די זינגערין און קינסטלערין נשמה לעוויצקי פֿון אָוקלאַנד, קאַליפֿאָרניע האָט אַרויסגעגעבן נאָך צוויי בילדערשטרײַפֿן אין איר סעריע „ייִדישער טאַנגאָ — אילוסטרירט”. די סעריע באַשטייט פֿון ביכעלעך, יעדעס פֿון זיי — אַן ערך צוואַנציק זײַטן לאַנג.
דאָס זענען די דריטע און פֿערטע נומערן לכּבֿוד דער טעמע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אויף ענגליש רופֿט מען אַזאַ אַליין־געמאַכטע קאָמיקסביכל אַ „זין” [zine], וואָס איז אַ פֿאַרקירצונג פֿונעם וואָרט „מאַגאַזין”. אָפֿט האָבן אַזוינע קאָמיקס פּאָליטישע אָדער פּערזענלעכע געדאַנקען, וואָס קיין געוויינטלעכער אַרויסגעבער פֿון קאָמיקס וואָלט זיך נישט באַוועגט אַרויסצוגעבן.
אינעם פֿאַל פֿון לעוויצקיס קאָמיקס וויל זי, אַז דער ברייטער עולם זאָל זיך באַקענען מיט דער וועלט פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. אינעם דריטן נומער, וואָס איז אַרויס מײַ 2013, איז די טעמע געווען די זאַמלאַרבעט פֿון דער פֿאָלקלאָריסטקע רות רובין (1906—2000), וועלכע האָט אָנגעהויבן רעקאָרידירן פֿאָלקזינגער אין מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק אין 1947. אירע רעקאָרדירונגען קען מען געפֿינען אינעם ייִוואָ, אין דער נאַציאָנאַלער קאָנגרעס־ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן, און אין ישׂראל. אַ דאַנק דער „פֿאָנאָטעקאַ” אין ירושלים קען מען זיי הײַנט הערן אויף דער אינטערנעץ.
לעוויצקי האָט געהאַט די מעגלעכקייט זיך גוט צו באַקענען מיט רובינס אַרכיוו ווען מע האָט זי אָנגעשטעלט צו דיגיטאַליזירן די טאַשמעס וואָס געפֿינען זיך אין ייִוואָ. זי האָט זיך צוגעהערט צו הונדערטער לידער אָבער אויף איר האָט אַ ספּעציעלן רושם געמאַכט די גנבֿים־לידער און לידער פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט. זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צום דריטן נומער:
„צווישן די גאַסן־אויסגעשרייען, קללות, שלאָפֿלידער, תּפֿילות און קלאָגענישן, נעמט רובינס זאַמלונג אַרײַן אַ סך לידער פֿון דער קרימינעלער אונטערוועלט וווּ ס’איז געבוירן געוואָרן דער ייִדישער טאַנגאָ.”
איין ליד פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט וואָס זי האָט אילוסטרירט שטאַמט פֿונעם רעפּערטואַר פֿון די קרבנות פֿון דער „ווײַסער שקלאַפֿערײַ”, מיידלעך וועלכע זענען געפֿאָרן קיין אַרגענטינע און דאָרטן געוואָרן „גאַסן־מיידלעך”.
אוי, אונטער דעם הימל ליגט די שטאָט בוענאָס־אײַרעס
וווּ קיין גאָט איז ניטאָ אויף דער וועלט.
אַז מע נעמט אַזוינע פֿילע שיינע מיידלעך
און מע פֿאָרט מיט זיי קיין בוענאָס־אײַרעס
און מע נעמט פֿאַר זיי מיליאָנען געלט.
אוי, אַז איך בין נאָר אין ערשטן צימער אַרײַנגעקומען,
אַזוי האָט ער געזאָגט צו מיר:
אוי בלײַב דאָ, דו שיינע מיידעלע
און ווער אַ ביסעלע היימישער
ווײַל פֿון יענער זײַט איז צוגעמאַכט די טיר.
לעוויצקיס אילוסטראַציעס צו אַזוינע לידער שאָקירן דעם לייענער פּונקט ווי די ווערטער, און מע פֿאַרשטייט פֿאַר וואָס אַזוינע פּערזענלעכע קאָמיקס — „זינס” — זענען אויפֿגעקומען.
אַזוי ווי דער נומער הייסט „ייִדישער טאַנגאָ אילוסטרירט” איז נישט קיין חידוש, וואָס לעוויצקי האָט אויסגעקליבן טאַנצלידער, אָדער לידער וואָס דערמאָנען טענץ.
אוי די מיידלעך די פֿאָנפֿעראָנקעס
זיי גייען אויף חתונות און טאַנצן פּאָלקעס.
פּאָלקע מאַזורקע איז זייער לעבן
זיי האָבן דעם קלעזמער קיין גראָשן צו געבן.
אוי קלעזמער, קלעזמער שפּיל מיר שיין
איך וועל דיר געבן אַ גראָשן מיין.
אַ גראָשן מיין איז ניט קיין סך,
איך זאָל דיר שפּילן אַ גאַנצע נאַכט.
דער פֿערטער נומער פֿון לעוויצקיס קאָמיקביכלעך איז אַרויס אין יאַנואַר הײַנטיקס יאָר, און איז אָפּגעגעבן דער זינגערין פּעפּי ליטמאַן. לויטן טעאַטער־לעקסיקאָן איז ליטמאַן געבוירן געוואָרן אין גאַליציע בערך אין 1874. זי איז צוגעשטאַנען צו אַ טרופּע „בראָדער זינגער” אין אַ צײַט ווען גאָר ווייניק ייִדישע פֿרויען האָבן געשפּילט טעאַטער. זי איז באַקאַנט געוואָרן פֿאַר אירע לידער וואָס האָבן חוזק געמאַכט פֿון חסידים, און זי האָט זיך אָנגעטאָן ווי אַ חסיד ווען זי האָט זיי געזונגען. לויט אַלע זכרונות וועגן איר איז פּעפּי ליטמאַן געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע זינגערין און אַקטריסע. צום גליק האָט זי רעקאָרדירט 20 פּלאַטעס, און מע קען זיי הערן אויף דער אינטערנעץ. נישט אַלע לידער אירע מאַכן חוזק פֿון די חסידים, אָבער קיין ערנסטע לידער האָט זי נישט געזונגען.
אין דעם נומער האָט לעוויצקי אויסגעקליבן זעקס לידער פֿון פּעפּי ליטמאַנס רעפּערטואַר און זיי אילוסטרירט. די לידער האָט זי איבערגעזעצט אויף ענגליש. צום באַדויערן, קען מען נישט לייענען די אָריגינעלע ייִדישע ווערטער ווי אין די פֿריִערדיקע נומערן.
נשמה לעוויצקיס בילדערשטרײַפֿן וועלן זיכער צוציִען אַ נײַעם עולם פֿאַר ייִדישע פֿאָלקסלידער און מיר וואַרטן מיט אומגעדולד אויף ווײַטערדיקע נומערן.
מע קען שרײַבן צו דעם ווײַטערדיקן בליצפּאָסט־אַדרעס און בעטן נומערן פֿון איר „ייִדישער טאַנגאָ — אילוסטרירט”, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל: yiddishtango@gmail.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.