עטלעכע שאַבלאָנישע אויסדרוקן כּלפּי ייִדיש זענען שטאַרק פֿאַרשפּרייט און אײַנגעוואָרצלט אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט. ס’לוינט זיך זיי אַנאַליזירן אין טיפֿן. אויבנאויפֿיק זעט עס אויס אידיליש אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע תּקופֿות, דאָך איז עס ווײַט פֿון באַפֿרידיקן די ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון.
„אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער‟: ווען מע באַרירט דרך־אַגבֿדיק די פֿראַגע פֿון ייִדיש אין טאָגטעגלעכע שמועסן, צײַטונגען און אויף דער טעלעוויזיע, הערט מען אָפֿט אָט דעם אויסגעדראָשענעם, שאַבלאָנישן אויסדרוק. אויב אין אויסלאַנד דערציילט מען אַ ייִדיש, זאַפֿטיקן וויץ אויף דער לאַנדשפּראַך, גיט מען אָפֿט צו: „אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער‟. זיך אַרײַנטראַכטן אָבער צי עס איז טאַקע אזוי, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען, נעמט זיך קיינער ניט די טירחה. אַ שאָד, ווײַל אויב מ’וואָלט זיך אַ קאַפּיטשקע מער פֿאַרטיפֿט אין פֿאַרגלײַכן די אינטאָנאַציעס פֿון ביידע שפּראַכן, וואָלט מען כאָטש אַנטפּלעקט זייערע אייגנאַרטיקייטן און געקענט דערגיין ווי אַזוי ייִדיש קלינגט בעסער. ס’לוינט זיך אַזוינס צו טאָן.
„דער שפּראַכן־קאַמף העברעיִש־ייִדיש איז געקומען צו אַ סוף. עברית האָט געזיגט‟: מיט אַנדערע ווערטער מען קאָן זיך איצט דערלויבן צו זײַן באַרעמהאַרציק כּלפּי ייִדיש. אַזאַ אויסדרוק הערט מען פֿון כּל־מיני מענטשן, סײַ פֿון נעאָ־ייִדישיסטן, סײַ פֿון אַזעלכע וועלכע פֿילטרירן פֿון דער ווײַטנס מיט מאַמע־לשון, סײַ פֿון אַזעלכע וועלכע זענען באַהאַלטענע שׂונאי־ייִדיש, אָבער צוליב דער פּאָליטישער קאָרעקטקייט פֿילן זיי זיך געצוווּנגען עפּעס אַרויסצוזאָגן, בעיקר, ווען מע הערט עפּעס פּאָזיטיווס אַרום ייִדיש.
וויל איך זאָגן, אַז אָך און וויי אויף אַזאַ זיג פֿון העברעיִש איבער ייִדיש. פֿון דעם שפּראַכנקאַמף איז העברעיִש ניט רײַכער געוואָרן און ייִדיש האָט מען טאַקע שטערבלעך פֿאַרוווּנדיקט. ווער ס’באַנוצט זיך מיט אָט דעם שאַבלאָן מיינט פֿאַקטיש צו באַטאָנען, אַז ס’איז געוווּנטשן, אַז ייִדיש זאָל בלײַבן אין אַ פֿאַרצוימטן רעזערוווּאַר און ניט מער. כ’דערמאָן זיך דאָ די רעאַקציע פֿון אַ באַליבטן שליח אין אַרגענטינע, אליהו דניאל, אַ געבוירענער אין בולגאַריע מיט אַ לאַדינאָ־טראַדיציע . ווען כ’האָב אים באַזוכט אין די 1980ער יאָרן אין זײַן קיבוץ מַעַבַרוֹת און פֿול מיט התלהבֿות אים דערציילט וועגן מײַן ייִדיש־טעטיקייט, האָט ער אַ ביסל אומרויִק רעאַגירט:
„יאָ, ס’איז גוט, אָבער ניט צו פֿיל…”
אַ גאַנץ ענלעכע רעאַקציע איז געקומען פֿונעם באַקאַנטן עסקן יצחק קאָרן ז״ל. ווען ער האָט געזען אַז אַרום דעם וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור שאַפֿט זיך עפּעס אַ קערנדל פֿון ייִנגערע ייִדיש־אַקטיוויסטן, איז ער אויך, פֿאַרשטענדלעך, ווי אַנדערע וועטעראַנען געווען איבערגליקלעך אָבער ער האָט, אָנווײַזנדיק מיט זײַן האַנט מיך געראַטן:
„פּאַוואָלינקע… ניטאָ פֿאַר וואָס צו לויפֿן…‟
„ייִדישע קללות זענען עפּעס אַזוינס און אַזעלכס‟. לגבי אַזאַ שאַבלאָן דאַרף מען ניט פֿיל קאָמענטירן. מ’קאָן זיך משער זײַן, אַז עס איז פֿאַרשפּרייט אומעטום. ס’פֿעלט ניט דער ייִדיש־סטודענט וואָס וועט שוין אינעם ערשטן קלאַס מעלדן אַלעמען אַז אָט די קללות פֿאַראינטערעסירן אים אַממערסטנס און האָט אים איבערצײַגט זיך צו רעגיסטרירן אינעם קורס… און ס’פֿעלן טאַקע ניט קיין ענטוזיאַסטן וועלכע וועלן אויפֿן אָרט אַרויסשיסן אַ סעריע קללות וועגן, למשל, דעם לאָמפּ וואָס ס’ברענט פֿון אויבן און וועגן דער ציבעלע מיטן קאָפּ אַרונטער… ייִדיש האָט ניט וואָס זיך צו שעמען מיט זײַן קללות־רעפּערטואַר און יוסף גוריס בוך וועגן ברכות און קללות אויף ייִדיש איז ממש אַ שלאַגער. אָבער ווען עמעצער מאַכט אַזאַ ביליקע רעדוקציע פֿון דער רײַכער ייִדישער קולטור, עקלט עס און ס’איז ממש אַ פֿאַרשוועכונג.
„די עלטערן האָבן צווישן זיך גערעדט ייִדיש, די קינדער זאָלן ניט פֿאַרשטיין”.
נאָך אַ פֿאַרשפּרייטער שאַבלאָן… מ׳וויל זיך אַזוי פֿאַרענטפערן פֿאַר וואָס מ’באַהערשט ניט די שפּראַך, כאָטש אַנדערע ווילן דערמיט דווקא זאָגן, אַז ניט געקוקט אויף זייערע עלטערנס כּוונה האָבן זיי דאָך „גענאַשט” פֿון אַ ביסל ייִדיש פֿון וועלכן זיי זענען זיך מהנה ביזן הײַנטיקן טאָג.
פֿאַר וואָס באַצייכן איך עס ווי אַ שאַבלאָן? ווײַל דער אויפֿגעוואַקסענער דור, וואָס האָט שוין הײַנט ברוך השם זײַנע אייגענע קינדער און אייניקלעך, האָט זיך ניט געסטאַרעט אַרײַנצוטראַכטן אין דער סיטואַציע, אין וואָסערע סיבות האָבן זייערע עלטערן געהאַט, זיי צו לאָזן אויסער דעם תּחום היידיש… למשל, ווײַל זיי האָבן געוואָלט „באַשיצן” זייערע קינדער, ניט געוואָלט זיי איבערגעבן דאָס ייִדיש־פּעקל וואָס איז אַזוי שטאַרק אַסאָצירט מיטן שווערן ייִדישן גורל.
„די שפּראַך פֿון דער שואה”
דעם אויסדרוק האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט פֿון מײַנעם אַ קאָלעג, דעם קאָמפּאָזיטאָר — אריק שפּירא ז״ל, אַ סאַברע וואָס האָט געשאַפֿן עקסטרעם אַוואַנגאַרד־מוזיק און האָט צווישן אַנדערע שאַפֿונגען אויך קאָמפּאָנירט מוזיק צו בריוו געשיקטע אַהיים פֿון ווערמאַכט־סאָלדאַטן אויפֿן רוסישן פֿראָנט… קיין בעסערע טעקסטן האָט ער ניט געקאָנט געפֿינען… כ’ווייס ניט אויב „ייִדיש — שפּראַך פֿון דער שואה” איז פּונקט אַ שאַבלאָן. מ’הערט עס ווייניקער, ווי מען הערט די אַנדערע אויבן־דערמאָנטע זאַצן, אָבער וואָס יאָ, אַזאַ געדאַנק און געפֿיל איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער באַפֿעלקערונג.
ווען מײַן פֿאָטער ע״ה פֿלעגט זאָגן „די שפּראַך פֿון די קדושים” האָט ער געמיינט צו זאָגן, אַז מ’מוז זי שאַצן, אָפּהיטן ווי אַן אויג אין קאָפּ און זי איבערגעבן די קינדער און קינדס קינדער. דאַקעגן „די שפּראַך פֿון דער שואה” אין די מײַלער פֿון אַנדערע מיינט עס אַז די דאָזיקע קולטור איז אַוועק מיטן רויך פֿון די קרעמאַטאָריעס. ס׳האָט זיך געשלאָסן אַ קאַפּיטל וואָס געהערט צו דער פֿאַרגאַנגענהייט.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.