דער זיבעטער חוש: דער הומאָר בײַ ייִדן

The Seventh Sense: Yiddish Humor

פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער
פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער

פֿון יחיאל שיינטוך

Published September 07, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 5)

אין אַמעריקע, ווי מיר ווייסן, זענען פֿאַראַן בעטן וואָס האָבן גוואַלדיקע מאַטראַצן אויף שפּרונזשינעס וואָס מיר פֿלעגן זיי רופֿן „פּולמאַן־מאַטראַצן”: מע לייגט זיי אַוועק אויף אַ באַזע וואָס איז אויך אַ מין מאַטראַץ, און צוליב די שפּרונזשינעס, ווען מע גיט זיך אַ לײַכטן ריר, פֿילט מען זיך ווי מע וואָלט זיך געהאָצקעט אַרויף און אַראָפּ.

איז געשען אַז במשך אַ פּאָר זונטיקס, ווען איך האָב פֿאָרגעלייענט פֿאַר מײַנע בני־בית און איבערגעזעצט אויך אויף העברעיִש אייניקע הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער, בעת די גאַנצע משפּחה זונטיק פֿרי האָט זיך פֿאַרקליבן אין דער ברייטער בעט אין ניו־יאָרק, האָב איך דערפֿילט מיט אַ מאָל אַז דער מאַטראַץ הייבט זיך און לאָזט זיך אַראָפּ ווי אַ טראַמפּאָלינע, צוליב דעם געלעכטער פֿון דער גאַנצער משפּחה, צוהערנדיק זיך צו די הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער. דאָס האָט מיר געפֿירט צו אַ צווייטן באַשלוס אַז מע דאַרף אָפּדרוקן אַן אָפּקלײַב פֿון די הומאָרעסקעס פֿון יוסף טונקל און צוגעבן צו דעם אַן אַרײַנפֿיר וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. צוריק קיין ירושלים האָב איך זיך גענומען צוגרייטן אַזאַ עדיציע, וואָס איז דערשינען אין יאָר 1990.

די זעקסטע סטאַנציע איז געווען אפֿשר די דעצידירנדיקסטע. במשך פֿון די 1980ער יאָרן האָב איך זיך פֿאַרנומען, צווישן אַנדערע, מיט צונויפֿקלייבן חיבורים אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן וועגן הומאָר בכלל און דעם ייִדישן הומאָר בפֿרט, און געלייענט אַ באַרג ביכער און אַרטיקלען. אין דער זעלבער צײַט, אָנהייב 1980ער יאָרן, האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט צוויי פֿאָרשאַרבעטן צווישן אַנדערע, צונויפֿקלײַבן און אַרויסגעבן אין יאָר 1986 אַ רשימה פֿון די טאָגצײַטונגען, ליטעראַרישע זשורנאַלן, און אַנדערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס וואָס זענען דערשינען אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. אין דער זעלבער צײַט האָב איך געלערנט אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אַ פּאָר קורסן וועגן ייִדישן הומאָר.

איינע פֿון מײַנע תּלמידים, וועלכע איז אין די 1980ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, שוין געווען אַ באָבע פֿון אַכט אייניקלעך, האָט זיך פֿאַרנומען מיט אָנשרײַבן אַ מאַגיסטער־טעזע וועגן דעם אָנהייב פֿון די הומאָריסטישע שריפֿטן פֿון דער טונקעלער, אונטער מײַן השגחה. די אַרבעט איז צוגעשטעלט געוואָרן אין יאָר 1997. איר נאָמען איז שׂרה האַגער, זכרונה לבֿרכה, וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק. במשך פֿון די פּאָר יאָר וואָס שׂרה האַגער האָט געאַרבעט אויף איר טעזע, האָט זי דורכגעבלעטערט די ייִדישע פּרעסע אין פּוילן אין די יאָרן 1911־1920 און צונויפֿגעקליבן אַ שלל מיט מאַטעריאַלן, פֿון וועלכע מיר האָבן אויסגעקליבן 120 הומאָרעסקעס, און אויף דער באַזע האָט זי אָנגעשריבן איר מאַגיסטער־טעזע. אָט דער חיבור איז אַ וויכטיקער בײַטראָג פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר.

די זיבעטע סטאַנציע איז געווען פֿאַר מיר אַ ביסל אַ סורפּריז. ווען דער שרײַבער פֿון לאָדזשער געטאָ, ישעיה שפּיגל, איז ניפֿטר געוואָרן אין יאָר 1990 בין איך געווען אויף זײַן לוויה. דאָרטן האָב איך געטראָפֿן אַ גאַנצע שרײַבערישע גרופּע פֿון ייִדיש־שרײַבער און צווישן זיי — אַבֿרהם סוצקעווער, מרדכי צאַנין און אַנדערע. אין זעלבן יאָר האָב איך געהאַט אַרויסגעגעבן אַן אָפּקלײַב פֿון די הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער און אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשאַרבעט וועגן די שריפֿטן פֿון יצחק קאַצענעלסאָן אין וואַרשעווער געטאָ אויף ייִדיש, דעשיפֿרירט לויט אָפּגעראַטעוועטע כּתב־ידן.

אויפֿן בית־עולם איז סוצקעווער צוגעקומען צו מיר. מיט וואָכן פֿריִער האָט ער געהאַט באַקומען מײַנע צווי ביכער אַ מתּנה, האָט ער מיר אַזוי געזאָגט: „שיינטוך, איר זאָלט וויסן זײַן, אַז אײַער אַרבעט וועגן דער טונקעלער איז די וויכטיקסטע אַרבעט וואָס איר האָט אָנגעשריבן ביז הײַנט צו טאָג”. די וועלכע האָבן געקענט אַבֿרהם סוצקעווערן פֿון דער נאָענט, האָבן געקענט דערשפּירן אויף וויפֿל ער האָט געהאַט אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר הומאָר. און ווי אַ באַווײַז פֿון דעם וואָס איך זאָג וועגן אים, קען דינען דער פֿאָלגנדיקער אַנעקדאָט:

איין מאָל בין איך געקומען אין דער רעדאַקציע פֿון „די גאָלדענע קייט‟ און זיך געטראָפֿן מיט סוצקעווערן און געשמועסט. איך האָב דעמאָלט געבעטן בײַ אים עקזעמפּלאַרן פֿון זײַנע פּאָעטישע ווערק, די געקליבענע לידער וואָס באַשרײַבן דעם חורבן. איך האָב אים געזאָגט אַז איך גיי לערנען אַ קורס וועגן זײַן פּאָעזיע און דער עיקר וועגן זײַן חורבן־פּאָעזיע. ער האָט באַוויליקט מיר צו שענקען צוויי שווערע זעקלעך מיט זײַנע ביכער. מיר האָבן פֿאַרענדיקט אונדזער טעט־אַ־טעט. איך האָב זיך אויפֿגעשטעלט און אויך סוצקעווער האָט זיך אויפֿגעשטעלט. אין ביידע הענט האָב איך געטראָבן די ביכער אין די זעקלעך, די רעכטע האַנט מיט אַ שווערן זעקל, און די לינקע האַנט מיט אַ שווערן זעקל. און שטייענדיק אַזוי, איינער אַנטקעגן צווייטן, איידער איך האָב אוספּייעט זיך געזעגענען, האָט ער אָנגעוויזן אויף מיר מיטן ווײַזפֿינגער און מיט אַ שמייכל אויסגערופֿן: „אַ קולטור־טרעגער!”.