אַ מעשׂה שאפֿשר היה:
יצחק באַשעוויס האָט אַ מאָל געכאַפּט אַ שמועס מיט מנחם בעגינען ווען יענער איז געווען דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער. אינעם שמועס זאָל באַשעוויס האָבן איבערגעחזרט דעם (פֿאַלשן) שאַבלאָן וואָס ער האָט שוין אַרויסגעברענגט אין זײַן נאָבעל־רעדע, אַז ייִדיש האָט נישט קיין ווערטער מיט אַ שײַכות צו מלחמה אָדער מיליטער. קודם־כּל, זענען יאָ געווען ייִדיש־שפּראַכיקע מיליטערישע איינסן; מיר ווייסן לכל־הפּחות פֿון אַזוינע בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין דער רויטער אַרמיי און אינעם פּאַרטיזאַן. והשנית, איז דאָס דען אַ מעלה? דאָס פֿירן מלחמות איז טאַקע אַ שלעכטע זאַך, אָבער דאָס נישט קענען אַרומרעדן די מלחמות וואָס אַנדערע פֿירן בעוונותינו הרבים איז אויך נישט קיין געוווּנטשענע זאַך.
דער שפּיץ דערפֿון איז גאָר בעגינס ענטפֿער (פּאַראַפֿראַזירט): מיליטערישע טערמינאָלאָגיע אויף ייִדיש?! ווי וואָלט מען געזאָגט, „אַמויד דוים“? (אויף עבֿרית זאָגט מען דאָך „עמוד דום“ [/אַמאָד דאָם/] מיטן טײַטש וואָס אויף ענגליש Attention!). אין דער אמתן האָט מען אויף מאַמע־לשון עטלעכע אַדעקוואַטן, וואָס דער פּינקטלעכסטער איז מסתּמא „גראָד שטיין!“
וואָס זשע זענען מיר יאָ אויסן? דאָס אָפּלאַכן פֿון נעאָלאָגיזמען אויף ייִדיש אָדער ס׳אָננעמען, אַז ייִדיש האָט נישט און דאַרף נישט קיין מאָדערנע טערמינאָלאָגיע. פֿאַרקערט, אָן נײַע ווערטער איז אַ לשון — טויט.
לאָמיר זיך נישט נאַרן: ווי אַ מיטרעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך האָב איך זיך נישט אײַנגערעדט, אַז אַלע, צי אַפֿילו אַ גרויסער חלק, פֿון די מאָדערנע טערמינען וואָס דאָרטן דערין (צי זיי זענען נײַ־שאַפֿונגען פֿון הײַנט צי פֿון אייער־אייער־אייער־נעכטן) וועלן זיך אָננעמען בײַם עולם, אויף וויפֿל אַזאַן עולם איז פֿאַראַן. דאָס איז, אָבער, אַ האַלבע צרה. ווען מע האָט דרך־ארץ פֿאַר אונדזער לשון וואָלט מען זיך גאָר דערפֿרייט מיט נײַער טערמינאָלאָגיע. אײַ, אונדזער עולם איז אַ קאָנסערוואַטיווער און קוקט קרום אויף אַלץ וואָס איז נײַ? עפּעס גלייבט זיך נישט, אַז בײַ די אומות־העולם איז מען אין הילכות לשון ווינציקער קאָנסערוואַטיוו. פֿונדעסטוועגן קומען צו ממש יעדן טאָג נײַע ווערטער אויף ענגליש, און זעלטן ווער ס׳לאָזט אַרויס אַ פּיפּס, ווער רעדט נאָך אַ פּראָטעסט ממש. אויך אויף דײַטשיש קומען צו נײַע ווערטער — אַ היפּשע צאָל איבערגענומענע פֿון ענגליש — וואָס ווערן גיך אָנגענומען.
דאָס איז דאָך גערעדט געוואָרן וועגן גרויסע פֿעלקער. און קליינע? על אַחת כּמה וכּמה. אָט שטאַמט דאָך דער ייִדישיזם (ווי אויך דער ציוניזם, בונדיזם און אַ סך אַנדערע ־יזמען) פֿון דער צווייטער העלפֿט 19טן י״ה, ווען אין אייראָפּע און אַנדערש וווּ האָבן קליינע פֿעלקער באַשלאָסן, אַז זיי ווילן שוין זײַן דער אייגענער באַלעבאָס און מער נישט דאַרפֿן זיך בוקן פֿאַר די גרעסערע.
כּדי זיך צו באַפֿרײַען האָבן די פּיאָנערן פֿאַרשטאַנען, אַז וואָס שייך לשון מוז מען די קליינע „פּויערשע“ לשונות דערהײַנטיקן, ד״ה, שאַפֿן אַ מאָדערנעם ווערטער־אוצר. אַנישט וועלן זיי בלײַבן הינטערשטעליק, וועט ס׳לשון, און במילא ס׳פֿאָלק, נישט זײַן בכּוח, און ווערט, אַן אייגענע מלוכה מיט אייגענע מלוכישע אינסטיטוציעס, שולן, אוניווערסיטעטן אד״גל. הייסט עס, בײַ אַלע פֿעלקער, ספּעציעל בײַ די קליינע, האָט מען געמוזט בכּיוון שאַפֿן וויסנשאַפֿטלעכע, פּאָליטישע, ספּאָרט־ און אַנדערע טערמינען — זיי זענען נישט קיין יש מאַין, אויפֿגעקומען פֿון זיך אַליין, נאָר געשאַפֿענע דורך מענטשן.
נעמט, אַ שטייגער, די טשעכן. אפֿשר ווײַל ס׳פֿאָלק איז מיט אַזוי פֿיל קלענער, אַ שטייגער, פֿון די רוסן און די פּאָליאַקן האָבן די טשעכישע פּיאָנערישע פֿילאָלאָגן געווײַכט פֿאַר יעדן פּרײַז פֿון לײַווערטער פֿון רוסיש, פּויליש, דײַטשיש, פֿראַנצייזיש. אין דער גערעדטער שפּראַך זענען פֿאָרט אַרײַן נישט־ווינציק אַזוינע לײַווערטער, אָבער אין דער אָפֿיציעלער שפּראַך זענען זיי קנאַפּ. אָט למשל: אַ באַנבילעט הייסט אויף פּויליש און רוסיש (און ייִדיש אויך, פֿאַרשטייט זיך) „בילעט“ — ס׳אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש. אויף טשעכיש — לא: בײַ זיי איז דאָס וואָרט jízdenka, פֿון jízda — „נסיעה“.
כאָטש קיין פּרטים האָב איך נישט געקענט דערגיין, נעם איך אָן, אַז ס׳וואָרט שטאַמט טאַקע פֿון דער תּקופֿה ווען מע האָט ס׳טשעכישע לשון געמאַכט מיט לײַטן גלײַך, אין דער זעלביקער צײַט ווען באַנען האָבן זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן. פֿון מײַנעט וועגן האָט מען מיט 150 יאָר צוריק געמעגט לאַכן פֿון אַזאַ נײַ־שאַפֿונג, אָבער בײַם הײַנטיקן טאָג איז ס׳וואָרט אין גאַנצן אָנגענומען, וועט קיינעם נישט אײַנפֿאַלן צו האָבן צו די פֿילאָלאָגן קיין טענות. הײַנט divadlo (טעאַטער) — דאָס וואָס די טשעכן און סלאָוואַקן האָבן אַן אייגן וואָרט פֿאַר „טעאַטער“ — רופֿט אַרויס אַ שמייכל בײַ זייערע שכנים פּאָליאַקן, אָבער בײַ די רעדערס גופֿא — חלילה!
און עבֿרית? אליעזר בן־יהודה טראָגט מען נאָך ביז הײַנט אויף די הענט. וואָס זשע איז געווען זײַן אויפֿטו און דער אויפֿטו פֿון זײַנע קאָלעגן? אָדער נעמען ווערטער פֿון אַ מאָל און זיי געבן נײַע טײַטשן — „חשמל“, וואָס איז דאָך טײַטש „עלעקטרע“, האָט אין תּנך געהאַט אַן אַנדער טײַטש, אַיאָ? — אָדער צוגעטראַכט נײַע ווערטער. אינעם ליד „אליעזר בן־יהודה“ דערמאָנט מען, אַ שטייגער, „ריהוט“ (מעבל) און „מגהץ“ (פּרעסאײַזן).
לאָמיר זיך איצט אומקערן צו בעגינען און זײַן „אַמויד דוים“. אים איז בשעת־מעשׂה אַוודאי נישט געקומען אויפֿן זינען, אַז „עמוד דום!“ (גראָד שטיין!) האָט אַ מענטש אויסגעטראַכט — מע האָט עס דען פֿאַרטיקערהייט גענומען פֿון תּנך?
ס׳וואָר, אַפֿילו אויף עבֿרית האָבן זיך נישט אָנגענומען אַלע נײַ־שאַפֿונגען. אָט האָט בן־יהודה פֿירגעלייגט פֿאַר „טעלעפֿאָן“ — „שחרחוק“ („שח“ = „רעדן“, „רחוק“ = „ווײַט“, אַן ערך אַזוי ווי tele+phone), נאָר ס׳איז דורכגעפֿאַלן — דער עולם האָט ליבערשט אויסגעקליבן טאַקע „טעלעפֿאָן“. ווען מע זאָל הײַנט אין ישׂראל זאָגן „שחרחוק“, וואָלט מען זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן, אויב מע וואָלט בכּלל זיך אָריענטירט וואָס דאָס איז. אָבער פֿאַר דעם וואָס בן־יהודה א״אַ האָבן געשאַפֿן הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער נייטיקע נײַע ווערטער האָט מען דאָך גאָר גרויס דרך־ארץ.
און ווען ס׳איז אויסגעקומען צו דערציילן וועגן די ווערטער וואָס מע האָט אין ווערטערבוך אַרײַנגענומען — צי אַלטע, צי נײַע — שאָקלט מען דען צו מיטן קאָפּ מיט דרך־ארץ? ניין, מע לאַכט. ווער רעדט נאָך, ווי אינעם „פֿאָרווערטס“ פֿלעג אַבֿרהם שולמאַן חוזק מאַכן פֿון יעדן פּרוּוו צו פֿירן ייִדיש מיט אַ טראָט ווײַטער דורכן באַרײַכערן דעם הײַנטצײַטיקן וואָקאַבולאַר.
דער אויספֿיר: די צרה שטעקט נישט אין נײַקייט, נאָר אין „ייִדישקייט“ — פֿאַר ייִדיש האָט מען נישט גענוג דרך־ארץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.