דער פֿילם־פּראָדוצירער האַרווי ווײַנשטיין האָט געזאָגט אַז ער וועט פֿאַרוואַנדלען אַ ראָמאַן וועגן דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אין אַ פֿילם.
ווײַנשטיין, וואָס האָט שוין פּראָדוצירט צענדליקער פּאָפּולערע אומאָפּהענגיקע פֿילמען, וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווּנען אָסקאַר־פּרעמיעס, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז ער האָט בדעה צו רעזשיסירן אַ פֿילם איבעראַיאָר אויפֿן סמך פֿון לעאָן אוריס׳ ראָמאַן, „מילאַ 18‟.
אין אַ מיינונג־אַרטיקל אינעם האָליוווּדער אינטערנעץ־זשורנאַל Deadline, האָט ווײַנשטיין געזאָגט אַז ער האָט עטלעכע יאָר לאַנג אָפּגעלייגט דעם פּראָיעקט, און אין צווישנצײַט האָט זײַן חבֿר, האָסיין אַמיני, אַן איראַניש־בריטישער פֿילמשרײַבער, שוין געשאַפֿן דעם סצענאַר פֿאַרן פֿילם.
ווײַנשטיין איז אינספּירירט געוואָרן צו מאַכן דעם פֿילם נאָכן זען ווידער לינאַ ווערטמולערס פֿילם Seven Beauties, אין וועלכן אַן איטאַליענער ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און פֿאַרשיקט אין קאָנצענטראַציע־לאַגער. קינדווײַז האָט ער אויך געלייענט „מילאַ 18‟.
„איך האָב פֿאַרלוירן אַכט עלטער־מומעס און עלטער־פֿעטערס פֿון אוישוויץ,‟ האָט ווײַנשטיין געשריבן. „צום גליק, האָבן מײַן באָבע־זיידע זיך געצויגן קיין אַמעריקע אין די 1920ער בעת זייערע משפּחות זענען פֿאַרבליבן אין פּוילן און ווײַסרוסלאַנד. מײַן עלטער־באָבע און איר זון זענען אַנטלאָפֿן מיט די ציוניסטן.‟
דער וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד איז געווען דער גרעסטער בונט פֿון די ייִדן קעגן די נאַציס במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. עטלעכע הונדערט ייִדישע קעמפֿער און אויזנטער אַנדערע ייִדישע אײַנוווינער אין געטאָ זענען דערהרגעט געוואָרן.
ווײַנשטיין האָט פּראָדוצירט אַ צאָל פֿילמען וואָס האָבן געוווּנען אַן אָסקאַר, אַרײַנגערעכנט The English Patient און Lord of the Rings: Return of the King.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.