אַ סימן פֿונעם הײַנטיקן אינטערעס צו ייִדישע ענינים אין אײראָפּע איז די צאָל נײַע פֿאָרשונגען, װאָס באַהאַנדלען די פֿאַרבינדונג צװישן ייִדן און די אָרטיקע לאַנדשאַפֿטן.
בעת די אַנטיסעמיטישע אידעאָלאָגן און נאַציאָנאַליסטישע פּאָליטיקער פֿאַרן חורבן האָבן געטענהט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿרעמדע עדה און האָבן ניט קײן שײכות צו די „עכטע” אײַנגעזעסענע פֿעלקער פֿון זײער לאַנד, זוכט מען איצט באַװײַזן פֿונעם ייִדנס אײַנגעװאָרצלקײט אין אײראָפּע. אַזאַ מין צוגאַנג קען מען דערקענען אין די נישט ווייניק װאָגיקע היסטאָרישע שטודיעס װעגן אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין װאַרשע, בערלין און אַנדערע הױפּטשטעט פֿון מיטל־אײראָפּע. װען עס קומט אָבער צו קולטור, און בפֿרט ליטעראַטור, איז די פֿאָרשונג נאָך ניט זײער אַנטװיקלט.
דערפֿאַר איז דאָס נײַע בוך פֿון דער פּױלישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין אַלינאַ מאָליסאַק, „ייִדישע װאַרשע — ייִדישער בערלין׃ אַ ליטעראַרישער פּאָרטרעט פֿון דער שטאָט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט” װיכטיק ניט נאָר פֿאַר זיך אַלײן, נאָר אױך װי אַ װעגװײַזער פֿאַר װײַטערדיקער פֿאָרשונג פֿון דער דאָזיקער טעמע. ייִדן האָבן ניט נאָר געװױנט אין די אײראָפּעיִשע הױפּטשטעט, נאָר אױך געשאַפֿן אַ רײַכע ליטעראַטור אױף ייִדישע און ניט־ייִדישע שפּראַכן. מאָליסאַק באַטראַכט סײַ די ליטעראַרישע װערק פֿון ייִדישע מחברים, לרובֿ אױף פּױליש, דײַטשיש און ייִדיש, סײַ די װערק פֿון ניט־ייִדישע פּױלישע און דײַטשישע מחברים, װאָס באַרירן די ייִדישע „פֿראַגע”. איר פֿאָרשונג פֿאָקוסירט זיך אױפֿן דרײַעק פֿון געשפּאַנטע קענגזײַטיקע באַציִונגען׃ ייִדן, פּאָליאַקן און דײַטשן.
יעדעס קאַפּיטל איז געװידמעט אַ באַזונדערער טעמע׃ למשל פּאָליטיק, רעליגיע, פֿאַרברעכערישקײט און אונטערװעלט, עמיגראַציע, און, די שטאָט װי אַ געבױרן־אָרט פֿון נײַע מינים ייִדישע אידענטיטעטן. מאָליסאַק פֿאָרשט בעיקר צװײ פּאָפּולערע פּראָזאַיִשע זשאַנערס פֿון יענער תּקופֿה, בעלעטריסטיק און רעפּאָרטאַזש. דערבײַ באַנוצט זי אַ טאָפּלטן אַנאַליטישן שפּאַקטיװ. פֿון אײן זײַט, באַטראַכט זי די פּראָדוקטן פֿונעם ייִדישן און ניט־ייִדישן שעפֿערישן כּוח־הדמיון, די אױסגעטראַכטע שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן פֿון דערצײלונגען און ראָמאַנען. פֿון דער אַנדערער זײַט, ברענגט זי די שאַרפֿזיניקע און צומאָל קריטישע אָבסערװאַציעס פֿון זשורנאַליסטן, װאָס האָבן באַזוכט די דאָזיקע שטעט.
דער פּראָצעס פֿון ייִדישער „מעטראָפּאָליזירונג” אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט געשאַפֿן פֿאַרשידענע מינים ייִדישע אידענטיטעט, װאָס מע קען געפֿונען אין ליטעראַרישע װערק. לױט מאָליסאַק, האָט ליטעראַטור געשפּילט אַ טאָפּלטע ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס. זי האָט ניט נאָר אָפּגעשפּיגלט די רעאַלע פּראָצעסן, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען מיט ייִדן אין די גרױסע שטעט, נאָר אױך געשאַפֿן דעם אימאַזש פֿון אָט דער נײַער װירקלעכקײט אין די אױגן פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע לײענער. ליטעראַטור האָט סײַ אַנטפּלעקט די נײַע װירקעלכקײט און סײַ מיטגעשאַפֿן זי.
דערפֿאַר טאַקע באַהאַנדלט מאָליסאַק ניט נאָר די װערק פֿון ייִדישע מחברים, אָבער אױך נעגאַטיװע, אַנטיסעמיטישע טעקסטן, װאָס האָבן פֿאַרשפּרײט סטערעאָטיפּן פֿון ייִדישער קרימינאַליטעט און פֿון געהײמע ייִדישע פֿאַרשװערונגען אין פּאָליטיק און עקאָנאָמיק.
דאָס בוך איז ספּעציעל אינטערעסאַנט דװקא װי אַ פּרוּװ צו פֿאַרגלײַכן פֿאַרשידענע ליטעראַרישע שטראָמען פֿון פּױליש, דײַטשיש, און ייִדיש. אַוודאי איז דער פּױלישער צד דער שטאַרקסטער, בפֿרט װען מאָליסאַק שרײַבט װעגן פּױלישע רעפּאָרטאַזשן װעגן ייִדן אין בערלין. דער דײַטשישער צד נעמט אין באַטראַכט אױך די אײַנדרוקן פֿון דײַטשיש־ייִדישע מחברים פֿון ייִדישער װאַרשע, אַזעלכע װי אַלפֿרעד דעלבינס רײַזע־נאָטיצן װעגן זײַן נסיעה קײן פּױלן. אַ היפּש ביסל אױפֿמערקזאַמקײט באַקומען צװײ טעקסטן װעגן ייִדן אין בערלין, פֿישל שניאורסאָנס ייִדישער ראָמאַן „גרענאַדיר־שטראַסע” און דער דײַטשישער ראָמאַן „תּוהו־ובֿוהו” פֿון סאַמי גראָנעמאַן. עס איז אָבער אַ שאָד, װאָס עס װערט דאָ ניט דערמאָנט אַזאַ װיכטיק בוך װעגן ייִדישן בערלין װי „די גאַס פֿון קלײנער אײביקײט” פֿון מאַרטין בעראַדט, װאָס װאָלט זיך גוט צוגעפּאַסט צו עטלעכע קאַפּיטלען.
דאָס „ייִדישע” דריטל איז לײדער דאָס שװאַכסטע, און באַזירט זיך מערסטנס אױף איבערזעצונגען. בולט איז דאָס פֿעלן פֿון שלום אַשס „בײַם אָפּגרונט”, מסתּמא דער סאַמע אַרומנעמיקסטער ייִדישער ראָמאַן װעגן װײַמאַרער בערלין. און כאָטש דאָס איז װײַט ניט די בעסטע װערק זײַנע, אַנטפּלעקט אַשס ראָמאַן אַ ברײטע פּאַנאָראַמע פֿונעם ייִדישן און דײַטשישן לעבן אין בערלין אין די מיטן־1920ער יאָרן און פֿאַרמאָגט אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן װאָס פֿאַרקניפּן בערלין און װאַרשע װי ייִדישע ליטעראַרישע לאָקאַלן. די דאָזיקע בלױזן װײַזן, אַז די טעמע בלײַבט ניט אױסגעשעפּט און פֿאַרמאָגט נאָך אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַר װײַטערע פֿאָרשונגען.
אײניקע היסטאָריקערס טענהן, אַז ליטעראַטור ליפֿערט אַ ניט־פֿאַרלאָזלעכן מאַטעריאַל פֿאַר דער אָביעקטיװער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ליטעראַרישע װערק זײַנען ניט אַקוראַט אין זײערע שילדערונגען פֿון דער אַמאָליקער װירקלעכקײט, און זײערע אױסטײַטשונגען פֿון היסטאָרישע געשעענישן זײַנען ניט באַגרינדעט אין פֿאַקטן. דאָס זײַנען באַרעכטיקטע טענות, און ליטעראַרישע װערק זײַנען טאַקע ניט קײן היסטאָרישע מקורים פֿון אַזאַ שניט װי אַרכיװאַלע דאָקומענטן. פֿון דער צווייטער זײַט אָבער אַנטפּלעקן זיי די פֿילזײַטיקײט, די סתּירותטיקײט און קאָמפּליצירטקײט פֿונעם היסטאָרישען מאָמענט. זײ זײַנען אַלײן לעבעדיקע עדות, װאָס צװינגען אונדז צו באַטראַכטן אַנדערע „טױטע” מקורים אונטער אַ מער קריטישן שײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.