ניט געקוקט אויף דעם וואָס עטלעכע ייִדישע צײַטשריפֿטן — איבערהויפּט: „גילגולים‟ (פּאַריז) און „ירושלימער אַלמאַנאַך‟ — קומען נאָך אַרויס איין מאָל אין אַ יובֿל, עקזיסטירן הײַנט פֿאַקטיש בלויז צוויי ניט־חרדישע ייִדיש־שפּראַכיקע אויסגאַבעס וואָס קומען אַרויס רעגולער: דער „פֿאָרווערטס‟ און „אויפֿן שוועל‟.
אַזוי ווי דער „פֿאָרווערטס‟, האָט „אויפֿן שוועל‟, דער אָרגאַן פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ דורכגעמאַכט גרויסע ענדערונגען במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר. לכתּחילה דער אָרגאַן פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער „פֿרײַלאַנד־ליגע‟ און דערנאָך פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟, איז „אויפֿן שוועל‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון שבֿע צוקער פֿאַרברייטערט געוואָרן אין אַן אַלגעמיינער טריבונע פֿאַר דער ייִדישער קולטור, ליטעראַטור און שפּראַך.
דער הײַנטיקער זומער־האַרבסט נומער נעמט אַרײַן עטלעכע אַרטיקלען וועגן דעם נײַעם „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש־ווערטערבוך‟, וואָס די „ייִדיש־ליגע‟ האָט הײַיאָר אַרויסגעגעבן בשותּפֿות מיטן פֿאַרלאַג בײַם אינדיאַנער אוניווערסיטעט. אַחוץ די עסייען וועגן דעם ווערטערבוך (פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, שבֿע צוקער און שלום ביינפֿעלד), נעמט דער נומער אויך אַרײַן אַ ווינסשאַפֿטלעכן איבערזיכט פֿון יחיאל שיינטוך און מרים טרין איבער דעם וואָס מע קען זיך דערוויסן פֿון חיים גראַדעס רעדעס; אַן אַרטיקל פֿון נח באַרעראַ איבער שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟, אַ פּראָפֿיל פֿונעם אַקטיאָר יעקבֿ באָדאָ (פֿון רייזע טורנער) און אַ שמועס צווישן דרײַ געלערנטע איבער די השפּעות פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה (אָנגעפֿירט פֿון בני מער). מע קען אויך לייענען אַ שפּראַך־רובריק וועגן ליטעראַרישע טערמינען און אַ לענגערע דערציילונג פֿון באָריס סאַנדלער וועגן דעם לעבן און גורל פֿונעם קינסטלער חיים סוטין.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „אויפֿן שוועל‟ באַזוכט די וועבזײַט פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ //www.leagueforyiddish.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.