ווען איר גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, זאָגט די הייליקע תּורה, און דער אייבערשטער העלפֿט אײַך צו באַזיגן דעם שׂונא, קאָנט איר געפֿינען צווישן די געפֿאַנגענע אַ שיינע נישט־ייִדישע פֿרוי און זי נעמען פֿאַר אַ ווײַב. במשך פֿון אַ חודש דאַרף דער פֿאַרכאַפּער באַטראַכטן, צי ער האָט זי נאָך אַלץ ליב; אויב יאָ, מעג ער זי מגייר זײַן און שטעלן די חופּה.
אין קאָנטראַסט מיט די פֿאָריקע פּרשיות אינעם חומש „דבֿרים‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן הויכע עטישע ענינים און טיפֿע כּוונות אין עבֿודת־השם, קלינגט די הײַנטיקע סדרה אין סתּירה מיט די אָנגענומענע הײַנטצײַטיקע מאָראַלישע פּרינציפּן. דער רמב״ם האַלט, אַז ווען דער ייִדישער סאָלדאַט ברענגט די געפֿאַנגענע פֿרוי אַהיים, מעג ער מיט איר איין מאָל האָבן אַ סעקסועלן קאָנטאַקט; דערנאָך מוז ער זי אָבער מגייר זײַן. קיין וואָרט זאָגט ער נישט, אַז זי דאַרף מסכּים זײַן צו האָבן די אינטימע פֿאַרבינדונג מיטן פֿאַרכאַפּער. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין אַזאַ פֿאַל מעג דער סאָלדאַט פֿאַרגוואַלדיקן די געפֿאַנגענע פֿרוי, וועלכע האָט נאָר וואָס פֿאַרלוירן איר מאַן אויפֿן שלאַכטפֿעלד.
וואָס מע זאָל נישט טראַכטן וועגן דעם אויסטערלישן ענין, האָט ער נישט קיין שײַכות צו דער פּראַקטישער הלכה. בזמן־הגלות מעג מען זיך באַשיצן פֿונעם סכּנותדיקן שׂונא, אָבער אייגענע מלחמות מעגן ייִדן נישט פֿירן. ווען משיח וועט קומען, וועט ער איבערנעמען די גאַנצע וועלט אָן קיין קויל און פּולווער, ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט רבי נחמן בראַצלעווער. ממילא, בלײַבט די מעשׂה מיט דער שיינער פֿרוי, די „יפֿת־תּואר‟, בלויז אַן אומגעוויינטלעכע היסטאָרישע טעאָריע. הײַנט טאָרן מיר, אַוודאי, נישט פֿאַרכאַפּן קיין פֿרעמדע פֿרויען אויפֿן שלאַכטפֿעלד. אין דער צוקונפֿט, ווי דער נבֿיא ישעיה זאָגט, וועט מען פֿאַרוואַנדלען די שווערדן אין אַקער־אײַזנס; דער עצם־ענין פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג וועט בטל ווערן.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָנען מיר פֿון דער „יפֿת־תּואר‟ אָפּלערנען דווקא אַ פּאָזיטיוון און גאַנץ אַקטועלן לימוד. די קבלה־ספֿרים און חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז ברוחניות פֿירן מיר כּסדר אַ מלחמה מיט אונדזער יצר־הרע. צו מאָל, ווען מיר געפֿינען אויף דער פֿרעמד אַ שיינע גשמיותדיקע זאַך אָדער קאָנצעפּציע, איז כּדאַי זי „מגייר צו זײַן‟ און פֿאַרוואַנדלען אין אַ טייל פֿון אונדזער ייִדיש לעבן.
אין די קלאַסישע מוסר־ספֿרים שטייט געשריבן, אַז ייִדן זאָלן נאָכמאַכן די קריסטן, וואָס האַלטן זיך שטיל און מיט גרויס דרך־ארץ אין זייערע קלויסטערס. אין אַ סך שילן האָט דער עולם ליב, צום באַדויערן, צו שמועסן אָדער צו טרײַבן רכילות — אַ בפֿירושע עבֿירה. אַפֿילו בײַ די שטרענגסטע חסידים איז פֿאַרשפּרייט דער צווייפֿלהאַפֿטיקער „מינהג‟ צו פּלאַפּלען בעת דער קריאת־התּורה. אין אַזאַ פֿאַל קאָנען די קלויסטערס דינען ווי אַ „יפֿת־תּואר‟ — אַ פֿרעמדע שיינקייט, וואָס מע מעג פֿאָרט פֿאַרוואַנדלען אין אַן „אייגענער פֿרוי‟, אײַנצופֿירן אַן ענלעכן דרך־ארצדיקן שטייגער אין די שילן.
אַוודאי, קאָן מען דערגיין מיט אַזאַ געדאַנקען־גאַנג צו ווײַט. אין די פֿריִיִקע רעפֿאָרמער שילן האָבן די דײַטשישע ייִדן בכּיוון נאָכגעמאַכט די קלויסטערס. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן זיך באַקומען מאָדנע סינאַגאָגעס, וואָס האָבן, נעבעך, פֿאַרלוירן אין גאַנצן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדיש טעם. ווען אַנשטאָט צו פֿאַרכאַפּן די „יפֿת־תּואר‟, מעטאַפֿאָריש גערעדט, הייבט מען אָן סתּם לעבן מיט איר, באַקומט זיך אַ קרומער זיווג.
אין דער זעלבער צײַט, ווײַזט אונדז די הײַנטיקע פּרשה, אַז די גרענעצן צווישן „אונדזער‟ און דער „פֿרעמדער‟ וועלט זענען רעלאַטיוו. אַ סאָלדאַט, וואָס גייט אויף אַ מלחמה קעגן דעם שׂונא, דאַרף פֿײַנט האָבן שׂינאת־מוות אַלע פֿאָרשטייער פֿונעם צד־שכּנגדו. פֿון דעסט וועגן, טרעפֿט זיך, אַז מע פֿאַרליבט זיך אינעם שׂונא. די תּורה באַטאָנט, אַז אין אַזאַ פֿאַל, מיט געוויסע פֿאָרזיכטיקע תּנאָים, קאָן דער שׂונא טאַקע פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ באַליבטן. הגם די תּורה רעדט בגשמיות בלויז וועגן די מענער, בלײַבט דער רוחניותדיקער פּרינציפּ אַקטועל פֿאַר אַלעמען.
נישט זעלטן טרעפֿט זיך אין אונדזער פּאַראַדאָקסאַלער וועלט, אַז אַ נישט־ייִדישע פֿרוי פֿון אַ ייִד איז זיך מגייר, ווערט פֿרום און איז מקרבֿ איר מאַן צו דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט. צום באַדויערן, טרעפֿן זיך אַפֿילו פֿרויען, וואָס קאָנען מער נישט וווינען צוזאַמען מיטן וועלטלעכן ייִדישן מאַן. ווערנדיק אַליין אַ כּשרע „יפֿת־תּואר‟, פֿאַרגייט אַזאַ אשת־חיל צו ווײַט אין איר קנאָות. אַזוי צי אַזוי, זעען מיר ווידער, אַז די גרענעצן צווישן די „אייגענע‟ און „פֿרעמדע‟ ווערן צעשווענקט. אַ געוועזענער פֿרעמדער ווערט אַמאָל אַפֿילו צו היימיש.
אונדזער פּרשה שליסט זיך מיט אַן אַנדער מיצווה, וואָס קלינגט אויך אויסערליש פֿאַרן הײַנטיקן לייענער: אויסצוהרגענען די עמלקים. די חרדישע קירובֿ־אָרגאַניזאַציעס דערמאָנען די דאָזיקע מיצווה כּסדר ווי אַ „דערווײַז‟, אַז די תּורה האָט, כּלומרשט, נישט קיין שײַכות צו דער מערבֿדיקער ליבעראַלער מאָראַל. ווען משיח וועט קומען וועט ער, לויט דער דאָזיקער שיטה, דערזען ברוח־הקודש דעם פֿאַרשאָלטענעם זרע־עמלק און וועט הייסן צו פֿאַרניכטן אַלע עמלקים, קליין און גרויס, אָן קיין רחמנות.
הגם דעם רמב״מס צוגאַנג צו דער „יפֿת־תּואר‟ קומט, ווי געזאָגט, אין סתּירה מיט דער הײַנטצײַטיקער עטיק, לייקנט ער אָפּ דעם אומברחמנותדיקן צוגאַנג צו דער מיצווה פֿון מחית־עמלק. הרבֿ יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם „שולחן־ערוך‟, באַמערקט אין זײַן קאָמענטאַר „כּסף־משנה‟, אַז לויטן רמב״ם איז עמלק בעצם אַ קולטורעלע קאַטעגאָריע. אַן עמלקי, וואָס איז מקיים די מיצוות פֿון בני־נח – הייסט עס, פֿירט זיך מענטשלעך – איז אַ גוטער מענטש, אויס עמלק!
אַזוי צי אַזוי, דערקלערן די חסידישע ספֿרים, אַז די מיצווה פֿון מחית־עמלק בלײַבט אייביק וויכטיק, ווײַל אין אונדזער יצר־הרע שטעקט אַן אייגענער אינערלעכער עמלק, פֿאַרבונדן מיט גאווה און קאַלטן ציניזם. אין אַ שיל, וווּ דער עולם קוקט אַראָפּ אויף די מענטשן, וואָס זענען צו אָרעם, צו פֿרום אָדער, פֿאַרקערט, צו פֿרײַדענקעריש, הערשט דער עמלקישער גײַסט, וועלכן מע מוז אויסמעקן. די צינישע קאַלטקייט, אויסגעמישט מיט גאווה, איז דער טייטלעכסטער שׂונא פֿון עבֿודת־השם. אויב אַפֿילו מע דאַוונט ווי געהעריק, מע פּלאַפּלט נישט בײַ דער קריאת־התּורה, מע פֿירט זיך אויף שטיל און לײַטיש, קאָן די „עמלקישע‟ אַטמאָספֿער אָפּסמען אַ גאַנצע קהילה. אינעם הייליקן זוהר און אַנדערע קבלה־ספֿרים שטייט געשריבן, אַז גאווה איז אַן עכטע עבֿודה־זרה. עמלק איז בגימטריא „רם‟ — „הויכקייט‟. ווי געזאָגט, איז די פּראָבלעם פֿון עמלקים באַשטאַנען נישט אין זייער גענעטישן אָפּשטאַם, נאָר אין זייער עקסטרעמער גאווה. ווען מע האַלט זיך הויך און מע קוקט אויף די „פּראָסטע‟ אָדער „מאָדנע‟ מענטשן פֿון אויבן אַראָפּ, קאָן מען, חלילה, אַליין ווערן אַן עמלק.
על־פּי קבלה, איז יעדע האַרציקע תּפֿילה אַ גײַסטיקע מלחמה. ווען מע שטרעבט צו דאַוונען לעבעדיק, מיט כּוונה, זיך קעמפֿנדיק מיט דער אינערלעכער שווערד קעגן דעם יצר־הרע, צעברעכנדיק די באַריערן צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם, הרגעט מען אויס דעם רוחניותדיקן עמלק. ווען כאָטש אַ קליינע צאָל מתפּללים פֿאַרטיפֿן זיך אין אַן ערנסטער עבֿודת־הבורא, צעשטערן זיי דעם קאַלטן און צינישן עמלקישן גײַסט מיט דער שווערד פֿון זייערע תּפֿילות.
באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס. עס טרעפֿן זיך אין דער הײַנטיקער וועלט ייִדישע קהילות, וואָס קעמפֿן קעגן דער אַסימילאַציע און לאָזן נישט אַרײַן קיין פֿרעמדע יפֿת־תּוארס, אינעם בוכשטעבלעכן צי מעטאַפֿאָרישן זין. פֿאָרט, דווקא צוליב דעם אומפֿרײַנדלעכן גאווהדיקן גײַסט לאָזן זיי אַרײַן, נעבעך, דעם ערגסטן שׂונא פֿון ייִדישקייט — עמלק.
אַן אָפֿענע שיל, וווּ מע איז מקבל אַלעמען בסבֿר־פּנים־יפֿות, איז אַוודאי גוט. הינטער דער אויבערפֿלעכלעכער אָפֿנקייט קאָן אָבער נאָך אַלץ שטעקן אַ שטיקל גאווה — למשל, ווען מע שטאָלצירט מיט דער מאָדערנער אָפֿנטקייט גופֿא, אַראָפּקוקנדיק אויף די פֿאַרמאַכטע חסידישע קהילות. אַדרבה, דווקא פֿון די חסידים איז כּדאַי זיך אָפּצולערנען, ווי אַזוי אייגנאַרטיקע פּערזענלעכע דרכים אין עבֿודת־השם און האַרציקע דינאַמישע תּפֿילות קאָנען דינען ווי אַ “שווערד” קעגן דעם גײַסטיקן עמלק.
וואָס שייך דער „יפֿת־תּואר‟, איז פֿאַר אונדז אויך גאָר וויכטיק מקיים צו זײַן די דאָזיקע מיצווה ווי געהעריק — פֿאַרשטייט זיך, פֿאָרזיכטיק און אינעם אינערלעכן גײַסטיקן זינען. כּדי נישט פֿאַרגליווערט און נישט אָנגעשטעקט צו ווערן, חלילה, מיטן פֿאַרדאָרבענעם עמלקישן גײַסט, מוזן מיר אָפּשאַצן די אַרומיקע וועלט און אַרײַנברענגען די בעסטע שיינקייטן דערפֿון. נאָכן דאַוונען, ווען מיר האַלטן אַ מלחמה קעגן דעם אינערלעכן עמלק, קאָנען מיר זיך יעדן טאָג אַרײַנטראַכטן, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזערע קהילות מיט נײַע „יפֿת־תּוארס‟ — פֿינקלעך פֿון קדושה, געזאַמלט פֿונעם ברייטן אַרום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.