די עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אין ברוקלין זוכט אַ מענטש וואָס קען ייִדיש און ענגליש, כּדי אָנצופֿירן מיט אַ לייען־פּראָגראַם אויף ייִדיש פֿאַר קליינע קינדערלעך ביזן עלטער פֿון 5 יאָר, אין איינעם מיט זייערע עלטערן, אָנהייבנדיק פֿונעם 3טן אָקטאָבער 2017, פֿון 1 ביז 4 אַ זייגער נאָך מיטאָג. דער מענטש וועט באַצאָלט ווערן $100 אַ סעסיע.
די פּראָגראַם וועט דויערן 8 וואָכן לאַנג ביז אין מיטן דעצעמבער. מע וועט אָפּהאַלטן אַ צווייטע סעריע ווינטערצײַט, און אַ דריטע — פֿרילינגצײַט.
די שטעלע איז אַ טייל פֿון אַ פֿיל־שפּראַכיקער פּראָגראַם פֿון דער ברוקלינער ביבליאָטעק־סיסטעם, וואָס זוכט אויך פּראָגראַם־פֿירער אין נײַן אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערערכנט אַראַביש, מאַנדאַרין, פּוילין, רוסיש, שפּאַניש און אורדו.
ס׳רובֿ סעסיעס וועלן פֿאָרקומען אין אַ וואָכנטאָג אין דער פֿרי אָבער מע קען אַראַנזשירן עטלעכע סעסיעס אין אַ סוף־וואָך אויב נייטיק.
אַלע פּראָגראַם־פֿירער מוזן זיך באַטייליקן אין אַ טרעניר־סעסיע דינסטיק, דעם 3טן אָקטאָבער, וואָס זיי וועלן דערפֿאַר באַצאָלט ווערן $100.
די אַחריותן פֿון דעם אָנפֿירער זענען:
אויסקלײַבן ייִדישע קינדער־מעשׂהלעך און זיי פֿאָרלייענען;
אויסלערנען די קינדער און ייערע עלטערן ייִדישע קינדערלידעלעך, גראַמען און פֿינגערשפּילן, און מוטיקן זיי צו זינגען די לידעלעך אויך אין דער היים;
דערקלערן די עלטערן אַז דאָס פֿאָרלייענען ביכער און דאָס שפּילן און זינגען מיט זייערע קינדער פֿאַרבעסערט זייער אינטעלעקטועלע אַנטוויקלונג;
איבערגעבן דעם פּראָגראַם־דירעקטאָר באַריכטן ווי אַזוי עס גייען די סעסיעס: צי די משפּחות באַטייליקן זיך אַקטיוו אין זיי; דעם קוריקולום; וועלכע ביכלעך און אַנדערע מאַטעריאַלן ער האָט געניצט מיט זיי;
צוגרייטן דאָס אָרט איידער עס קומען די קינדער, און אויפֿראַמען נאָך דעם;
אויסטיילן אַנקעטעס וואָס די עלטערן זאָלן אויספֿילן און דערנאָך צונויפֿזאַמלען די אַנקעטערס;
קאָאָרדינירן מיטן ביבליאָטעקאַר ווען עס וועט פֿאָרקומען יעדע סעסיע;
איבערגעבן דעם דירעקטאָר אויב עס באַווײַזן זיך פּראָבלעמען.
די קוואַליפֿיקאַציעס פֿאַרן פּראָגראַם־פֿירער:
ער דאַרף שוין האָבן אַ באַקולאַראַט אָדער האַלטן אין מיטן שטודירן אויף אַ באַקאַלאַראַט;
ס׳איז רעקאָמענדירט אַז דער מענטש זאָל שוין האָבן פֿאַרענדיקט אָדער זײַן אין מיטן פֿון אַ פּראָגראַם אין דערציִונג אָדער ביבליאָטעקערײַ — אָבער ס׳איז נישט נייטיק;
ער דאַרף שוין האָבן דערפֿאַרונג בײַם אַרבעטן מיט קליינע קינדער;
זײַן זייער געניט בײַם אויסקומען און קאָמוניקירן מיט מענטשן.
כּדי צו אַפּליקירן אויף דער שטעלע, קוועטשט דאָ: https://careers-bklynlibrary.icims.com/jobs/1525/multilingual-storytime-program-facilitator-%e2%80%93-fall-2017/job?mobile=false&width=1140&height=500&bga=true&needsRedirect=false&jan1offset=120&jun1offset=180
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.