(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די גרינדער פֿון װעלטלעכע ייִדישע שולן זײַנען געװען ראַדיקאַלע פּאָליטישע אַקטיװיסטן, װאָס זײַנען אַריבערגעקומען קײן אַמעריקע מיט דער גרױסער כװאַליע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע פֿון רוסלאַנד אָנהײב דעם צװאַנציקסטער יאָרהונדערט. זײערע צװעקן זײַנען געװען אַמביציעז׃ ממשיך צו זײַן די ראַדיקאַלע װעלטלעכע באַװעגונג אינעם נײַעם לאַנד. צוליב דעם האָבן זײ געדאַרפֿט אױפֿהאָדעװען אַ נײַעם דור ייִדן, װאָס זאָלן צונױפֿשמעלצן ייִדישקײט מיט סאָציאַליזם, און דערצו נאָך װערן עכטע אַמעריקאַנער. אָבער די אָבֿות פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער דערציִונג האָבן געהאַט פֿאַרשידענע השׂגות װעגן אָט די אַלע באַגריפֿן, און די חילוקי־דעותן צװישן זיי האָבן גורם געװען פֿיר פֿאַרשידענע פּעדאַגאָגישע שיטות. די פּועלי־ציוניסטישע פֿאַרבאַנד־שולן האָבן באַטאָנט ייִדישע נאַציאָנאַלע טראַדיציעס און געלערנט סײַ ייִדיש און סײַ העברעיִש; די שלום־עליכם־שולן האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אױף דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, די „אַרבטער־רינג”־שולן האָבן קאָמבינירט ייִדיש מיט סאָציאַליזם, און די קאָמוניסטישע „אָרדן”־שולן האָבן געבױט די גאַנצע לערן־פּראָגראַם אױף מאַרקסיסטישע יסודות.
יעדע בראַנזשע האָט געהאַט אַן אײגענע צײַטשריפֿט פֿאַר קינדער און לערערס. אין די דאָזיקע פּובליקאַציעס האָבן זיך באַטײליקט חשובֿע ייִדישע מחברים און קריטיקער, װי למשל יואל ענטין, שמואל ניגער, יוסף אָפּאַטאָשו, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, און רחל קאָרן. און דער אידעיִשער פֿאָקוס און אַלגעמײנער טאָן פֿון די דאָזיקע צײַטשריפֿטן האָבן זיך געענדערט מיט דער צײַט אין הסכּם מיט די ענדערונגען אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור.
אין „קינדערװעלט” פֿון „פֿאַרבאַנד” און אין „קינדער־צײַטונג” פֿון „אַרבעטער־רינג” איז דער פּאָליטישער ראַדיקאַליזם פֿון די ערטשטע יאָרן געװאָרן מילדער מיט דער צײַט, בעת די אַמעריקאַנישע טעמעס און פּראָבלעמען האָבן פֿאַרנומען מער פּלאַץ. די קאָמוניסטישע פּובליקאַציע „יונגװאַרג” האָט כּסדר געפֿאָלגט נאָך דער סאָװעטישער פּאָליטישער ליניע. אַלע שולעס האָבן זיך געדאַרפֿט פֿאַרנעמען מיט דער פּראָבלעם פֿון דער ירידה אין שפּראַך־קענטעניש פֿון ייִדיש און ייִדישקײט בײַם ייִנגערן דור פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע קינדער. די צאָל ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער איז שטאַרק געפֿאַלן אין די 1940ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿריִערן פּעריאָד. מיט דער צײַט איז מיזרח־אײראָפּע געװאָרן אַלץ װײַטער.
דאָס האָט זיך דראַמאַטיש געביטן נאָך דער „קריסטאַלנאַכט” אין 1938, װען דאָס סכּנת־נפֿשות פֿאַר אײראָפּעיִשן ייִדנטום איז געװאָרן ביז גאָר רעאַל. להיפּוך צו אַנדערע אַמעריקאַנער שולן, האָבן די ייִדישע שולן אָנגעהױבן צו דערצײלן װעגן דעם חורבן גלײַך פֿון סאַמע אָנהײב אָן. אין די ייִדישע שולן, שרײַבט קדר, „מען האָט באַטראַכט קינדער װי יונגע ייִדן, שותּפֿים אין ייִאוש, װאָס מען האָט ניט באַשירעמט — להיפּוך צו אַנדערע ייִדישע קינדער אין אַמעריקע אין יענער צײַט — פֿונעם שרעק און לײַדן װאָס זײער פֿאָלק האָט געליטן בעת דער מלחמה.” די רעאַליסטישע שילדערונגען פֿונעם חורבן האָבן געשאַפֿן אַ שטאַרקע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צװישן ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין אַמעריקע און ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע.
די ירידה פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער דערציִונג אין אַמעריקע אין די 1950ער איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון עטלעכע גורמים. דער עקאָנאָמישער װױלטאָג האָט צעלאָזט די געדיכטע נעץ פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אױף ייִדישע גאַסן אין די גרױסע אַמעריקאַנער שטעט. אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אָנגעװױרן די ייִדישע שפּראַך, און זײער ייִדישקײט האָט אָנגענומען רײן רעליגיעזע פֿאָרמעס לױטן שטײגער פֿון זײערע קריסטלעכע שכנים. דעם דאָזיקן מין ייִדישקײט האָט מען געלערנט אױף ענגליש מיט שטיקלעך לשון־קודש אין „היברו־סקולס”. זינט די 1960ער יאָרן האָט געװאַקסן אַ נײַע סיסטעם פֿון ייִדישע טאָגשולן אונטער דער השגחה פֿון אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערװאַטיװע קהילות. ייִדיש, ליטעראַטור און װעלטלעכע קולטור בכּלל פֿאַרנעמען זײער אַ קנאַפּע ראָלע אין דעם איצטיקן אַמעריקאַנער ייִדישן שולװעזן, װאָס שטײט אױף דרײַ יסודות׃ רעליגיע, חורבן און מדינת־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.