די ידיעה מיט עטלעכע חדשים צוריק, אַז די ישׂראלדיקע מלוכישע טראַנסמיסיע־אַגענטור האָט באַשלאָסן צו פֿאַרקלענערן די צאָל ראַדיאָ־אוידיציעס אויף ייִדיש פֿון זיבן אַ וואָך אויף בלויז איינער, האָט אַוודאי אַנטוישט אַ סך ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון.
קיינער פֿון אונדז איז אָבער ניט געווען פֿאַרחידושט איבער דער בשׂורה. ס׳איז שוין פֿון לאַנג געווען קלאָר, אַז בײַנאַנד מיט דער באַזײַטיקונג פֿון אַ ריי זשורנאַליסטן און ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייטן ווי אַ טייל פֿון זײַן מגולגל זײַן פֿון ”רשות השידור“ אין ”כאן“ (דאָ), וועט מען אויך אויפֿהערן צו פּראָדוצירן אַ סך פֿון די פּראָגראַמען פֿאַר נײַע עולים און צוהערער אין אויסלאַנד. ס׳איז אויך נישט קיין חידוש וואָס די געציילטע פּראָגראַמען אויף די גלותדיקע ייִדישע שפּראַכן — ייִדיש, דזשודעזמאָ, בוכאַריש, ייִדיש־אַראַביש און ייִדיש־אַרמיש — זענען געווען אַ גרינגער צילברעט פֿאַר די ביוראָקראַטן, וואָס זוכן וווּ מע קען ווײַטער שנײַדן דעם בודזשעט.
ס׳איז אָבער פֿאָרט געווען אַ ריזיקער קלאַפּ. ווי די לעצטע טאָג־טעגלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער וועלט זענען די פּראָגראַמען געווען אַ וויכטיקער סימבאָל פֿאַר אַ שפּראַך, וואָס ס׳רובֿ קאָמענטאַטאָרן מיינען האַלט בײַם גוססן. דערצו זענען די טראַנסמיסיעס געווען אַ נייטיקער קוואַל, פֿון וועלכן ייִדיש־רעדער האָבן זיך געקענט דערוויסן וועגן די לעצטע נײַעס פֿאַרבונדן מיט ייִדיש אָדער די לעצטע ידיעות וועגן דעם פּאָליטישן מצבֿ אין מדינת־ישׂראל. דאָס צוהערן זיך צו די טראַנסמיסיעס איז אויך געווען אַ גוטער אופֿן זיך צו דערטיפֿן אין די אייגענע קולטורעלע וואָרצלען, דורכן הערן אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט גרויסע ייִדישע שרײַבער פֿון פֿאַרגאַנגענע דורות און בפֿרט די וווּנדערלעכע מוזיקאַלישע אויפֿטריטן, וואָס ”קול־ישׂראל“ האָט רעקאָרדירט במשך פֿון די 1950ער ביז די 1980ער יאָרן.
פּערזענלעך גערעדט, איז עס מיר שטענדיק געווען אַ ריזיקע דערקוויקונג צו הערן דורכן קאָמפּיוטער ווי מע לייענט פֿאָר איינעם פֿון מײַנע אַרטיקלען, וויסנדיק, אַז טויזנטער מענטשן איבער דער ייִדישער מדינה האָבן דאָס געהאַט געהערט אויפֿן ראַדיאָ.
ס׳איז איבעריק ווײַטער צו דערקלערן פֿאַר וואָס ס׳איז וויכטיק פֿאַר די ייִדיש־רעדנדיקע, מע זאָל ווידער טאָג־טעגלעך טראַנסמיטירן די ייִדישע אוידיציעס. אַזאַ דערקלערונג וועט סײַ ווי סײַ נישט משפּיע זײַן אויף יענע אין די הויכע פֿענצטער אין ישׂראל. ווי די זשורנאַליסטן מרדכי צאַנין ז׳׳ל און יצחק לודען (אים צו לאַנגע יאָר) האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט און פּרטימדיק דאָקומענטירט, האָט די ישׂראל־רעגירונג במשך פֿון לאַנגע יאָרן סיסטעמאַטיש אונטערגעדריקט ייִדיש, ניט דערלאָזנדיק, לשמל, אַז מע זאָל האָבן אַ ייִדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַם אָדער אַפֿילו, אַז רעגירונג־באַאַמטע זאָלן רעדן מיט נײַע אימיגראַנטן אויף דער שפּראַך.
צום טייל ווי אַ רעזולטאַט פֿון אָט דער קאַמפּאַניע, קען מען הײַנט באַניצן ס׳רובֿ וויכטיקע מלוכישע וועבזײַטן אויף ענגליש, רוסיש, פֿראַנצייזיש, אַמהאַריש און אַנדערע פֿרעמדע שפּראַכן אָבער קיינמאָל ניט, חלילה, אויף ייִדיש. די זעלביקע איז אויך שײך די רעקאָרדירטע טורן פֿון אַלע הויפּטמוזייען, מלוכישע בנינים און די געשריבענע אינפֿאָרמאַציע און פֿאָרמולאַרן, וואָס מע טיילט צו די נײַע עולים.
מיט צוויי־דרײַ דורות צוריק האָט מען דאָך געהאַלטן ייִדיש און די אידענטיטעט פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿאַר עפּעס וואָס סטראַשעט די נײַע ישׂראלדיקע קולטור און דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן אַ נײַעם ייִד, און מע האָט די שפּראַך דערפֿאַר אונטערגעדריקט. הײַנט האַלט קיינער ניט, אַז ייִדיש באַדראָט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט. אינעם בעסטן פֿאַל, האַלט מען איר פֿאַר אומרעלעוואַנט. אינעם ערגסטן, האָט מען אין איר פּשוט פֿאַרגעסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.