די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה אײַנצושטעלן די „שופֿטים ושוטרים‟ – דאָס הייסט די דיינים וואָס מישפּטן די ייִדן על־ׁפּי יושר, און די אויפֿזעער, וואָס זען אַז דער עולם זאָל פֿאָלגט דעם פּסק פֿון די דיינים.
אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס גאַנץ פֿאַרשטענדלעך און שׂכלדיק. וויבאַלד די תּורה הייסט אונדז מקיים צו זײַן מיצוות און אויסמײַדן עבֿירות, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז מע דאַרף פֿאַרזיכערן דעם קיום־המיצוות. הגם מיר לעבן הײַנט אין אַ וועלט אין וועלכער מע רעכנט זיך מיט די אַלגעמיינע מלוכישע געזעצן מער ווי מיט די הלכות – בעטן מיר דרײַ מאָל אַ טאָג אין שמונה־עשׂרה: „השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה‟ — דער אייבערשטער זאָלן אונדז צוריקברענגען אונדזערע שופֿטים און עצה־געבערס ווי אַמאָל.
אין דער זעלבער צײַט, קלינגט די דאָזיקע מיצווה היפּש מאָדנע פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן מענטש. אַ סך געוועזענע חרדים, וואָס פֿאָרן אַראָפּ פֿונעם ייִדישן וועג, טענהן, אַז זיי האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן די „שופֿטים ושוטרים‟, וואָס האַלטן אויף די אָרדענונג אין שטרענג־פֿרומע קהילות דורך שפּיאָנאַזש און גוואַלד־מיטלען. הייסט עס אַז די ערשטע מיצווה אין אונדזער סדרה ברענגט צומאָל אַרויס, נישט געווונטשענע שלעכטע רעזולטאַטן.
דער לעצטער ליבאַוויטשער רבי באַמערקט אין זײַנע שׂיחות, אַז מיר בעטן בײַם דאַוונען בלויז צוריקצוברענגען די יועצים, עצה־געבערס, און נישט קיין גוואַלד־אויפֿזעער. ווען משיח וועט קומען, וועלן מיר זיך ניט נייטיקן אין בוכשטעבלעכע שוטרים. ווען יעדער וועט זען דאָס געטלעכע ליכט מיט די אייגענע אויגן, וועט מען מער נישט דאַרפֿן קיין וועכטער הינטער די פּלייצעס צו צווינגען דעם מענטש.
דער ליבאַוויטשער רבי האָט אויך באַמערקט, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן זענען מיר שוין גרייט מקיים צו זײַן די מיצוות אויף אַ פֿרײַוויליקן אופֿן, מיט דער הילף פֿון די „יועצים‟. דער צוואַנג אַרבעט שוין נישט מער און ער שאַט דווקא.
אין די פֿריִערדיקע פּרשה־אַרטיקלען האָבן מיר באַטראַכטן די תּקופֿה פֿון עקבֿתא־דמשיחא, ווי די חסידישע צדיקים רופֿן אָן אונדזער צײַט. די משיחישע גאולה איז נאָך נישט געקומען; אַדרבה, אינעם הײַנטיקן דור האָבן מיר זיך פֿאַרבלאָנדזשעט ווײַטער, ווי אין פֿריִערדיקע תּקופֿות. אינעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל צי אין אַ ייִדישן קוואַרטאַל פֿון תּימן, איראַק אָדער אַלזשיר פֿלעגן די אָרטיקע ייִדישע מנהיגים קאָנטראָלירן די קהילה־אָרדענונג. הגם ס׳רובֿ פּוסקים האַלטן, אַז די מיצווה פֿון „שופֿטים ושוטרים‟ אין אַקטועל בלויז אין ארץ־ישׂראל, און נישט אין גלות־צײַטן, האָבן במשך פֿון דער געשיכטע עקזיסטירט אַזעלכע אינסטיטוציעס, ווי דער וועד־אַרבע־אַרצות, וואָס האָבן פֿונקציאָנירט ווי אַ מין ייִדישע אויטאָנאָמישע רעגירונג און פּאָליציי־אינסטאַנץ אין מיזרח־אייראָפּע.
אין די אַנדערע לענדער האָבן פֿונקציאָנירט אַנדערע ענלעכע אינסטיטוציעס. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין תּימן פֿלעגן די אָרטיקע מוסולמענישע פֿירער צווינגען די ייִדישע קהילה צו לעבן על־פּי הלכה. פֿאַרן חילול־שבת בפֿרהסיא האָט מען געקאָנט אַרעסטירט ווערן. אין דעם פֿאַל, האָט דווקא די נישט־ייִדישע סבֿיבֿה געדינט ווי די שוטרים. ענלעך איז געווען דער מצבֿ אין דער אַמאָליקער סיריע און אַ ריי אַנדערע איסלאַמישע לענדער.
גוט, אַניט? די רבנים אינעם הײַנטיקן ניו־סקווער אָדער בני־ברק קאָנען בלויז חלומען פֿון אַזאַ סיסטעם. פֿונדעסטוועגן, זענען מיר הײַנט צופֿרידן, אַז מיר וווינען אין דעמאָקראַטישע לענדער — אויב אַפֿילו די דעמאָקראַטיע איז דאָרטן בלויז חלומות. ווייניק ייִדן ווילן זיך למעשׂה אומקערן אין מיטל־עלטערלעכע שטרענג־קאָנטראָלירטע קהילות. אַדרבה, ווי געזאָגט, טרעפֿן זיך אין אַזעלכע קהילות מיט „שופֿטים ושוטרים‟, ווי קרית־יואל אָדער ניו־סקווער, די סאַמע אויסטערלישע פֿאַלן פֿון עקסטרעמער „אָפּגעפֿאָרנקייט‟. נישט בלויז לויפֿן געוויסע יחידים אַוועק פֿון אַזעלכע מקומות, נאָר ווערן אָנגעשטעקט מיט דער טיפֿסטער שׂינאה צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט.
די קלאַסישע חסידישע צדיקים און דענקער האָבן נאָך לאַנג צוריק געוואָרנט וועגן דער דאָזיקער פּראָבלעם. הגם מיר זענען נאָך ווײַט פֿון משיחס צײַטן, באַקומען שוין געוויסע מיצוות — בפֿרט וואָס שייך „בין אָדם לחבֿרו‟, די באַציִונגען צווישן מענטשן — אַ כּמו־משיחישן טעם. די תּורה הייסט אונדז אָנצושטעלן אַ וועכטער בײַ יעדן טויער. די טויערן זענען, דער עיקר, אונדזערע אייגענע אויגן און אויערן. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה, קאָנען מיר אַליין באַשליסן, וואָס מיר ווילן זען און הערן, און ווי אַזוי אָפּצושאַצן די באַקומענע אינפֿאָרמאַציע. כּדי מקיים צו זײַן די ערשטע מיצווה פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, דאַרף יעדער מענטש שטרעבן צו ווערן זײַן אייגענער שופֿט און זײַן אייגענער שוטר. מיר זענען שוין גענוג דערוואַקסן צו פֿאַרשטיין אַליין, אָן קיין אויסערלעכן צוואַנג־כּוח, וואָס מיר זאָלן טאָן, זען, הערן און פֿאַרזוכן.
אין די ספֿרים־הקדושים זענען פֿאַראַן גאָר אינטערעסאַנטע חילוקי־דעותן וועגן דער צוקונפֿטיקער משיחישער תּקופֿה. דער רמב״ם, זײַענדיק אַ ראַציאָנאַליסטישער דענקער, שילדערט משיחן ווי אַ בוכשטעבלעכן מלך, וועלכער וועט צווינגען אַלע ייִדן מקיים צו זײַן די מיצוות, און די גאַנצע וועלט צו היטן די זיבן מיצוות, וואָס דער באַשעפֿער האָט געגעבן אַלע פֿעלקער — די בני־נח. אַנדערע ספֿרים, אָפֿט היפּש עלטער פֿון רמב״מס דור, שילדערן משיחס צײַטן אין מיסטישע און אַפּאָקאַליפּטישע טענער.
אַ טייל טעקסטן פֿון אַזאַ סאָרט זענען הײַנט אומפּאָפּולער אין די פֿרומע קהילות, ווײַל זיי שאַפֿן אַ פּעסימיסטישן אײַנדרוק. פֿאַר דער גאולה מוזן קומען שרעקלעכע צײַטן, ווען אויף דער וועלט וועט קומען די מלכות־הרשעה, די רישעותדיקע מאַכט בראָש מיטן טײַוולאָנישן מאָנסטער אַרמילוס, אַ זון פֿון אַ רוימישער מאַרמאָרנער סטאַטוע און דעם שׂטן אַליין. דער־אָ סצענאַר פֿון דער גאולה ווערט דערציילט אין אַזעלכע קלאַסישע מדרשים, ווי דער ספֿר־זרובבֿל, „נסתּרות של רשב״י‟ און פּרקי־אַליהו. בדרך־כּלל, זענען די מקובלים און חסידישע צדיקים נוטה צום אַפּאָקאַליפּטישן וואַריאַנט פֿון משיחס צײַטן. איין וויכטיקער יוצא־מן־הכּלל זענען די ליבאַוויטשער, וואָס קאָמבינירן, אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, דעם בוכשטעבלעכן אימאַזש פֿון מלך־המשיח ווי אַ קיניג און דעם טיף מיסטישן געשטאַלט פֿון משיחן, וואָס קאָן אַפֿילו אַרויסרופֿן אַסאָציאַציעס מיט נישט־ייִדישע גאולה־טעאָריעס. ווען מע שמועסט מיט משיחיש־געשטימטע חב״דניקעס, שאַפֿט זיך דער מאָדנער אײַנדרוק, אַז זיי קאָנען נישט געפֿינען אַ מקום־מנוחה צווישן דעם ראַציאָנאַליסטישן און איבערנאַטירלעכן צוגאַנג צו דער גאולה.
אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי צו באַמערקן אַ פֿאַרקערטע פּראָבלעם אין די הײַנטיקע פֿרומע קהילות. ווען עמעצער וויל מקיים זײַן עפּעס אַ מיצווה אויף אַ אומגעוויינטלעכן פּערזענלעכן אופֿן, אָדער אָנצונעמען אַ פּערזענלעכע חומרא, באַווײַזן זיך פּלוצעם די „שופֿטים ושוטרים‟, וואָס הייבן אָן צו דיקטירן, וואָס אַ „נאָרמאַלער ייִד‟ זאָל טאָן אָדער נישט טאָן.
אויב מע דאַוונט לאַנג בכּוונה, איגנאָרירנדיק דעם מנין, קאָן מען אויסהערן סאַרקאַסטישע ווערטער פֿונעם גבאי. אויב מע טראַכט צופֿיל וועגן משיח, קאָן עמעצער אַן עצה געבן צו גיין בעסער דאַוונען אין ליבאַוויטש צי נאָך ווײַטער. אויב מע לערנט קבלה, קאָן עמעצער געבן די רעקאָמענדאַציע צו לערנען אַזעלכע „משוגעתן‟ מיט די שטערנס פֿון האָליוווּד.
דווקא אין אַ אָרט, וואָס האַלט זיך מאָדערן, ראַציאָנאַליסטיש און מעסיק, באַווײַזן זיך נישט זעלטן אַזעלכע „וועכטער‟. אַנשטאָט צו פֿאָלגן אין דעם פֿאַל די חסידישע צדיקים און זיך פֿאַרנעמען מיטן אייגענעם זעלבסט־קאָנטראָל, שטופּט דער יצר־הרע געוויסע פּאַרשוינען צו שטיין — צומאָל גאַנץ בוכשטעבלעך — בײַ די טירן פֿון דער שיל, כּדי צו זען, אַז אַלע מתפּללים זאָלן זיך פֿאַרנעמען מיט „נאָרמאַלע‟ זאַכן. עס טרעפֿט זיך אַפֿילו, אַז גאָר וועלטלעכע משפּחות איז מען מקבל מיט אַ בעסער פּנים־יפֿות, ווי די „קאַרלעבאַכער היפּיס‟ און אַנדערע „מיסטישע” טיפּן.
אַלע מיצוות איז דער תּורה בלײַבן זיכער אויף אייביק אַקטועל — אינעם בוכשטעבלעכן צי אינעם רוחניותדיקן זין. כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה פֿון „שופֿטים ושוטרים‟ אין אונדזערע פּאַראַדאָקסאַלע צײַטן, מוז מען זען, אַז די קהילות זאָלן זײַן פֿרײַנדלעך און אָפֿן. צומאָל מוז דער הײַנטצײַטיקער קהילה־באַוואַכער דווקא פּטור ווערן פֿון די פֿאַלשע שוטרים, וואָס פֿאַרשאַפֿן אין דער שיל אַן אומפֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿערע. דער עיקר, דאַרפֿן מיר אָבער זיך פֿאָקוסירן אויף אונדזערע אייגענע חסרונות. דעמאָלט, האָפֿנטלעך, וועלן מיר קאָנען בעסער זען די מעלות פֿון אונדזערע מיטדאַוונער און חבֿרים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.