ר׳ נחמן און דער מאָדערנער ראָמאַנס

Reb Nachman of Breslov and Modern Romance

Yehuda Blum

פֿון ס. פֿאָקס

Published August 08, 2017, issue of August 25, 2017.

לעצטנס האָב איך אָנגעהױבן לײענען אַזיז אַנסאַריס בוך, „מאָדערנער ראָמאַנס”. אַנסאַרי — אַן אַמעריקאַנער קאָמיקער באַרימט פֿאַר זײַן ראָלע אין דער „נעטפֿליקס”־קאָמעדיע Master of None — וויצלט זיך שוין לאַנג וועגן ליבע. אין דער אמתן זײַנען די װיצן נישט נאָר קאָמיש, נאָר אױך אינטעליגענטע באַמערקונגען וועגן מאָדערנע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען, פֿאַרשטעלט אין אַ הומאָריסטישן לבֿוש. (ער פֿאָקוסירט אױף העטע­ראָ­סעקסואַלע פּאָרלעך, װײַל ער האַלט אַז װי אַ העטעראָסעקסואַליסט װײסט ער נישט גענוג װעגן „קװירע” באַציִונגען. זײַט מיר מוחל אַז װאָס קומט פֿאָר אינעם אַרטיקל איז דערפֿאַר זײער העטעראָנאָרמאַטיװ).

נאָכן שרײַבן עטלעכע װיץ־רוטינען װעגן די שדכנות־אַפּן „טינדער,” „אָקײ קיופּיד,” און די שלעכטע השפּעה װאָס דאָס דיגיטאַלישע לעבן האָט אױף פֿירן אַ ליבע, האָט אַנסאַרי באַשלאָסן צו אַרבעטן מיט אַ סאָציאַל־װיסנשאַפֿטלער, עריק קלינענבערג, אױסצוגעפֿינען װי אַזױ ליבע האָט זיך געביטן אין די לעצטע יאָרן, ספּעציעל בײַ יונגע לײַט װאָס זוכן ערנסטע באַציִונגען אָדער וואָס ווילן חתונה האָבן.

אַנסאַרי האָט אַנטדעקט אַז ייִנגערע מענטשן זײַנען בדרך־כּלל צופֿרידן מיט די אָן אַ שיעור ברירות װאָס מע גיט זײ, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿריִער­דיקע דורות. אָבער זײ לײַדן דערפֿון אױך. יאָ, מיר האָבן ברירות: מיר קענען געפֿינען מענטשן איבער דער גאַנצער װעלט מיט װעמען צו גײן אױף ראַנדקעס — און אַלץ בלויז דורכן געבן אַ קװעטש מיטן פֿינגער. הו־האַ! (דערבײַ קען מען אָבער גוט אַרײַנפֿאַלן… איך האָב זיך אַליין פֿאַרשריבן אין איינעם פֿון די שדכנות־אַפּן בעת אַ פֿאָרש־עקספּעדיציע אין מדינת־ישׂראל, און איצט בין איך צװײ יאָר לאַנג אין אַן ערנסטער צװײ־לאַנדיקער באַציִונג — אױ װײ!) מיר קענען אַפֿילו אױסקלײַבן אונדזערע „דײטס” לױט די שטריכן װאָס מיר װילן פֿון אַ פּאַרטנער, ווי, למשל, צי האָבן מיר ליב די זעלבע מינים מוזיק אָדער פֿילמען? און אַװדאי — צי באַלאַנגען מיר צו דער זעלבער רעליגיע אָדער רעדן מיר אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך?

אָבער אַ סך מענטשן אין מײַן דור, ספּעציעל די שטאָטישע, בורזשואַזע טיפּן (טאַקע אויף דעם עולם האָט אַנסאַרי זיך קאָנצענטרירט), ראַנגלען זיך מיט געמישטע געפֿילן: מע פֿילט אַ דרוק, למשל, צי מע וועט נאָך קענען געפֿינען אַנדערע מענטשן װאָס װאָלטן אפֿשר געקענט זײַן נאָך בעסער צוגעפּאַסט װי דער מענטש מיט וועמען מע זעט זיך איצט. אָדער, מע לײַדט װײַל די דאָזיקע אַפּן גיבן אָן אַ שיעור ברירות אָבער אין דער אמתן זענען נישטאָ קײן סך מענטשן װאָס װעלן אײַך טאַקע פּאַסן פֿאַר אַן ערנסטער באַציִונג. ס׳איז אויך אַ חסרון װען מע זוכט בלױז מענטשן מיט בשותּפֿותדיקע אינטערעסן, ווײַל דער פֿאַקט וואָס סײַ ער סײַ זי האָבן ליב די זעלבע מוזיק, למשל, איז נישט דער עיקר װען מע זוכט אַ גוטן שידוך.

מײַן דור דאַרף אױך געפֿינען דעם באַלאַנס צװישן ראָמאַנס און קאַריערע, װאָס גיט צו נאָך אַ שװעריקײט, ספּעציעל בײַ פֿרױען װאָס װילן סײַ אַ גוטע קאַריערע סײַ די ברירה צו האָבן קינדער אײדער עס װערט צו שװער.

מן־הסתּם צוליב דעם וואָס איך האַלט נאָך אין מיטן לייענען אַנסאַריס בוך… און צוליב דעם וואָס אױף „פֿײסבוך” זע איך נאָר בילדער פֿון חתונות (עס איז דאָך דער חתונה־סעזאָן)… אָדער אַפֿשר ווײַל איך פֿיל אַלײן אַ געזעלשאַפֿטלעכן דרוק חתונה צו האָבן װאָס גיכער אײדער מײַנע אײגענע אײערשטאָקן װעלן נעלם װערן (דאָס איז אַ װיץ! דאָס פּאַסירט נישט! הערט זיך צו צו דעם „װײַבערטײַטש”־עפּיזאָד אין װעלכן איך רעד מיט דער קנאַקעדיקער ייִדיש־רעדנדיקער הײבאַם, ציפּע אַנגעלסאָן…) האָב איך באַמערקט אַ שײַכות צװישן ר׳ נחמנס „אַ מעשׂה מיט אַ חכם און אַ תּם” און אַזיז אַנסאַריס בוך.

איך װיל נישט אױסזאָגן קײן סודות וועגן ר׳ נחמנס מעשׂה, אָבער איך װיל יאָ געבן צו פֿאַר­שטײן די פּשוטסטע פֿאַקטן װאָס מען מוז װיסן כּדי צו זען די פֿאַרבינדונג צװישן ר׳ נחמן און אַנסאַריס װערק. ר׳ נחמן דערציילט וועגן צװײ בחורים װאָס זײַנען בײדע אױפֿגעװאַקסן רײַך. פּלוצלינג פֿאַרלירן בײדע טאַטעס זײער עשירות, און די זין דאַרפֿן געפֿינען פּרנסה. איינער, דער תּם, האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט װי אַ פּראָסטער שוסטער, האָט חתונה געהאַט, און איז געבליבן אינעם זעלבן שטעטל װי ער איז געבױרן געוואָרן. ער האָט אױסגעלעבט זײַנע יאָרן גאַנץ גליקלעך, כאָטש ער איז געבליבן אָרעם.

דער צװײטער, דער חכם, האָט נישט גע­װאָלט אָננעמען אַ פּראָסטע אַרבעט װי שוס­טערײַ, איז ער אויסגעפֿאָרן אַ װעלט זוכנדיק עפּעס אַ לעבן־שטײגער װאָס פּאַסט אים. קײן גליקן האָט ער אָבער נישט געפֿונען. נאָכן אױספּראָבירן עטלעכע ראָלעס, האָט ער סוף־כּל־סוף דערגרײכט דעם טיטל „פֿילאָסאָף”, אַן אַרבעט װאָס ער האָט געפֿילט פּאַסט יאָ פֿאַר אַ חכם װי ער. װי אַ פֿילאָסאָף האָט ער אָבער פֿאַרשטאַנען אַז די װעלט איז אַ הפֿקר, און אַז גאָרנישט איז באמת װיכטיק, איז ער געבליבן אַן אומצופֿרידענער. אין פֿאַרגלײַך מיטן חכם וואָס איז געװען אומעטיק, נישט געהאַט קײן אַרבעט, װױנונג, אָדער סטאַבילן לעבן־שטײגער װאָס באַפֿרידיקט אים, איז דער תּם געװען צופֿרידן מיט זײַן פּשוטן לעבן. װי מײַן לערער, ד״ר מאַרק קאַפּלאַן, האָט אונדז אין קלאַס דערקלערט, איז דער שפּיץ דאָ נישט דװקא אַז דער תּם גלײבט יאָ אין גאָט און דער חכם נישט, נאָר גיכער אַז דער חכם האָט שׂכל בעת דער תּם האָט אַ כּוח־הדמיון.

רעדנדיק װעגן דעם כּוח־הדמיון, אָדער פֿאַנטאַזיעס… װען פֿאַנטאַזירט אַ מענטש? צי דאַרף מען האָבן פֿאַנטאַזיעס בכלל? אײדער מען רופֿט מיך אַ פֿאַרביסענע פֿעמיניסטקע װאָס װיל אױסמעקן דעם באַגריף פֿון ליבע און חתונה־האָבן, מוז איך מודה זײַן אַז איך האָב אױך אַ שװאַכקײט צו געװיסע ליבע־פֿאַנטאַזיעס. איך װיל אױך אױסלעבן מײַן לעבן אין אַ גוטער באַציִונג מיט אַ לעבנס־באַגלײטער. אָבער װאָס איז מיט שׂכל? װי אַזױ קען מען זיך פֿאָרשטעלן סטאַבילקײט (שױן אָפּגערעדט פֿון אמתן גליק!) װען מע װײסט אַז 50% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג גט זיך? 

בײַם סוף פֿון דער מעשׂה, איז קלאָר אַז דער תּם איז געװאָרן דער חכם, אין דער חכם — דער תּם. עס װײַזט זיך אױס אַז דאָס פֿאַנטאַזירן איז אַן עצם טײל פֿונעם גליקלעך זײַן. מען קען אָבער אױך אַרױסדרינגען פֿון דער מעשׂה אַז אַלע װאָלטן געדאַרפֿט זיך האַלטן סײַ מיטן שׂכל סײַ מיט די פֿאַנטאַזיעס, כּדי צו זײַן אַ גליקלעכער מענטש. אין „מאָדערנער ראָמאַנס”, זעט אױס אַז מענטשן אין מײַן דור האָבן צו פֿיל שׂכל אָדער צו פֿיל פֿאַנטאַזיע, אָן שום באַלאַנס, װעט מען אפֿשר טאַקע קיין מאָל נישט געפֿינען וואָס מען וויל. אַז איך װער עלטער און דאַרף אָנהייבן מאַכן די װיכטיקסטע באַשלוסן אין מײַן לעבן, האָף איך אז איך וועל גלײַכצײַטיק קענען זײַן סײַ אַ תּם סײַ אַ חכם. 

טאָמער נישט, קען איך תּמיד זיך װידער פֿאַרשרײַבן אױף „טינדער”.