ייִדן זענען דאָך אַ פֿאָלק אַ צעזייטס און אַ צעשפּרייטס. ייִדישיסטן — על אחת כּמה וכּמה. די גליקלעכע װױנען אין אַ ייִדישן צענטער װי ניו־יאָרק. דאָרטן, אַז מע װיל נאָר, קען מען זיך אויסלעבן כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדיש. באַגעגענען אין גאַס אַ צװייטן ייִדיש־רעדנדיקן איז אַ דבֿר־בכל־יום.
אָבער װי איז דער דין, אַז מע װױנט דווקא ערגעץ אַנדערש, און דאָך לעכצט זיך אויסצובײַטן אַ ייִדיש װאָרט מיט עמעצן? אָדער, מאָלט זיך, מע פֿאָרט אַרויס אויף דער גרויסער װעלט, שטאָט אײַן שטאָט אויס, און אויף יעדן אָרט װילט זיך טרעפֿן די היגע ייִדיש־רעדער? װי װאָלט געװען אַז, אָנקומענדיק אין אַ פֿרעמדן אָרט, זאָל מען קענען כּהרף־עין געװױר װערן, װער עס זענען די נאָענטסטע ייִדיש־רעדער, און װוּ זיי געפֿינען זיך? אַזאַ חלום איז שוין מסוגל צו װערן אַ רעאַליטעט, אַ דאַנק דער װיזיע פֿון טשאָק סמיט און ריטשאַרד דעלאַמאָר — נישט קיין ייִדישיסטן, נאָר גאָר עספּעראַנטיסטן.
אין יאָר 2002 איז סמיט אַרומגעפֿאָרן אין בראַזיל װען ס׳האָט זיך אים צענאָגט אין קאָפּ אַ געדאַנק. „איך האָב זיך געטראַכט‟ — דערמאָנט ער זיך — „אַז ס׳װאָלט גאָר שיין געװען, װען אַלע עספּעראַנטיסטן זאָלן האָבן דזשי־פּי־עס־אַפּאַראַטן, און אַזוי אַרום גרינגער קענען געפֿינען איינער דעם צװייטן. צום באַדויערן איז די דזשי־פּי־עס־טעכנאָלאָגיע דעמאָלט געװען צו טײַער דאָס צו טאָן.‟ ער האָט געמוזט אָפּװאַרטן נאָך פֿופֿצן יאָר, די טעכניק זאָל דעריאָגן זײַן חלום: אין 2016 האָט די צאָל מענטשן מיט אַ סמאַרטפֿאָן שוין דערגרייכט אַרום אַ דריטל פֿון דער װעלט־באַפֿעלקערונג.
„נאָכן דערפֿאָלג פֿון פּאָקעמאָן־גאָ האָב איך געזען, װי איבער דער װאָלט זוכט מען קעשענע־מאָנסטערס און געקלערט, פֿאַר װאָס נישט זוכן עספּעראַנטיסטן?‟ אין דער צװישנצײַט איז סמיט שוין געהאַט קונה־שם געװען אין „עספּעראַנטויאָ‟. (אַזוי הייסט אויף עספּעראַנטאָ די עספּעראַנטאָ־װעלט — דער אַנאַלאָג צו אונדזער „ייִדישלאַנד‟.) ער האָט געהאַט געלייגט דעם װינקלשטיין פֿון צװיי װיכטיקע פּראָיעקטן: די עספּעראַנטישע װיקיפּעדיע, און דער עספּעראַנטאָ־קורס אויף „דואָלינגאָ‟, די פּראָגראַם צום לערנען שפּראַכן. פֿאַר די דאָזיקע אויפֿטוען האָט דער עספּעראַנטאָ־זשורנאַל „לאַ אָנדאַ דע עספּעראַנטאָ‟ אין 2015 אים באַקרוינט מיטן ערנטיטל „עפּספּעראַנטיסט פֿונעם יאָר‟.
פֿאַראַיאָרן האָט סמיט באַגעגנט דעלאַמאָרן, דעם באַקאַנטסן עספּעראַנטאָ־רעדנדיקן יוטוב־פּערזענלעכקייט, אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון עספּעראַנטיסטן, און אַנטפּלעקט פֿאַר אים זײַן װיזיע. װײַזט זיך אַרויס, אַז אים, דעלאַמאָרן, איז שוין אײַנגעפֿאַלן פּונקט דער זעלבער געדאַנק! האָבן זיי באַלד אָפּגעמאַכט בײַ זיך צו אַרבעטן אין איינעם אַרויסצוברענגען זייער בשותּפֿותדיקע אידעע מן הכּוח אל הפּועל. פֿון זייער שותּפֿות האָט זיך צעבליט נאָך אַ נאָװינע דערצו: די ערשטע געשעפֿטס־פֿירמע װוּ אַלע מיטאַרבעטער, צעשפּרייטע איבער דער װעלט, קאָמוניקירן צװישן זיך אויף עספּעראַנטאָ!
כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר זייער פּראָיעקט האָט די פּאָר געמאַכט אַן אַקציע אויף „קיקסטאַרטער‟, מיטן ציל צו שאַפֿן 9,000 אייראָ אין פֿאַרלויף פֿון איין חודש. צו זייער דערשטוינונג האָבן זיי אין די ערשטע 27 שעה שוין דערגרייכט זייער ציל, און ביזן סוף חודש האָט די סומע באַטראָפֿן כּמעט דרײַ מאָל מער װי דער אָריגינעלער ציל. מיט דער דערפֿאָלגרײַכער התחלה האָבן זיי זיך גענומען צו דער עצם אַרבעט פֿון אַנטװיקלען די אַפּליקאַציע. פֿאַרן נאָמען פֿון זייער נײַער אַפּ האָבן זיי אויסגעקליבן דאָס עספּעראַנטאָ־װאָרט „אַמיקומו‟. ס׳איז די באַפֿעל־פֿאָרעם פֿון אַ װערב װאָס טײַטשט זיך נישט אַזוי לײַכט איבער אין אַנדערע שפּראַכן. דאָס װאָרט בויט זיך אויפֿן שורש „אַמיק‟, ׳חבֿר׳, און „־ומ־‟, אַן ענדונג מיט אַ נעפּלדיקן, אַבסטראַקטן באַטײַט, אַ ביסל ענלעך צו אונדזער „־עװע‟. אויב מע קען זיך פֿאַרגינען אַ נײַשאַפֿונג איז דער באַטײַט פֿון „אַמיקומו‟ אַן ערך „חבֿרהװעט!‟. (דאָס הייסט, „פֿאַרברענגען צײַט מיט חבֿרים, געניסנדיק פֿון די חבֿרישע באַציִונגען‟.) מאַרץ 2017 איז די נײַע אַפּ שוין געװען גרייט צו פֿאַרעפֿנטלעכן פֿאַר עספּעראַנטיסטן.
נו, איז מיט װאָס עסט מען „אַמיקומו‟? לאָזנדיק אין גאַנג די אַפּליקאַציע קען מען קודם־כּל צונויפֿשטעלן דעם פּראָפֿיל: מיט אַ פּאָר װערטער שטעלט מען זיך פֿאָר, און מע רעכנט אויס װאָסערע שפּראַכן מע קען. דערנאָך קומט מען צום גוף־המעשׂה: אַ רשימה מענטשן — די עספּעראַנטיסטן װאָס געפֿינען זיך אין דעם אַרום, אָנהייבנדיק מיטן סאַמע נאָענטסטן. מיט אַ קוועטש קען מען שיקן אַ גרוס, פֿאַרפֿירן אַ שמועס, און, אַז עס קומט דערצו — אָפּמאַכן זיך צו טרעפֿן. די פֿונקציאָנאַליטעט איז אַ פּשוטע, אָבער אַן עפֿעקטיװע. די אַפּליקאַציע פֿאַרמאָגט שוין בײַ אַ 5,500 באַנוצערס און אַ צאָל האָבן שוין אַרײַנגעשריבן צו מעלדן אַז ניצנדיק די אַפּ האָבן זיי געטראָפֿן אַנדערע עספּעראַנטיסטן אין זייער געגנט װאָס זיי האָבן פֿריִער נישט געקענט.
אין דער ערשטער סטאַדיע פֿון דער אַפּ קען מען זוכן בלויז אַנדערע עספּעראַנטיסטן. אָבער גאָר אין גיכן װעט מען שטיצן נאָך אַ סך אַנדערע שפּראַכן, און צום אַלעם ערשטן — ייִדיש! װאָס עפּעס ייִדיש? פֿאַראַן עטלעכע טעמים, פֿאַר װאָס סמיט און דעלאַמאָר האָבן אויסגעקליבן מאַמע־לשון פֿאַר דער צװייטער שפּראַך פֿון אַמיקומו. דער ערשטער: די ענלעכקייט צװישן די אָנהענגער פֿון די צװיי שפּראַכן. דעלאַמאָר דערקלערט: „ייִדיש־רעדער [װי עספּעראַנטיסטן] זענען צעשפּרייט איבער דער גאַנצער װעלט און געניסן פֿון װייניק שטיצע מצד דער מלוכה אין פֿאַרשיידענע לענדער. זיי באַציִען זיך אין אַלגעמיין מיט לײַדנשאַפֿט צו זייער שפּראַך און װילן זי קולטיװירן. איך פֿיל אַז אונדזערע געמיינשאַפֿטן האָבן אַ סך בשותּפֿות און דעריבער האָבן מיר אויך צו טאָן מיט ענלעכע פּראָבלעמען.‟
אָבער די געמיינזאַמע װאָרצלען צװישן ייִדיש און עספּעראַנטאָ שלאָגן אַ סך טיפֿער. דער פֿאָטער פֿון עספּעראַנטאָ, לודװיג זאַמענהאָף, איז דאָך געװען אַ ביאַליסטאָקער ייִד, װאָס האָט אין דער היים געהייסן לייזער און גערעדט ייִדיש. „פֿאַקטיש‟, גיט צו דעלאַמאָר, „האָט זאַמענהאָף אין 1879 אָנגעשריבן די ערשטע גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער שפּראַך, װאָס ער האָט צום טייל אַרויסגעגעבן מיט יאָרן שפּעטער אין דעם ייִדישן זשורנאַל לעבן און װיסנשאַפֿט. אַזוי אַז ס׳איז עפּעס דאָ אַ ברודערלעך געפֿיל צווישן [עספּעראַנטיסטן און ייִדישיסטן]. על־כּל־פּנים אין מײַנע אויגן.‟ זאַמענהאָף האָט דווקא צו ערשט געחלומט אַז ייִדיש זאָל דאָס װערן די אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך. ער האָט געמיינט, אַז זי פֿאַרמאָגט אַלע נייטיקע קװאַליטעטן דערצו. נאָר צום סוף איז ער געקומען צום אויספֿיר, אַז מע װעט אים חושד זײַן אין שאָװיניזם, און דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַע שפּראַך, עספּעראַנטאָ.
אַמיקומו האָט געפֿונען פֿרײַנד בײַ ייִדישיסטן נאָך פֿון סאַמע אָנהייב. זאָגט דעלאַמאָר: „איך האָב אָנגעקניפּט פֿאַרבינדונגען מיט אַ סך פֿאַרשיידענע שפּראַך־קיבוצים װען איך האָב לאַנצירט דעם פּראָיעקט מיט [סמיטן]. איינער פֿון די אַמבאַסאַדאָרן װאָס האָט אונדז געהאָלפֿן איז געװען משה שעריזען פֿון ׳ייִדיש אַקעדעמי׳. דורך שעריזענען האָט זיך דעלאַמאָר אויך פֿאַרבונדן מיטן שרײַבער פֿון די שורות און מיט „יוגנטרוף‟, און מיר זענען צוזאַמען געפֿאַלן אויפֿן פּלאַן, אַז די שטיצע אין דער אַפּ פֿאַר ייִדיש זאָל מען לאָזן אין גאַנג דווקא אין משך פֿון דער הײַיאָריקער ייִדיש־װאָך.
די אַפּליקאַציע קען מען אַראָפּלאָדן אי פֿאַר „אַנדרויד‟, אי פֿאַרן „אײַפֿאָון‟. פֿאַר מער פּרטים, באַזוכט: https://amikumu.com/en
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.