ייִדישן אַלף־בית אויף „פֿייסבוק” (אָדער אפֿשר ווײַל זיי האָבן מורא אַז מע וועט בײַ זיי כאַפּן אַ פּאָר גרײַזן!)
די באַטייליקטע זענען געווען פֿון נײַן שטאַטן (צווישן זיי — ניו־יאָרק, מאַסאַטשוסעטס, אילינוי און קאַליפֿאָרניע) ווי אויך איבער דער וועלט: מאָנטרעאָל, ירושלים, מעלבורן אאַז״וו. דער אויסבײַט איז טאַקע געווען זייער אינטערעסאַנט. שלמה קערצמאַן, פֿון באר־שבֿע, למשל, האָט געשריבן: „איך האָב יאָ געהערט אַז מען האָט געענטפֿערט ׳אַ גוט־יאָר׳ און מ׳האָט נאָך צוגעגעבן ׳און אַ גוטן תּמיד!׳”
אַ ניו־יאָרקער חסיד האָט געשריבן: „בײַ חסידים אין ברוקלין איז אַ נאָרמאַלע ערשײַנונג, ווען מען באַגריסט איינעם אַ גוט־מאָרגן וועט מען צוריק ענטפֿערן: אַ גוט־מאָרגן אַ גוט־יאָר. אַנדערש אָבער ווען מען באַגריסט אַ ׳גוט־שבת׳ אָדער אַ ׳גוט יום־טובֿ׳, וועט מען געוויינטלעך נישט זאָגן ׳גוט־יאָר׳, מען וועט בלויז צוריק ענטפֿערן: ׳גוט־שבת׳.”
לייזער גיליג האָט מיטן חסיד מסכּים געווען: „איך האָב געװוינט בערך 18 יאָר אין באָראָ־פּאַרק (פֿון 19 יאָר אַלט ביז 37 יאָר) און איך האָב מיך דאָרט געלערנט צו רעדן פֿליסיק ייִדיש װען איך בין געװען צװישן די באָבאָווער חסידים. איך געדענק יאָ אַז מען האָט געזאָגט ׳גוט־מאָרגן, גוט־יאָר׳ און ׳גוט־װאָך, גוט־יאָר׳ אָבער דװקא נישט ׳גוט־שבת, גוט־יאָר׳ אָדער ׳גוט יום־טובֿ, גוט־יאָר׳. איך געדענק קלאָר װי מײן חבֿרותא, װאָס זײַן מאַמע איז געקומען פֿון קשאַנעװ (Chrzanów), גאַליציע, האָט מיר דאָס מסביר געװען. איך מײן אַז דאָס האָט צו טון מיט דער הײליקײט פֿון שבת און יום־טובֿ. ענטפֿערן צוריק ׳גוט־שבת׳ איז אַ גרעסערע ברכה װי ׳גוט־יאָר׳.”
און שמעון סײַמאָנס, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין פֿילאַדעלפֿיע, שרײַבט: „מײַן פֿאַמיליע פֿון באַראַשי, אוקראַיִנע, פֿלעג צוריק ווינטשן ׳גוט־יאָר׳ אויף גוט ׳יום־טובֿ׳ און ׳גוט־מאָרגן׳ — נאָר נישט אויף ׳גוט־שבת׳.”
בקיצור, ס׳איז געווען אַ מחיה צו כאַפּן אַן אינטעליגענטן שמועס אויף ייִדיש מיט ייִדן פֿון איבער דער וועלט. דערבײַ האָב איך זיך נישט בלויז אויסגעלערנט עטלעכע נײַע זאַכן וועגן דעם באַניץ פֿונעם אויסדרוק „גוט־יאָר” אין די פֿרומע קרײַזן אָבער אויך הנאה געהאַט וואָס אַזוי פֿיל פֿון אונדז קענען שוין, סוף־כּל־סוף, אַרויפֿשטעלן אונדזערע „פֿייסבוק”־קאָמענטאַרן, ניצנדיק דעם היימישן ייִדישן אַלץ־בית.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.