ס.י.סטופּניטסקי, אַ פֿאַרגעסענער ייִדישער זשורנאַליסט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָט ריכטיק באַשריבן דעם מצבֿ פֿון די קלאַסישע היסטאָרישע בינינים אין אייראָפּע: „געבויט האָבן זיי די ייִדן, נאָר הײַנט באַלאַנגען זיי צו די גויים.‟
סטופּניטסקיס ווערטער זענען זיכער חל ווען עס רעדט זיך וועגן דער ישיבֿת חכמי לובלין, די פּעדאַגאָגישע המצאה פֿון מאיר שפּירא, אַ פּוילישער רבֿ און גרינדער פֿונעם דף יומי מעטאָד פֿונעם טעגלעכן גמרא־לערנען. לויט דער „דויטשער יוגענד צײַטונג‟, דער אָפֿיציעלער צײַטונג פֿונעם „היטלער יוגנט” זענען די דײַטשישע סאָלדאַטן אַרײַן אין דער זעקס־גאָרנדיקער ישיבֿה דעם 7טן סעפּטעמבער 1939, אַראָפּגעריסן די אינעווייניקסטע סטרוקטור און פֿאַרברענט די 30,000 ספֿרים און אַנדערע ביכער אינעם הויף. די צײַטונג האָט ווײַטער געשריבן אַז די ייִדן זענען געשטאַנען דערבײַ און געוויינט בשעת די פֿלאַמען האָבן געברענט אַ גאַנצן מעת־לעת: „דאָס געשרײ האָט אונדז שיִער נישט טויב געמאַכט … מיר האָבן אַרײַנגעברענגט אַ מיליטערישע קאַפּעליע כּדי די מוזיק זאָל פֿאַרטויבן די געוואַלדן פֿון די ייִדן…‟
כאָטש די סצענע קלינגט רעאַליסטיש — אין 1933 האָבן דײַטשישע סטודענטן טאַקע פֿאַרברענט ייִדישע ביכער און ספֿרים באַגלייט מיט דער מוזיק פֿון אַן אַרמיייִשער קאַפּעליע — איז פֿאָרט נישט קלאָר אַז דער באַריכט וועגן דער לובלינער ישיבֿה איז אמת צוליב צוויי סיבות: ערשטנס האָט די „דויטשע יוגענד צײַטונג‟ נישט רעקלאַמירט די אַזוי־גערופֿענע ביכער־פֿאַרברענונג ביז פֿעברואַר 1940, פֿינעף חדשים נאָכן אָנהייב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע. צווייטנס האָט נישט קיין איין דעמאָלטדיקע צײַטונג, נישט די אָפֿיציעלע צײַטונג פֿונעם דריטן רײַך — „פֿאָלקישער בעאָבאַכטער”, נישט די פּערזענלעכע צײַטונג פֿונעם פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער יאָזעף געבעלס — „דער אַנגריף” נישט פּובליצירט דעם באַריכט. ווען דאָס וואָלט אמת געווען וואָלטן די דײַטשן אַוודאי זיך באַרימט איבער דעם אין זייערע נײַעספֿילמען, אָבער קיין איין נײַעספֿילם דערפֿון עקסיסטירט נישט.
אַ כּלל, די מעשׂה וועגן דער כּלומרשטיקער ביכער־פֿאַרברענונג לעבט ווײַטער. אין יאָר 2000 האָט יאַקאָב פֿראַנק, אַ לובלינער ייִד וואָס האָט איבערגעלעבט די ליקווידירונג פֿונעם ייִדישן קוואַרטאַל אין לובלין, נישט־וועלנדיק ווײַטער פֿאַרשפּרייט די מעשׂה אין זײַן בוך, Himmler’s Jewish Tailor, וווּ ער שרײַבט אַז אַלע ביכער און ספֿר־תּורהס פֿון דער ישיבֿה זענען צעשטערט געוואָרן מצד די נאַציס. פֿראַנקס אָבסערוואַציע איז אָבער נישט פֿאַרלאָזלעך ווײַל פֿראַנק אַליין איז נישט געווען קיין עדות פֿון דער פֿאַרברענונג, און ער האָט גאַנץ מעגלעך באַזירט זײַן אינפֿאָרמאַציע אויפֿן אַרטיקל אינעם „דויטשע יוגענדט”. מיט אַכט יאָר שפּעטער האָט זיך דער היסטאָריקער סטאַניסלאַו ג. פּוגליעסע דערמאָנט די זעלבע געשעעניש אין אַן עסיי וועגן דער צעשטערונג פֿון די ביכער אינעם רוימישן געטאָ. אַפֿילו זאבֿ ט. פּאַרעצקיס כּוללדיק בוך, Reservoirs of Faith: The Yeshiva Through the Ages (1996), האָט ציטירט דעם באַריכט אין דער „דויטשע יוגענדט׳‟.
„איך גלייב עס נישט,” זאָגט אַדאַם קאָפּאָטשיאָווסקי, אַ פּוילישער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור בײַם „מאַרי קורי סקוואָדאָווסקאַ אוניווערסיטעט‟ אין לובלין און אַ הויפּטרעדנער בײַם לובלינער ווידערטרעף מיט אַ חודש צוריק. „אפֿשר האָט מען אויף אַ רעלאַטיוו קליינעם שײַטער פֿאַרברענט אַ טייל דערפֿון — למשל, עטלעכע צײַטונגען — אָבער נישט די טײַערסטע קאָלעקציע.”
פּראָפֿ׳ קאָפּאָטשיאָווסקי האַלט שוין פֿון לאַנג אַז די פֿאַרברענונג פֿון די ספֿרים בײַ דער לובלינער ישיבֿה איז געווען אַן אַקציע פֿון פּראָפּאַגאַנדע אויספּלאַנירט איבערצוצײַגן די דײַטשן אַז די ייִדן און די ייִדישע קולטור מוזן אויסגעוואָרצלט ווערן פֿון אייראָפּע. אַנדערס רײַדעל, דער מחבר פֿון The Book Thieves: The Nazi Looting of Europe’s Libraries and the Race to Return a Literary Inheritance, איז מסכּים. ער שרײַבט אַז די נאַצי ביכער־פֿאַרברענונג האָבן געזאָלט זײַן „ריטואַלע דראַמעס” אָנצורייצן דעם אידעאָלאָגישן פֿײַער פֿון די סטודענטן. רײַדעל זאָגט ווײַטער אַז געבעלס, וואָס האָט גוטגעהייסן אַזעלעכע אַקציעס, האָט זיך אין דער זעלבע צײַט פֿאַרנומען מיט אַ באַהאַלטענער פּאָליטיק צו צענטראַליזירן טײַערע ייִדישע ספֿרים און ביכער אינעם אַזוי־גערופֿענעם „מוזיי פֿון אַן אויסגעשטאָרבענער ראַסע‟.
קאָפּאָטשיאָווסקי האַלט אויך אַז די דײַטשן האָבן גיכער געוואָלט שטילערהייט צוגנבֿענען ביכער פֿון די ייִדן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איידער זיי פֿאַרברענען. פֿון זײַן פֿאָרשונג האָט ער זיך דערוווּסט אַז זיי האָבן לובלינס גרויסע ליטעראַרישע פאַרמעגנס געשיקט דעם אַזוי־גערופֿענעם לובלינער שטאַטסביבליאָטעק, וואָס האָט געדינט ווי אַ סקלאַד נישט נאָר פֿאַר דער ישיבֿהס ספֿרים, אָבער אויך פֿאַר ביכער פֿונעם יעזויִטישן קאַלעדזש „באָבאָלאַנום‟; פֿון דער שטאָטישער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק; פֿונעם קאַטוילישן אוניווערסיטעט פֿון לובלין, און פֿון דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון ה. לאָפּאַטשינסקי. כּדי אויסצוסדרן די ספֿרים האָט דער דײַטשיש־באַשטימטער וואַסיל קוטשאַבסקי רעקרוטירט הרבֿ אַהרון לעבוואָל, אַ גרויסן תּלמיד־חכם און אַמאָליקן סעקרעטאַר פֿון הרבֿ מאיר שפּירא.
פֿון אַפּריל 1941 ביז נאָוועמבער 1942 האָט הרבֿ לעבוואָל געהאָרעוועט אויף דעם פּראָיעקט. די אַרבעט איז אָבער איבערגעריסן געוואָרן ווען מע האָט אים דעפּאָרטירט, אין איינעם מיט אַלע אַנדערע פֿאַרבליבענע ייִדן אין דער לובלינער געטאָ, קײן מײַדאַנעק. לויט די נאַצישע דאָקומענטן איז לעבוואָל גלײַך פֿאַרגאַזט געוואָרן.
זײַן קאַטאַלאָג האָט מען קיינמאָל נישט געפֿונען.
דער הויפּט־ביבליאָטעקער קוטשאַבסקי האָט פּלאַנירט אַוועקצושיקן 60 קעסטלעך פֿון לעבוואָלס קאַטאַלאָגירטע ספֿרים און ביכער קײן בערלין, אָבער ביז הײַנט איז קיין שום בוך דאָרטן נישט געפֿונען געוואָרן.
דאָס הייסט אָבער נישט אַז זיי זענען דאָרטן נישטאָ.
ענטפֿערנדיק אויף מײַן בליצבריוו, האָט מאַקסימיליאָן האַלמאַן, אַ פֿאָרש־ביבליאָטעקער בײַם בערלינער „לאַנדעסאַרכיוו‟ געשריבן: „אינעם אינווענטאַר און אין די צוגעשיקטע זשורנאַלן בײַם בערלינער ׳לאַנדעסאַרכיוו׳ האָב איך נישט געפֿונען קײן איין סימן פֿון די ביכער פֿון דער ישיבֿת חכמי לובלין. פֿון דער אַנדערער זײַט קען איך נישט אויסשליסן די מעגלעכקייט אַז די ישיבֿה־ביכער געפֿינען זיך טאַקע ערגעץ אינעם ביבליאָטעק־אינווענטאַר.׳׳
בעת דעם ווידערטרעף פֿון לובלינער ייִדן האָט קאָפּאָטשיאָווסקי מיר דערציילט זײַן השערה:
„איך האַלט אַז ס׳רובֿ פֿון די ביכער האָט מען אַרויסגעפֿירט פֿון לובלין כּמעט באַלד ווי די סאָוועטן זענען אַרײַן אין דער שטאָט. אפֿשר זענען זיי אַוועק קײן וואַרשע אָדער סעלעזיע, אָדער, גאַנץ גלייבלעך, קײן פראָג, וווּ די דײַטשן האָבן געהאַט בדעה צו בויען זייער מוזיי פֿון אַן אויסגעשטאָרבענער ראַסע.”
אַנדערס רײַדעל האַלט פֿאַרקערט. ער האָט געשריבן אַז דער אײַנזאַצשטאַב רײַכסלײַטער ראָזענבערג, דער אָפּטייל פֿון דער נאַצי קאָמאַנדאָ וואָס מע האָט געהייסן ראַבעווען די ביכער און קונסט פֿון אייראָפּעיִשע אינסטיטוציעס און פּריוואַטע בירגערס, האָט אייגנטלעך עוואַקויִרט אַ סך פֿון די געגנבֿעטע פֿאַרמעגנס אין ערטער וואָס געהערן הײַנט צו פּוילן.
קען טאַקע זײַן אַז די ביכער געפֿינען זיך נאָך אַלץ ערגעץ אין פּוילן?
עס גלוסט זיך צו ספּעקולירן אַז כאָטש אַ טייל פֿון די ספֿרים האָבן גענומען ישיבֿה־בחורים און לערערס וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון אָקופּירטן פּוילן מיט דער הילף פֿון טשיוני סוגיהאַראַ, דער יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט וואָס האָט מוטיק אײַנגעשאַפֿן יאַפּאַנישע וויזעס פֿאַר ייִדן כּדי זיי זאָלן קענען אַנטלויפֿן פֿון פּוילן דורך ווילנע. אָבער דוד מאַנדלבוים, דער מחבר פֿון Lublin to Shanghai:The Miraculous Exile of Yeshivas Chachmei Lublin, טענהט אַז „די נאַציס האָבן שוין פֿאַרזיכערט אַז די תּלמידים זאָלן גאָרנישט אַרויסנעמען פֿון דער ישיבֿה־ביבליאָטעק.”
נו, וווּ זשע זענען אַהינגעקומען די ביכער? זיך צו נעמען זוכן אויף די פּאָליצעס פֿון ביבליאָטעקן וואָלט געווען אַזוי שווער ווי אויסזוכן אַ נאָדל אין אַ בערגל היי. לויט געוויסע אָפּשאַצונגען, זענען דערווײַל הונדערטער־טויזנטער ספֿרים געגנבֿעט דורך די דײַטשן נאָך אַלץ נישט בנימצא. און אַוודאי זענען אַ טייל פֿון זיי געוואָרן קרבנות פֿון די באָמבאַרדירונגען פֿון דער לופֿט. אפֿשר זענען זיי טאַקע יאָ פֿאַרלוירן געגאַנגען אויף אייביק.
בקיצור, די ביכער פֿון ישיבֿת חכמי לובלין, אָנגעזאַמלט צווישן 1923 און 1930 דורך אַ קאַמפּאַניע איבער דער גאָרער וועלט כּדי צו אינספּירירן ייִדן אָרעם און רײַך, זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אינעם נעפּל פֿון מלחמה.
אַן איבערראַשנדיקע באַמערקונג וועגן דער פֿראַגע — וווּ זענען אַהינגעקומען די ישיבֿה־ספֿרים? — האָב איך געהערט פֿון שניאור לײַמאַן, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין ברוקלין־קאַלעדזש און דער אייגנטימער פֿון אַ פּריוואַטער ייִדישער ביבליאָטעק אין קווינס, ניו־יאָרק. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט ער מיך אינפֿאָרמירט דורך אַ בליצבריוול: „זאָרגט זיך נישט, אַ גרויסער חלק פֿון דער ישיבֿה־ביבליאָטעק האָט איבערגעלעבט דעם חורבן.”
פּראָפֿ׳ לײַמאַן האָט מיר געשיקט אַ פּרעכטיקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם ספֿר „טובֿ טעם ודעת‟ (צווייטע אויפֿלאַגע, זשיטאָמיר, 1871). אינעם אייבערשטן ווינקל פֿון בילד איז פֿיר מאָל אָנגעשטעמפּלט „לובלינער ישיבֿה‟. לײַמאַן שרײַבט אַז ער פֿאַרמאָגט פֿיר ביכער מיט דעם זעלבן שטעמפּל. „במשך פֿון די יאָרן האָב איך שוין געזען אפֿשר 25 אַזעלכע בענד אין אַנדערע פּריוואַטע קאָלעקציעס. זיכער עקסיסטירן אַנדערע וואָס איך האָב נאָך נישט געזען.‟
ביכער מיטן שטעמפּל פֿון דער ישיבֿה אָדער פֿונעם גרינדער פֿון דער ישיבֿה האָט מען שוין אויך געפֿונען אין די ווײַטערדיקע ערטער:
ליציטיר־פֿירמעס: „בידספּיריט‟, אַ וועבזײַט פֿון ישׂראלישע ליציטיר־פֿירמעס, האָט אין מײַ געפֿונען אַ קונה פֿאַר דער 1895־אויפֿלאַגע פֿון זכותא דאבֿרהם געשריבן פֿון רבֿ אבֿרהם פֿון סאָכעטשעוו. אינעם רעכטן אונטערשטן ווינקל זעט מען דאָס שטעמפּל פֿון ישיבֿת חכמי לובלין.
דאָס ליציטאַציע־הויז „קדם‟ האָט לעצטנס ליציטירט די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון דער מסכתּא ראש־השנה פֿון תּלמוד בבֿלי 1925, וואָס האָט אַ מאָל געהערט צו הרבֿ מאיר שפּירא. דער ערשטער אָנבאָט איז געווען $1,000 און הײַיאָר איז עס פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר $7,380.
די ליציטאַציע פֿון „חידושי אַגדות‟, אַ ספֿר מיט האַנט–געשריבענע אָפּטײַטשן פֿון הרבֿ מאיר שפּירא, האָט זיך געעפֿנט בײַ $3,000 און איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר $11,685.
„קדם‟ האָט אויך ליציטירט אַ זאַמלונג פֿון זעקס ביליגערע ספֿרים אַרויסגעלאָזט צווישן 1827 און 1895 פֿאַר $300.
עטלעכע ביכער מיט הרבֿ שפּיראס שטעמפּל, אָדער דעם שטעמפּל פֿון זײַן ישיבֿה, האָבן גאַנץ נידעריקע אָנבאָטן, רעלאַטיוו גערעדט. די ליציטאַציע פֿון „מנחת אהרן‟, למשל, האָט זיך אָנגעהויבן בײַ $200 און פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו $344, כאָטש די אויסגאַבע פֿון יאָר 1792 מוז זײַן איינע פֿון דער ביבליאָטעקס עלטסטע בענד. ס׳קען זײַן אַז איין פֿעלנדיקע בלאַט פֿונעם ספֿר פֿון 23 בלעטער ווי אויך די פֿלעקן אויפֿן טעקסט האָבן אָפּגעשוואַכט די ווערט פֿון בוך. ס׳קען אויך געמאָלט זײַן אַז אַ קונה וועט נישט האָבן גרויס חשק צו באַצאָלן אַ סך פֿאַר אַ צעשטערטן עקזעמפּלאַר אויב ער ווייסט אַז עס געפֿינען זיך ענלעכע ספֿרים אין אַ בעסערער מצבֿ.
מלוכישע ביבליאָטעקן: אַליסיאַ קאָשיאַן, אַ ביבליאָטעקערין בײַם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון עמנואל רינגלבלום‟ אין וואַרשע, האָט מיר געשיקט אַ ליסטע פֿון 30 ספֿרים וואָס געפֿינען זיך אויף די פּאָליצעס פֿונעם אינסטיטוט. עטלעכע פֿון זיי זענען שוין דיגיטאַליזירט געוואָרן און בלײַבן אין אַ דאַטן־באַזע פֿונעם אינסטיטוט. קאָשיאַן האָט מיר איבערגעשיקט סקאַנירונגען פֿון צוויי טײַערע ספֿרים וואָס טראָגן די ישיבֿה־אָפּדרוקן. איינער הייסט רמון גדיש פֿון יאָר 1788; דער צווייטער — ספֿר בני שמואל פֿון 1727. דער נאָמען פֿון דער ישיבֿה איז אויף ביידע בענד קלאָר אָפּגעשטעמפּלט.
איך האָב נישט גענוג פּראַקטיק אויפֿצוּוויקלען די מיסטעריע פֿון ישיבֿת חכמי לובלינס פֿאַרלוירענע ספֿרים. אָבער אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס איך האָב געלייענט און דורך מײַנע אויסבײַטן מיט אַקאַדעמיקער און ביבליאָפֿילן, זעט מיר אויס אַז די דײַטשן האָבן ס׳רובֿ פֿון די ספֿרים נישט פֿאַרברענט, ספּעציעל אַז די ספֿרים האָבן געהאַט אַ גענוג הויכע ווערט אַז מע זאָל זיי ווײַטער קענען פֿאַרקויפֿן.
לויט אַנדערס רײַדעל, האָט דער קאָנפֿיסקירטער ייִדישער פאַרמעגן געדינט די נאַציס ווי „אַ זעלבסט־פֿינאַנצירנדיקן פּראָיעקט, וואָס האָט געהאָלפֿן באַצאָלן פֿאַר דעפּאָרטאַציעס, קאָנצענטראַציע־לאַגערן און מאַסנמאָרד.”
ס׳איז אויך מעגלעך אַז אַ טייל פֿון די ספֿרים ליגן נאָך פֿאַרשפּאַרט אין ביבליאָטעק־סקלאַדן איבער פּוילן, דײַטשלאַנד אָדער אַמאָליקן טשעכאָסלאָוואַקײַ. מעגלעך אויך אַז די רויטע אַרמיי האָט צעראַבעוועט די ביכער ווען זי איז אַרײַן אין לובלין. רײַדעל שרײַבט אַז בערך צוויי מיליאָן ביכער, אַרײַנגערעכנט ספֿרים און כּתבֿ־ידן, זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אינעם סאָוועטן־פאַרבאַנד.
און אפֿשר האָבן באַזונדערע ביבליאָטעקאַרן געהאַנדלט מיט איינעם פֿון די 200 לעבן געבליבענע ייִדן פֿון לובלין? אפֿשר געפֿינט זיך ערגעץ טאַקע אַהרן לעבוואָלס קאַטאַלאָג און וועט נאָך אַ מאָל געפֿונען ווערן? די טאָגביכער פֿון סאַמיועל פּיפּס, געשריבן מיט דער האַנט צווישן 1660 און 1669, האָט מען במשך פֿון 140 יאָר נישט געפֿונען ביז מע האָט זיי אַנטדעקט.
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט הרבֿ עליאזר קאַצמאַן, אַ באַרימטער אָפּשאַצער פֿון יודאַיִקאַ און לשון־קודשדיקע ספֿרים פֿאַר דער ליציטיר־פֿירמע „קעסטענבוים און קאָמפּאַני‟, מיר געזאָגט אַז פּראַקטיק אַליין איז נישט גענוג צו געפֿינען די פֿאַרלוירענע ביכער; מע דאַרף אויך האָבן מזל. „אין פֿאַרגלײַך מיט די ביכער פֿון ווילנע, וואָס זענען אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אין ייִוואָ אויף איין מאָל, וואַלגערן זיך די ספֿרים פֿון ישיבֿת חכמי לובלין אומעטום,‟ האָט ער געזאָגט.
און טאַקע דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן: די ספֿרים פֿון ישיבֿת חכמי לובלין געפֿינען זיך טאַקע צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. איין אָרט ווי זיי זענען אָבער נישטאָ איז דער „אָפֿענבאַך אַרכיוו מאַגאַזין‟, דער אַמעריקאַנער־געשטיצטער נאָך־מלחמהדיקער זאַמלונגפּונקט אין דײַטשלאַנד, וואָס זײַן שליחות — נאָך ווײַט נישט דערגרייכט — איז געווען אומצוקערן די נאַצי־באַראַבעוועטע חפֿצים צו זייערע אייגנטימער. פֿ. דזש. הוגעוואָד, אַ געוועזענער פֿאָרשונג־ביבליאָטעקער בײַ דער „ביבליאָטעקאַ ראָזענטאַליאַנאַ‟ אין אַמסטערדאַם, האָט פֿאָרזיכטיק איבערגעקוקט די פֿאָטאָקאָפּיע וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם „אָפֿענבאַך אַרכיוו מאַגאַזין‟ און האָט טאַקע געפֿונען אַ בילד פֿון אַן אָפּדרוק אין אַ בוך וואָס האָט באַלאַנגט צו אַריה צבֿי פֿראָמער, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון ישיבֿת חכמי לובלין נאָך ר׳ מאיר שפּירא.
„אָבער גיט אַכטונג!” האָט הוגעוואָד מיך געוואָרנט. „איך האָב עס אײַך געוויזן בלויז ווי אַ ראיה אַז כאָטש איין בוך אינעם אָפֿענבאַך אַרכיוו מאַגאַזין האָט געהאַט דעם אָפדרוק.”
הרבֿ קאַצמאַן האַלט אַז די לובלינער ספֿרים האָבן געמוזט דורכגיין דעם אָפֿענבאַך מאַגאַזין — גענוי דער סצענאַר וואָס הוגעוואָד זאָגט איז עד־היום נישט געשען.
דערווײַל האָב איך געטראָפֿן אַ בריוו דאַטירט דעם 9טן מאַרץ 2000 אָנגעשריבן פֿון דזשין סאָפֿער, דעפּוטאַט־דירעקטאָר פֿון דער פּרעזידענטישער קאָנסולטאַציע־קאָמיסיע פֿון פֿאַרמעגנס פֿונעם חורבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צו אַלפֿרעד גאָטשאַלק, קאַנצלער פֿון היברו יוניאָן קאַלעדזש אין סינסאַנאַטי, דערקלערנדיק אַז אַ טייל פֿון די ספֿרים וואָס האָבן זיך געפֿונען אין אָפֿענבאַך זענען געווען „נישט צום דערקענען”, און די ביכער האָט מען איבערגעגעבן דער “ייִדישער קולטורעלער רעקאָנסטרוקציע־אָרגאַנעזאַציע”, כּדי אויסצוטיילן צו ביבליאָטעקן און קהילה־אינסטיטוטציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.” צווישן זיי: בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, די ביבליאָטעק אויף הרבֿ שניאורסאָנס נאָמען אין ברוקלין און דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס־ביבליאָטעק. מעגלעך אַז עטלעכע פֿון דער ישיבֿהס ספֿרים האָבן זיך אַרײַנגעוואַלגערט אין יענע ביבליאָטעקן?
יעדער וואָס פּרוּווט דערגיין וואָס איז געוואָרן פֿון די ספֿרים פֿון ישיבֿת חכמי לובלין וועט אַרײַנגעצויגן ווערן אין אַ לאַבירינט פֿון השערות און האַלבע באַשטעטיקונגען. צום באַדויערן בלײַבט די הויפּט־קשיא נישט פֿאַרענטפֿערט: ווי קען זײַן אַז אַזוי פֿיל ספֿרים פֿון יענער אינסטיטוציע — וואָס האָבן געזאָלט געזאַמלט ווערן פֿאַר אַ מוזיי פֿון אַן אויסגעשטאָרבענער ראַסע — ווערן ווײַטער געקויפֿט און פֿאַרקויפֿט איבער דער גאַנצער וועלט?
די אָפּשטאַמיקע פֿון די לובלינער ישיבֿה תּלמודים — איך צווישן זיי — ווילן טאַקע וויסן. אַדאַם קאָפאָטשיאַווסקי וויל אויך וויסן.
„איך בין סתּם נײַגעריק,” זאָגט דער איידעלער פּראָפֿעסאָר, וואָס האָט קיין מאָל אַפֿילו נישט געהאַלטן אין האַנט איין ספֿר פֿון דער ביבליאָטעק. „הלוואַי וועט מען אין דער נאָענטער צוקונפֿט אומקערן כאָטש אַ טייל פֿון די ספֿרים פֿון ישיבֿת חכמי לובלין קיין לובלין, כּדי צוריקצוברענגען כאָטש אַ רמז פֿונעם ייִדישן גײַסט אין אַ שטאָט וואָס איז שטאַרק פֿאַראָרעמט געוואָרן זינט די דײַטשן און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן די ייִדן פֿאַרשיקט פֿון דאַנען אויף אייביק.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.