אַבעז. אַ קליינע סטאַנציע אויף דער צפֿונדיקער אײַזנבאַן־ליניע, וואָס פֿירט פֿון מאָסקווע כּמעט צו דעם אַרקטישן אָקעאַן. מער ווי 2000 ק״ם פֿון מאָסקווע — און נאָר 7 ק״ם ביז דעם אַרקטישן קרײַז, וווּ עס ענדיקן זיך די טײַגע־וועלדער און הייבט זיך אָן די אומענדלעכע טונדרע.
דעם נאָמען „אַבעז” געפֿינט מען נישט אויף דער וואָקזאַל־געבײַדע, ווײַל ס’איז נישטאָ קיין וואָקזאַל־געבײַדע. די באַן גייט אַוועק — און מע בלײַבט אין מיטן גאָרנישט. כּמעט. צווישן די קליינוווּקסיקע קוסטעס זעט מען דאָ און דאָרטן אָפּגעבליאַקעוועטע חורבֿות און דראָטן־פּלויטן. אַ פֿרײַנדלעך הינטל קומט טרעפֿן די אומדערוואַרטע געסט. און מער קיינער. געדיכטע וואָלקנס קאָמאַרן פֿאַרשטעלן דעם אומעטיקן פּייזאַזש.
דער שוואַרצער בעטאָן־וועג פֿירט צו דעם געוועזענעם „גולאַג”־ייׅשובֿל. ווײַטער צווײַגט זיך אָפּ פֿון דער „בעטאָנקע” אַ שמאָלע סטעזשקע, וואָס צעשנײַדט דעם פֿעלד אויף צוויי און פֿירט צו צו אַ צווינטער. אַן אײַזערנע פֿלאַם־צונג, צעשפּאָלטן אין מיטן, באַגעגנט אײַך בײַם אַרײַנגאַנג — אַן אוניקאַלער דענקמאָל פֿון אַ ווילנער סקולפּטאָר, געווידמעט „צו די, וואָס האָבן זיך נישט אומגעקערט”. אַזוי שטייט געשריבן אויף פֿיר שפּראַכן: ליטוויש, רוסיש, קאָמי־שפּראַך, ענגליש.
די סטעזשקע ווערט נאָך שמעלער און די בײַסיקע אינסעקטן — נאָך בייזער. מע גייט פֿאַרבײַ געוויינטלעכע — „בירגערלעכע” — קבֿרים מיט נעמען, יאָרן און אַ מאָל בילדער. עס הייבט זיך אָן אַ וועלדל, דערנאָך — אַ הילצערן בריקל. אַן אַנדער צווינטער, אַ מאָדנער, אַ שוידערלעכער, באַווײַזט זיך פֿאַר די אויגן.
קרומע רייען פֿון מעטאַלענע שטעקעלעך מיט קליינע טאָוועלעך. נישטאָ קיין יאָרן, נישטאָ קיין נעמען — בלויז אותיות און נומערן. אונטער איינעם אַזאַ צייכן ליגט פּנחס בן מנחם־מענדל כּהנאָוויטש שהלך לעולמו, דער גרויסער ייִדישער שרײַבער — דער נסתּר, זאָל זײַן נשמה פֿאַרבונדן ווערן אינעם קנויט פֿון לעבן.
די לעצטע פּייזאַזשן וואָס ער האָט געזען, ביז מע האָט אים אַראָפּגעבראַכט צו דער אייביקער רו אינעם פּראָסטן הילצערנעם אָרון־מתים, זענען געווען אַן ערך אַזעלכע: דאָס באַשיידענע טײַכל אוסאַ, די קליינוווּקסיקע רוסישע בערעזעס און יאָלדעס, אַרעסטאַנטישע באַראַקן און שטעכלדראָטן.
מע האָט אים באַגראָבן דרײַ טעג נאָך זײַן טויט, דעם 7טן יוני 1950, 7 אַ זייגער אין אָוונט — וואָס איז קיין אָוונט נישט געווען, צוליב די באַרימטע „ווײַסע נעכט”. קיין סך מענטשן בײַ זײַן לוויה זענען נישט געווען — נאָר יענע, וואָס זייער פֿליכט האָט זיי געבראַכט צו דער טרויעריקער „צערעמאָניע”. אויפֿן קבֿר האָט מען געשטעלט אַ פּשוטן שטעקן, דעמאָלט אַ הילצערנעם, אויף וועלכן ס׳איז געשטאַנען בלויז אַ נומער, ווײַל די אַרעסטאַנטן האָבן נישט זוכה געווען צו האָבן מענטשלעכע נעמען.
67 יאָר שפּעטער האָט דער נומער אונדז געהאָלפֿן געפֿינען דאָס אָרט און סוף־כּל־סוף זאָגן „מלא” נאָך זײַן נשמה.
די־אָ אידעע איז אײַנגעפֿאַלן פּראָפֿ׳ בער קאָטלערמאַנען פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט בעתן שרײַבן זײַן בוך, „צעבראָכן האַרץ צעבראָכן שלמות”, וועגן דער נסתּרס לעצטע יאָרן, און בעת זײַן פֿאָרשן פֿאַרשיידענע אַרכיוו־דאָקומענטן און זכרונות. איצטער האָט די אידעע זיך רעאַליזירט, מיט דער אָרגאַניזאַטאָרישער הילף פֿון ד״ר אַלכּסנדרה פּאָליאַן פֿון מאָסקווער אוניווערסיטעט.
דער פּלאַן איז געווען אויפֿצובויען אַ דענקמאָל אויף דער נסתּרס קבֿר, וואָס זאָל אויסדריקן די טראַגעדיע פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבערס, די קרבנות פֿון די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס. עס וואָלט געווען דער איינציקער דענקמאָל אויפֿן אמתן קבֿר, זינט די אַנדערע פֿאַרטיליקטע בולטע סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן זענען דערשאָסן געוואָרן און האָבן ניט זוכה געווען צו וועלכער ניט איז בכּבֿודיקער קבֿורה. צום באַדויערן, האָט אונדזער ווענדונג צו דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס ניט דערפֿירט צו קיין פּראַקטישע רעזולטאַטן. עס איז אויך ניט געווען פּשוט זיך צונויפֿצורעדן מיט רעגיאָנאַלע מוזייען און אַרכיוון.
אָבער אַ דאַנק אלכּסנדר שערמאַן, דירעקטאָר פֿון אַ ספּאָרטשול אין מאָסקווע, האָבן מיר געקענט ברענגען מיט זיך אַ מעטאַלענעם צייכן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מגן־דוד אַרומגערינגלט מיט אַ שטעכלדראָט, כּדי אָפּצומערקן דער נסתּרס באַגראָבונגס־אָרט.
דעם גאַנצן וועג פֿון מאָסקווע ביז אַבעז — כּמעט 2 מעת־לעת — האָבן מיר דורכגעמאַכט מיט דער באַן. ס׳איז געווען גאָר סימבאָליש צו פֿאָרן מיט דער נסתּרס לעצטן מאַרשרוט. דער גרעסטער טייל פֿון דער נסיעה איז דאָס דורכפֿאָרן די ריזיקע קאָמי־רעפּובליק, אַ רעגיאָן בײַ דעם אַרקטישן אָקעאַן און די אוראַלער בערג, מערבֿדיק פֿון סיביר. די נעמען פֿון די סטאַנציעס ברענגען שוידערלעכע דערמאָנונגען פֿון דער „גולאַג”־געאָגראַפֿיע: אוכטאַ, פּעטשאָראַ, אינטאַ, וואָרקוטאַ… נעמען פֿון לאַגערן, אַרעסטאַנטן־פּונקטן און פֿאַרשיקונגס־ייִשובֿים. ביטערע גורלות, איבערגעריסענע לעבנס, אומשולדיקע קרבנות.
אויפֿן אַבעזער „גולאַג”־צווינטער עפֿענען מיר אַ צוגעגרייטע מאַפּע מיט אותיות און ציפֿערן. דאָס אָרט איז שטאַרק פֿאַרוואַקסן מיט ווילדגראָז, קוסטעס, ביימער. ס׳וואָלט געווען שווער זיך אָריענטירן, ווען ניט דעם אָרטיקן קאַנטקענער וויקטאָר וואַסיליעוויטש לאָזשקין. נאָך די סוף 1980ער יאָרן האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דעם צווינטער און אָנגעהויבן אויסקלערן זײַן טרויעריקע געשיכטע. די אָרטיקע אַרכיוו־אינסטאַנצן האָבן אים אָפּגעזאָגט צו געבן רשימות פֿון די באַגראָבענע אַרעסטאַנטן. ערשט אין דער מיט 1990ער יאָרן האָט ער ביסלעכווײַז געקראָגן די נעמען פֿון איבער טויזנט מענטשן. די רשימה איז נאָך אַלץ ניט פֿול; דער נסתּר, למשל, פֿעלט דאָרט אויך. לאָזשקין איז געווען דער וואָס האָט אַליין פֿאַרביטן די אויסגעהוילטע הילצערנע שטעקנס אויף מעטאַלענע, צונויפֿגעשטעלט אויספֿירלעכע מאַפּעס פֿונעם צווינטער און אַ קאַרטאָטעק פֿון אַרעסטאַנטן, געקליבן עטלעכע זאַמלונגען פֿון דאָקומענטן און אַרטעפֿאַקטן און איבערגעגעבן זיי די אָרטיקע מוזייען. די גאַנצע אַרבעט האָט ער דורכגעפֿירט אָן געהאַלט, מיט אַ גרופּע פֿון אָרטיקע וואָלונטירן. אָן לאָזשקינען וואָלטן מיר געבלאָנדזשעט גאַנצע שעהען אין אַבעזער זומפּן.
אינעם יאָר 1950 האָט מען באַגראָבן די אַרעסטאַנטן, פֿאַרשטאָרבענע אין לאַגער־שפּיטאָל, אין לאַנגע טראַנשייען, אַראָפּלייגנדיק די טרונעס איינע צו דער אַנדערער, זייער ענג. די טראַנשיי אונטער דעם אות ב׳ איז געוואָרן דער נסתּרס קבֿר. דאָרטן האָבן מיר אײַנגעשטעלט דעם צײַטווײַליקן דענקמאָל מיט אַן אויפֿשריפֿט: פּ״נ דער נסתּר תנצב״ה.
כאָטש אונדזער מיסיע איז געווען גאָר טרויעריק, זענען מיר אַוועק פֿון אַבעז מיט אַ געהויבענער שטימונג. די אַבעזער תּושבֿים האָבן אויף שריט און טריט אונדז אַרויסגעוויזן וואַרעמע הכנסת־אורחים. וועגן דעם קאַנטקענער לאָזשקינען האָבן מיר שוין דערציילט. ראַיׅסאַ פּעטראָוונאַ סאַפֿאָנאָוואַ, וואָס אַרבעט אין אַבעזער האָטעל, האָט אונדז פֿאַרבעטן צו זיך אַהיים און אַרויסגעשטעלט אויפֿן טיש אַלץ וואָס זי האָט געהאַט. אונדזער באַזוך איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דעם נאַניאָנאַלן יום־טובֿ און פֿעסטיוואַל פֿון קאָמי־קולטור. פֿרויען אין קאָלירטע פֿאָלקס־מלבושים האָבן געזונגען אויף דער קאָמי־שפּראַך, געטאַנצט און דעקלאַמירט פּאָעזיע. מען איז אַרומגעגאַנגען דאָס ייִשובֿל מיט פֿענער פֿון דעם קאָמי־קאַנט. ניט געקוקט אויף דער טרויעריקער געשיכטע און דעם האַרטן קלימאַט, האָבן די תּושבֿים שטאַרק ליב זייער קליין היימלאַנד, שטאָלצירן זיך מיט זייער שפּראַך און קולטור. אַ סך מענטשן קענען דאָס לשון, וואָס געהערט צו דער פֿינאָ־אונגאַרישער גרופּע, און רעדן זי אין דער היים.
די באַן האָט אונדז אַוועקגעפֿירט קיין סיקטיווקאַר, די הויפּטשטאָט פֿון דער קאָמי־רעפּובליק, אַן אַלטע שטאָט מיט מוזייען, גאַלעריעס און אַ שיינעם פּאַרק לעבן דעם טײַך. צוזאַמען מיט די מיטאַרבעטער פֿון דער פֿונדאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך שוין יאָרן־לאַנג מיט פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון די „גולאַג”־קרבנות, האָבן מיר באַהאַנדלט אונדזערע ווײַטערדיקע פּלענער.
מיר האָפֿן, אַז אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר קענען שטעלן אויף דער נסתּרס קבֿר אַ שטיינערנע מצבֿה. דער קאָמיטעט פֿאַר קולטור־ירושה פֿון דער קאָמי־רעפּובליק האָט אויסגעדריקט זײַן שטיצע אין אונדזער פּראָיעקט. מע מוז נאָר אויסגעפֿינען געלטער און בעלנים פֿאַר דער קומענדיקער עקספּעדיציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.