לויט געוויסע פּאָליאַקן, וואָלט די דײַטשע רעגירונג געדאַרפֿט באַצאָלן קאָמפּענסאַציע־געלטער צו די פּאָליאַקן פֿאַר די שאָדנס פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
קריסטינאַ פּאַוולאָוויטש האַלט אַז דײַטשלאַנד וואָלט געדאַרף באַצאָלן דער פּוילישער מלוכה פֿארגיטונגען פֿאַר די שאָדנס פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
ווער איז אַזוינס קריסטינאַ פּאַוולאָוויטש? זי איז אַ דעפּוטאַטין פֿון דער הערשנדיקער „פּיס”, דהײַנו רעכט און גערעכטיקײַט פּאַרטיי.
„לאָמיר זיך ווענדן צו די בעסטע ייִדישע אַמעריקאנער אַדוואָקאַטן וואָס האָבן דערפֿאַרונג אין אַנטשעדיקונגען פֿון דײַטשלאנד. אין פּוילן האָבן מיר נישט קיין געהעריקע ספּעציאַליסטן אויף דעם געבּיט”, טענהט זי.
בשעתּו האָבן די סאָוועטן אויף דער יאַלטא קאָנפֿערענץ אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט די דײַטשן בנוגע אָט דעם ענין. די פּאָליאַקן האָבן דעמאָלט באַקומען אַן ערך פֿופֿצען פּראָצענט פֿון די אַנטשעדיקונג־געלטער.
אין 1953 האָט פּוילן אונטערגעשריבן א התחייבֿות אַז זיי האָבן מער נישט קיין תּבֿיעות קעגן דײַטשלאנד.
איצט טענהן אַ סך פּאָליאַקן אז דעמאָלט איז פּוילן נישט געווען באמת אומאָפּהענגיק.
אין יאָר 2004 האָבן פּוילישע עקספּערטן געשעצט די פּוילישע מלחמה־שאָדנס אויף 525 מיליאַרד יוּראָ.
אין פּוילן האָב איך אָפטמאָל געהערט די טענה אַז ווען נישט די דײַטשן וואָלט פּוילן היינט געווען אַ מדינה פֿון זיבעציק מיליאָן מענטשן, הייסט עס כּמעט צוויי מאָל אזוי פֿיל ווי די הײַנטיקע באַפֿעלקערונג.
אָפֿטמאָל פֿארגעסט מען אָבער צוצוגעבן אַז אַן ערך פֿופֿציק פּראָצענט פֿון די זעקס מיליאָן פּוילישע בירגער וואָס די דײַטשן האָבן דערהרגעט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געווען ייִדן.
כּמעט מיט טרערן אין די אויגן האָב איך געלייענט דעם דאָזיקן בליצפּאָסט בּריוו.
„טײַערע עלטערן,
מיר לאָזן אײַך וויסן אַז מיר רעזיגנירן פֿון אונדזער אַרבעט אינעם קומענדיקן שוליאָר. מיר האָבן אינפֿאָרמירט די גמינע און דעם רבֿ׳ס בּיראָ וועגן דעם ענין.
אויב איר ווילט אַז אַײַערע קינדער זאָלן ממשיך זיין מיטן חדר נאָכן זומער אורלויב, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט צום רבּין מיכאל שודריך. ער וועט מסתּמא נישט זײַן גלײַכגילטיק צו אײַערע באַדערפֿענישן. מיר דאַנקען אײַך פֿאר יאָרן פֿון געמיינזאַמן לימוד. מיר האָפן אַז די קינדער זענען געווען צופֿרידן. מיר וועלן ווײַטער בלײַבן מיט זיי אין פאַרבינדונג.
זײַט געזונט,
פּאַן שבת און פּאַני אַגניעשקאַ.”
אונדזער וואַרשעווער חדר, אָדער ווי מען זאָגט עס אין אַמעריקע, אונדזער ייִדישער „סאַנדיי סקול”, איז געווען זייער באַליבט ביי די קינדער. זיי האָבן גערופֿן דעם לערער, וואָס הייסט אייגנטלעך מאַטשיי לאָקיעטעק, „פּאַן שבּת”. פֿאַר וואָס? ווײַל ער האָט זיי געלערנט וועגן שבּת און אַלע אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים.
ביי אונדז אין דער משפּחה איז שוין געווען אַ טראַדיציע אַז זונטיק אין דער פֿרי גייען אלע דרײַ קינדער אין חדר, וואָס איז לעצטנס געווען אינעם ייִדישן צענטער אין מיטן שטאָט.
הרב שודריך האט אונדז פֿרײַטיק געשריבן אַז די גמינע וויל ממשיך זײַן מיטן חדר.
הלוואי כן יהי רצון!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.