דאָס וויגליד ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער מאַמעס נשמה

The Yiddish Lullaby As Mirror of a Mother's Inner Life

Yehuda Blum

פֿון מיכאל לײַנוואַנד

Published September 01, 2017, issue of August 25, 2017.

דאָס וויגליד געהערט צו די אינטימסטע זשאַנערן. מוטער און קינד, און קיינער אין מיטן. די מאַמע פֿילט אָן איר מאָנאָלאָג מיט אירע פֿאַרבאָרגנסטע געדאַנקען און פֿאַרלאַנגען. נאָר מיט איר קינד קאָן זי זײַן אַזוי אָפֿן־האַרציק. פֿאַר אים קאָן זי אויסוויינען איר ביטער האַרץ אָדער, אדרבא, זיך איבערנעמען, חלומען און זיך באַקלאָגן. אים קאָן זי פֿאַרגעטערן, דערציִען, מוסרן און… שילטן. און דער מאַמעס אינטימער מאָנאָלאָג פֿאַרװאַנדלט זיך שיִער נישט אין אַ דיאַלאָג מיט אַ „מיטשפּרעכער”, וואָס פֿאַרשטייט אַלעס און דערווידערט דערבײַ ניט.

נאָר געוויינטלעך נייטיקט זיך דער אַזוי גערופֿענער מאָנאָ־דיאַלאָג אין אַן אומזעעוודיקער דריטער פֿיגור. צום אָפֿטסטן איז דאָס דעם קינדס טאַטע. נאָר ניט זעלטן פֿאַרטרעטן אים אַ קלאָר ווײַס ציגעלע, אַ מלאך, צי גאָר דער אייבערשטער אַליין.

װעגן וואָס זשע זינגט די מאַמע, וויגנדיק איר קינד? וואָס וויל זי, וואָס בעט זי פֿאַר אים? ראשית, פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס קינד זאָל זײַן געזונט און שטאַרק, שיין און רײַך, און ניט וויסן פֿון קיין צרות.

שלאָף, מײַן קינד,
זאָלסט מיר זײַן אַזױ לאַנג געזונט
ביז אַ פֿעדער וועט ווערן אַ פֿונט.

זאָלסט מיר זײַן אַזוי לאַנג רײַך
ביז אַ פֿייגעלע וועט אויסטרינקען אַ טײַך.

זאָלסט מיר האָבן שלמה המלכס חכמה,
יוסך הצדיקס צורה
און שמשון הגיבורס גבורה.

ווי אַ סימבאָל פֿונעם קינדס געזונט טרעט אָפֿט אַרויס דאָס אויבן דערמאָנטע ציגעלע:

אונטער דעם קינדס וויגעלע
שטייט אַ קלאָר װײַס ציגעלע.
דאָס ציגעלע ז’געפֿאָרן האַנדלען
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען איז זייער זיס.
מײַן קינד וועט זײַן געזונט און פֿריש.

דאָס געשטאַלט פֿונעם קלאָר ווײַסן ציגעלע איז זייער פּאָפּולער אין דעם ייִדישן וויגליד. דער טעקסט פֿונעם אויבן געבראַכטן ליד האָט אַ סך וואַריִאַנטן. בײַ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענען סימבאָליזירט דאָס ציגעלע מיט די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען דאָס וווילזײַן פֿונעם קינד.

אונטער ייִדעלעס וויגעלע
שטייט אַ קלאָר װײַס ציגעלע.
ייִדעלע װעט פֿאָרן האַנדלען,
דאָס װעט זײַן דײַן באַרוף —
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.
שלאָף זשע, ייִדעלע, שלאָף.

ניט דאָס ציגעלע, נאָר דאָס קינד אַליין, ייִדעלע, וועט פֿאָרן האַנדלען, וועט ווערן אַ סוחר, וועט ווערן רײַך, הייסט עס.

נאָר לאָמיר אַרײַנקוקן אין אַ פֿולערן וואַריאַנט פֿון דעם ערשטן ציגעלע־ליד. זײַן צווייטע סטראָפֿע שטרײַכט שוין אונטער גאָר אַן אַנדער ווערט אין קינדס לעבן.

ראָזשינקעס מיט מאַנדלען
דאָס איז די בעסטע סחורה.
דאָס קינד וועט לערנען תּורה.
תּורה וועט ער לערנען,
ספֿרים וועט ער שרײַבן,
אַ גוטער און אַ פֿרומער ייִד
וועט מײַן קינד בלײַבן.

און דאָס איז איינע פֿון די ספּעציפֿישקייטן פֿון אַ ייִדיש וויגליד — די גרויסע האָפֿענונגען פֿון אַ ייִדישער מאַמען. ס׳איז נאָך ניט גענוג, אַז דאָס קינד זאָל זײַן געזונט, גליקלעך און רײַך, דאָס קינד מוז זײַן באַהאַוונט אין די קליינע אותיותלעך. נאָר דאָס איז נאָך אויך ניט אַלץ. דער פּועל־יוצא פֿון דער געלערנטקייט מוז זײַן די פֿרומקייט. מיט דעם לערן־מאָטיוו זײַנען דורכגעדרונגען אַ סך ייִדישע וויגלידער. אָט וועט דער טאַטע קויפֿן שיכעלעך, אַז דאָס קינד זאָל קאָנען לויפֿן אין חדר און לערנען „דאָרט כּסדר עטלעכע שורות”. און טאַטע־מאַמע וועלן שעפּן נחת, הערנדיק פֿון אים „גוטע בשׂורות”. און ווען דער זון וועט אונטערוואַקסן, „לערנען וועט ער חומש און גמרא” און וועט זײַן אַ תּלמיד־חכם. און דערווײַל באַרויִקט די מאַמע איר קינד:

אין מיטן דער נאַכט דער מלאך
שרײַבט אַלעמען אײַן אין די ביכער,
נאָר דו, מײַן קינד, ביסט ריין פֿון זינד
און קענסט זיך שלאָפֿן זיכער.

און דערבײַ האָפֿט זי, אַז אין זכות פֿון איר זון דעם בן־תּורה וועט זי זײַן פֿאַרזאָרגט מיט עולם־הבא.

דו, מײַן קינד, זאָלסט זײַן
אַ פֿרומער, אַ גוטער.
וועט מען זאָגן אויף יענער וועלט: —
לאָזט אַרײַן דעם צדיקס מוטער.

אַ גאַנץ באַטײַטנדיקע ראָלע שפּילט אין דעם ייִדישן וויגליד דאָס געשטאַלט פֿונעם טאַטן. ער איז מלא־גדולה, אַז דאָס קינד לערנט גמרא. „אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו”. ער ברענגט דעם קינד אלערליי מתּנות: עפּעלעך און גענדזעלעך, „אַ קעלבעלע מיט אַ קו”, און „אַ בייגעלע מיט אַ לאָך”… נאָר מער אָפֿט האָט דאָס וויגליד צו טאָן מיט אַ ניט־דאָיִקן טאַטן. דער פֿאָטער איז אַוועקגעפֿאָרן זוכן פּרנסה אין אַ דאָרף אָדער אויף אַ יריד אין אַן אַנדער שטאָט.

פֿײגעלע, ליולי,
דער טאַטע ז’ניטאָ הי.
— וווּ איז טאַטע געפֿאָרן?
— קיין סטרי.

די 1890ער יאָרן האָבן אַ צי געטאָן די ייִדישע טאַטעס אין דער „גאָלדענער מדינה”, וואָס ליגט זיך דאָרט מעבר־לים. פֿאָרנדיק קיין אַמעריקע נאָך אַ בעסערן לעבן, זאָגט דער טאַטע צו צוצונעמען די משפּחה צו זיך, נאָר גאַנץ אָפֿט קאָן ער זײַן הבֿטחה ניט מקיים זײַן. שלינגנדיק די טרערן, נאָר ניט פֿאַרלירנדיק קיין האָפֿענונג, זינגט די מאַמע וועגן דעם גן־עדן אויף דער ערד, וווּ אַפֿילו אין דער וואָכן עסן ייִדן חלה און „יאַיכעלעך”. זי גלויבט און רעדט אײַן איר עופֿעלע אַז דער טאַטע „וועט שיקן צוואַנציק דאָלער, זײַן פּאָרטרעט דערצו, און וועט נעמען, לעבן זאָל ער, אונדז אַהינצוצו”.

דאָס אָנקומען פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט געפֿינט שוין אַן אַנדער תּירוץ אויף אָפּצורײַסן דעם פֿאָטער פֿון דער משפּחה. אַ סך ייִדישע טאַטעס ווערן רעוואָלוציאָנערן. און די טעמע פֿון דעם „ניט־דאָיִקן” פֿאָטער קלינגט שוין אַנדערש.

פֿון סיביריען שיקט דײַן טאַטע
דיר אַ גרוס, מײַן קינד.

ניין, די מאַמע קלאָגט זיך חלילה ניט אויף איר ביטערן מזל. אַדרבא, זי גרייסט זיך מיט איר מאַן, דעם פֿאָטער פֿון איר קינד.

זאָרג ניט, קינד מײַנס, דיך געבוירן
האָט אַ גרויסער העלד.

די לאָפּעטע אין די הענט פֿון דעם פֿאַרמשפּטן און פֿאַרשיקטן פֿאָטער פֿאַרװאַנדלט זיך אין אַ געווער קעגן אומרעכט:

און ער גראָבט אַלץ טיפֿער, טיפֿער,
וואַרפֿט די ערד אַרויס.
זאָרג ניט, קינד מײַנס, פֿאַרן שקר
גראָבט ער קבֿרים אויס…

וווּ האָט זיך אַהינגעטאָן דער מאַמעס חלום וועגן וווילזײַן פֿונעם קינד? וווּ איז די ייִדישע שטרעבונג צו לערע, צו „חומש און גמרא”? די מאַמע טרוימט גאָר, אַז איר איינציק קינד זאָל גיין אין דעם טאַטנס דרכים, ווערן אַ רעװאָלוציאָנער.

און אַ העלד וועסטו אויסוואַקסן,
שלאָף זשע, שלאָף אַצינד;
זאַמל כּוחות פֿאַר דער צוקונפֿט,
זאַמל, איינציק קינד!

לאָמיר פֿאַרגלײַכן די רעאַקציע פֿון דער מאַמען אין אַ וויגליד, וואָס איז געשאַפֿן בעת דעם סאָציאַלן אויפֿברויז, וואָס זי באַרעכטיקט איר מאַן, דענקט און פֿילט מיט אים מיט, גרייסט זיך מיט אים און וויל, אַז דאָס קינד זאָל זײַן אין אים געראָטן, מיט דער רעאַקציע פֿון אַ מאַמען אין אַ וויגליד פֿון דעם הסכּלה־פּעריאָד. דאָ איז זי פֿאַרביטערט אויף איר מאַן, וואָס אונטער דער השפּעה פֿון די נײַע אידעען רײַסט ער זיך אָפּ פֿון ייִדישקייט:

צו צוועלף יאָר וועל איך דיר חתונה מאַכן;
איכ׳ל דיר געבן קליידער און אַלע גוטע זאַכן.
דער טאַטע — דער אַפּיקורס לאַכט דערפֿון גאָר, —
חתונה, זאָגט ער, איז צו אַכצן יאָר.

גאַנץ אָפֿט פֿאַראײניקט דאָס ייִדישע װיגליד אין זיך פֿאַרשיידענע זשאַנערס. איינס פֿון די צום מערסטנס דראַמאַטישע וויגלידער „אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה” הייבט זיך אָן ווי אַ היסטאָריש ליד, וואָס שילדערט לאַנג פֿאַרגאַנגענע, פֿאַרגעסענע געשעענישן. מיט אַ טויזנט יאָר צוריק איז צו דער גרענעץ פֿון פּוילן, וואָס האָט אָקאָרשט טועם געווען פֿון קריסטנטום, אָנגעקומען אַ ייִדישער וואַנדערער מיטן נאָמען אַבֿרהם פּראָכאָװניק. די דאָרטיקע אײַנוווינער האָבן דעם װאַנדערנדיקן סוחר און תּלמיד־חכם אויפֿגענומען מיט ברויט און זאַלץ און געבעטן ער זאָל קיניגן איבער זיי און פֿאַראייניקן זייערע שבֿטים, וואָרעם אַזאַ סימן האָבן זיי באַקומען פֿון הימל. דער ייִד האָט זיי נאָכגעגעבן און געוואָרן אַ מלך… אויף איין טאָג. אויף מאָרגן האָט מען זײַן גוף פֿאַר די הינט געװאָרפֿן.

אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה,
די מעשׂה איז גאָר ניט פֿריילעך:
די מעשׂה הייבט זיך אָנעט
מיט אַ ייִדישן מלך…

אָבער דאָס ליד, וואָס האָט אַ היסטאָרישן הינטערגרונט און הייבט זיך אָן ווי אַ פֿאָלקס־מעשׂה, ווײַזט זיך אַרויס פֿאַר אַ ליבעליד.

דער מלך איז אָפּגעשטאָרבן,
די מלכּה איז געוואָרן פֿאַרדאָרבן,
דאָס צווײַגעלע איז אָפּגעבראָכן,
דאָס פֿייגעלע פֿון נעסט אַנטלאָפֿן…

אָבער ניט דאָס איז דאָס וויכטיקסטע אין דעם ליד, ניט דאָס איז די מאַמע אויסן. „כ׳האָב אָנגעוווירן אַזאַ ליבע, — קלאָגט זיך די מאַמע, — וויי איז מיר און ווינד”. און ווײַטער:

וווּ נעמט מען אַזאַ חכם,
ער זאָל קענען מײַנע וווּנדן ציילן?
וווּ נעמט מען אַזאַ דאָקטער,
ער זאָל קענען מײַן האַרץ היילן?..

װאָס זשע קומט דאָ אויס? דאָס וויגליד שײַנט גאָר צו זײַן אַ ליבעליד. בײַ ייִדן? וועמען זשע מיינט די מאַמע — איר פֿאַרשטאָרבענעם צי גאָר אומגעקומענעם מאַן? און אפֿשר, אויב ס׳וועט מיר זײַן דערלויבן אַרויסצוזאָגן אַזאַ קראַמאָלע־געדאַנק, איז זי אויסן איר געליבטן, מיט וועמען זי האָט צוליב עפּעס אַ סיבה ניט געקאָנט פֿאַרבינדן איר מזל?..

אָפֿט ווענדט זיך דאָס ייִדישע װיגליד אין סאָציאַלע פּראָבלעמען און פּרוּװט זיי לייזן. פֿון אַ שלאָפֿליד פֿאַרוואַנדלט זיך עס אין אַ װעקליד, אַ קאַמפֿליד און צו מאָל אויך אַ שרעקליד.

אַז דו, מײַן קינד, וועסט עלטער ווערן,
וועסטו ווערן מיט לײַטן גלײַך;
דעמאָלט וועסטו געווױר ווערן
וואָס הייסט אָרעם און וואָס הייסט רײַך.

די טײַערסטע פּאַלאַצן, די טײַערסטע הײַזער,
דאָס אַלץ מאַכט דער אָרעמאַן;
נאָר ווייסטו, ווער עס טוט אין זיי וווינען?
גאָר נישט ער, נאָר דער רײַכער מאַן…

דער אָרעמאַן, ער ליגט אין קעלער,
דער ווילגאַטש רינט אים פֿון די ווענט;
דערפֿון באַקומט ער אַ רעמאַטן־פֿעלער
אין די פֿיס און אין די הענט…

אין אַן אַנדער וויגליד סטאַרעט זיך די מאַמע אײַנצורעדן איר הונגעריקע טאָכטער, זי זאָל צומאַכן די אייגעלעך און ניט וויינען. זי פּרוּװט זי אָפּנאַרן און צוגעבן האָפֿענונג ניט נאָר דער טאָכטער נאָר זיך אַליין:

מאָרגן וועט אויפֿשטיין מײַן מיידעלע,
וועט זײַן אַ סך ברויט אין שטוב.

מיט אַ ווייטיק אין האַרצן מוסרט די אָפּגעשוואַכטע מאַמע איר וויינענדיק טעכטערל:

הונגעריק איז אויך דײַן מאַמעלע
און וויינט נישט און שרײַט נישט, ווי דו.

און דאָס הונגעריקע קעצעלע האָט אויך קיין טענות ניט. עס זאָגט כּלומרשט אויך מוסר.

הער, ווי עס מיאַוקעט, עס רעדט צו דיר:
מיידל, לאָז מאַמען צו רו!

און אפֿשר איז דאָס קעצעלע ניט דער בעסטער בײַשפּיל — ווער קאָן וויסן גענוי, וואָס מיינט עס מיט זײַן מיאַוקען? האָט די מאַמע אַ בעסערן בײַשפּיל, וואָס ניט עס רעדט און ניט עס מיאַוקעט און ניט עס מאָנט קיין ברויט. און דאָס איז דעם מיידלס הונגעריק ליאַלקעלע.

לערן זיך, קינד, פֿון דײַן ליאַלקעלע…

ניט שטענדיק דריקט די מעלאָדיע פֿון אַ וויגליד אויס די דראַמאַטישקייט און אַפֿילו טראַגישקייט פֿון זײַן אינהאַלט. מעגלעך, אין דעם שטעקט דעם וויגלידס גרעסטער כּוח. די ייִדישע קונסט איז בדרך־כּלל אַ מין „וואַליזקע מיט אַ טאָפּלטן דעק”, וווּ ס׳קאָעקזיסטירן צוויי אָדער מער פֿאַרשיידענע שטימונגען, וואָס וואָלטן געדאַרפֿט אויסשליסן איינע די אַנדערע. אין דעם וויגליד פֿון די 1920ער יאָרן „אויף צו שטיפֿן האָסטו דאָך” אויפֿן פֿאָן פֿון אַ רויִקער וואַלסאַרטיקער קאַטערינקע־מעלאָדיע וויקלט זיך פֿאַנאַנדער אַ שרעקלעך בילד פֿון אַ בלוטיקן פּאָגראָם. פֿון דער גאַנצער גרויסער משפּחה האָט זיך געראַטעוועט נאָר די מאַמע פֿונעם קינד.

ווי פֿון פֿופֿצן בין איך איינס,
בין איך איינס געבליבן —
געקוילעט זיבן האָט פּעטליורע,
אָרעל — די צווייטע זיבן…

קיינעם האָבן די רוצחים ניט געשאַנעוועט — ניט די ייִנגערע, ניט די עלטערע.

ווי ס׳האָבן זיך באַהאַלטן
דײַן באָבע מיטן זיידן,
ווי אין קעלער דאָרט בײַ אונדז. געשאָסן האָט מען ביידן…

און נאָר דער אָנגריף פֿון דער רויטער אַרמיי האָט אָפּגעשטעלט די שחיטה:

און ווען די רויטע אַרמיי
זאָל ניט געוועזן קומען,
וואָלט פֿון מיר אויך, ווי פֿון זיי,
ניט בלײַבן שוין קיין סימן…

אַ נײַ זײַטל עפֿענען די וויגלידער פֿונעם ראַטן־פּעריאָד. זיי זײַנען פֿול מיט האָפֿענונג און דערוואַרטונג אויף אַ ליכטיקער צוקונפֿט. די מאַמע זינגט איר קינד וועגן שלום, וועגן פֿרייד פֿון דער באַפֿרײַטער אַרבעט אין אַ פֿאַבריק צי אין אַ קאָלווירט, וועגן דעם גליקלעכן לעבן אינעם ראַטן־לאַנד, וועגן לענינען און סטאַלינען.

פֿאַר דיר זינג איך מײַנע לידער,
פֿאַר דיר און דײַנע ברידער.
וואַקסט שטאַרק נאָר און ברייט. אין שלום און פֿרייד.

אין וועלכער שפּראַך וועסט רעדן,
ווי לענין זײַ באשיידן,
ווי ער נאָר דעם פֿאָלק. דין ערלעך און פֿאָלג.

מיר טרעפֿן דאָ אויך דעם גוט באַקאַנטן היימישן ציגעלע־נוסח. נאָר דאָס ציגעלע סימבאָליזירט שוין ניט סתּם דעם וווילזײַן מיט דער רײַכקייט. אַז דאָס ציגעלע זאָל ברענגען נוצן, דאַרף מען צולייגן אַ האַנט.

שרײַט „מע־מע” דאָס ציגעלע:
קינדער, גרייט דאָס קריגעלע,
מעלקט מיך אויס געשווינד, געשווינד,
טרינקט די מילך, נו טרינקט געזונט.

באַגינען וועלן די קינדערלעך אויפֿשטיין און צוזאַמען מיטן גאַנצן „געזינדל” — דעם ציגעלע, דעם הינטעלע און דעם פֿערדעלע־טפּרו זיך לאָזן אַרבעטן אין פֿעלד אַרײַן. אין דעם זעלבן וויגליד, וואָס ס’האָט געשאַפֿן די באַקאַנטע לערערין און מחברטע פֿון מער ווי 200 קינדער־לידער, רבֿקה באָיאַרסקי, טרעפֿן מיר אָן אויף אַן אינטערעסאַנטן טעקסט:

פֿײַפֿט פֿאַבריק: — טו־טו! טו־טו!
ענדיקט זיך שוין אײַער רו,
וועט איר אויפֿשטיין, פֿייגעלעך —
באַקן וועט איר בייגעלעך…

רבֿקה באָיאַרסקי נוצט דאָ דעם אידעאָמאַטישן אויסדרוק „באַקן בייגל” אין אַ פּאָזיטיוון זינען. זאָל זי עס טאָן בכּיוון אָדער סתּם אַזוי? יעדנפֿאַלס, וואָלט איך זי ניט חושד געווען אינעם אויסנוצן די ייִדישע „וואַליזקע מיטן טאָפּלטן דעק”.

מיטן גרינדן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין ביראָבידזשאַן האָבן די ייִדישע איבערוואַנדערער אַרײַנגעטראָגן אין דעם וויגליד נאָך אַ טעמאַטיק און סימבאָליק. ניט דאָס ציגעלע, ניט די מלאכים, און אוודאי ניט דער אייבערשטער סימבאָליזירן דעם צוקונפֿטיקן וווילזײַן פֿונעם קינד. עס באַװײַזט זיך אַן אומגעוויינטלעכער פּערסאָנאַזש פֿאַר אַ ייִדישן וויגליד — אַן אָדלער — דער סימבאָל פֿון שטאָלצקייט, גײַסטיקער דערהויבנקייט און העלדישקייט.

ס’איז אַן אָדלער דורכגעפֿלויגן —
זײַן זאָלסטו, ווי ער.

און ווי ער, זאָלסטו זיך הויבן,
זײַן מיט וואָלקנס גלײַך.

ס׳בײַט זיך אויך דער מיטבאַלייטנדיקער פּײזאַזש — אָנשטאָט דעם חרובֿן שטעטל מיט אַן אײַנגעפֿאַלן שטיבל מיט שפּינוועבס אויפֿן בוידעם צי מיט אַ קעלער פֿאַר אַ וווינונג, וווּ ס׳רינט פֿון די ווענט און די פֿײַכטקייט עסט זיך אײַן אין די גלידער, באַווײַזן זיך די הויכע בערג, די שטאָלצע בירע־טײַך, די שיינע אַמורער ברעגן. און דער טאַטע „שלעפּט זיך” שוין ניט אַרום איבער שטעטלעך און דערפֿער מיט אַ פֿאַרקלעמט האַרץ, זוכנדיק אַ ביסעלע פּרנסה די משפּחה אויסצוהאַלטן.

ס’פֿלעג דײַן טאַטע אויף די וועגן
שלעפּן דאָס געוויין…
אויף אַמורער שיינע ברעגן
בויען מיר אַ היים.

די גלות־שטימונג פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ זיכערקייט אין דעם קומענדיקן טאָג. דעם טרוים וועגן „דער גאָלדענער מדינה” פֿאַרבײַט דאָס בילד פֿון אַ געפֿונענער היים און דער גרייטקייט זי צו פֿאַרטיידיקן ביזן לעצטן טראָפּן בלוט.

פֿאַר דער הײם וועל איך זיך שלאָגן
ביזן לעצטן בלוט.

אין די 1940ער יאָרן באַװײַזט זיך אַ נײַער טיפּ װיגלידער — געטאָ און לאַגער וויגלידער. איינער פֿון די בולטסטע בײַשפּילן איז דאָס ליד פֿון דעם שרײַבער, דיכטער, עסיייִסט און פּעדאַגאָג ישעיהו שפּיגעל — „מאַך צו די אייגעלעך”, וואָס ער האָט אָנגעשריבן זײַנענדיק פֿאַרשפּאַרט אין דער לאָדזשער געטאָ. אויס היים, אויס וויגעלע, אויס האָפֿענונג.

דאָס פּעקל אין דער האַנט,
דאָס הויז אין אַש און בראַנד:
מיר לאָזן זיך, מײַן קינד,
זוכן גליק.

מען האָט אונדז נאַקעט בלויז
פֿאַריאָגט פֿון אונדזער הויז,
אין פֿינצטערניש געטריבן אונדז אין פֿעלד,
און שטורעם, האָגל, ווינט
האָט אונדז באַגלײט, מײַן קינד,
באַגלײט אונדז אינעם אָפּגרונט פֿון דער וועלט.

די מאַמע מיטן קינד שטייען פֿאַרצווייפֿלט אין מיטן דער נאַכט פֿון דער מענטשלעכקייט און, כאָטש זיי „ווייסן ניט וווּהין עס פֿירט דער וועג”, דער אַדרעס איז באַשטימט — דאָס איז „דער אָפּגרונט פֿון דער וועלט”. דער אינהאַלט איז גאָר ווײַט פֿון זײַן אָפּטימיסטיש. נאָר ס’איז אונדז דאָך באַװוּסט, אַז גאַנץ אָפֿט איז דער ניגון ניט מסכּים מיטן טעקסט און וויל האָבן זײַן אייגענע דעה. געוויינטלעך „באַרויִקט” ער דעם הימל־רײַסנדיקן טעקסט. אין דעם געגעבענעם פֿאַל גיט די מוזיק צו מוט דער סיטואַציע פֿון אַן אַהין־בילעט. די מעלאָדיע פֿונעם וויגליד, געשאַפֿן פֿון אַ באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר פֿון ייִדישן טעאַטער פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה — דוד בייגעלמאַן (אומגעבראַכט אין טרעבלינקע אין יאָר 1944), שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מאַרש — אַ מין טרויער־רעוואָלוציע־מאַרש, וואָס אי ער פֿירט אינעם לעצטן וועג, אי ער רופֿט צו ווידערשטאַנד.

און ווידער אַ מאָל באַװײַזט זיך אין די וויגלידער דער מאָטיוו פֿונעם „ניט־דאָיִקן” טאַטן. דער טאַטע איז ניטאָ, ער איז ניטאָ בכלל, ס׳הייסט, ער איז ניטאָ צווישן די לעבעדיקע.

ווייסט נישט, טײַערס, ווײסט נישט, קרױן,
דו ביסט איצט אַ יתום שוין;
פֿון דעם “לאַגער” אין אַ נאַכט
האָט מען פֿאָטער טויט געבראַכט…

אין דעם וויגליד „ניט קיין ראָזשינקעס און ניט קיין מאַנדלען”, וואָס דער דיכטער ישעיהו שפּיגעל און דער קאָמפּאָזיטאָר דוד בייגעלמאַן האָבן געשאַפֿן אין לאָדזשער געטאָ נאָכן טויט פֿון דעם דיכטערס טאָכטער, טרעפֿן מיר זיך ווידער מיטן באַליבטן מאָטיוו פֿון ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, נאָר דאָס מאָל שוין מיט אַ פֿאַרניינונגס־צייכן. דער טאַטע איז שוין ניט געפֿאָרן האַנדלען, ער איז אַוועק און פֿאַרפֿאַלן געוואָרן „וווּ די וועלט האָט נאָר אַן עק”. אָבער ערגעץ דאָרטן „שטייט ער און ער וואַכט, מאַנדלען, ראָזשינקעס אַ סך…”

און די מאַמע, ווי געוויינטלעך, פּרוּווט אײַנצורעדן איר עופֿעלע און אפֿשר ניט אזוי אים ווי זיך אַליין, אַז דער טאַטע וועט זיך זיכער אומקערן אַהיים צו זײַן קינד, כאָטש זי ווייסט גענוי, אַז דאָס וועט קיין מאָל ניט געשען.

קומען ר׳וועט אויף זיכער שוין,
זען דיך, קינד, מײַן אײנציק קרוין…

בעתן אָפּשפּיגלען די אומנאַטירלעכע אוממענטשלעכע סיטואַציע פֿאַרלירט דאָס וויגליד אַזאַ וויכטיקס פֿאַר אים (שוין אָפּגערעדט פֿונעם קינד) געשטאַלט, ווי דער פֿאָטער. נאָר דאָס איז נאָך ניט דער ברעג. דאָס ייִדישע וויגליד ווייסט פֿון עפּעס ערגערס — אַ וויגליד אָן אַ מאַמען.

אַזעלכע וויגלידער זײַנען אונדז באַוווּסט נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה. נאָר אין דעם פֿאַל („וויגנדיק אַ פֿרעמד קינד”) די מאַמע לעבט. זי איז נאָר געצוווּנגען איבערצולאָזן איר עופֿעלע אויף אַ פֿרעמד מיידל און „גיין אין גאַס פֿאַרדינען”. דאָס מיידל איז מקנא אַנדערע מיידלעך, וואָס טאַנצן און נאַשן צוקערקעלעך, און זי „מוז דאָס קינד וויגן און זינגען” און דערצו נאָך די ווינדעלעך וואַשן. און די ברכה, וואָס אַ וויגליד מוז אַנטהאַלטן, פֿאַרוואַנדלט זיך אין איר מויל אין אַ מין קללה.

זאָלסט אַזוי לעבן און זײַן געזונט,
ווי איך וועל דיר זיצן
און וויגן דאָס קינד.

זאָלסט אַזוי לעבן,
ס’ליגט מיר דרינען;
דײַן מאַמעשי איז געגאַנגען
אין גאַס פֿאַרדינען.

אין לאה רודניצקיס „ס׳דרעמלען פֿייגל אויף די צווײַגן” איז די מאַמע צווישן לעבעדיקע נישטאָ. זי איז צוזאַמען מיטן טאַטן אומגעבראַכט געוואָרן אין אַ קאַצעט. אַ פֿרעמדע וויגט דאָס קינד און זינגט פֿאַר אים אַ ליד וועגן זײַנע פֿאַרשניטענע עלטערן. פֿון אַלעס איז דאָס קינד באַרויבערט — פֿון עלטערן, פֿון קינדהייט און אפילו זײַן וויגעלע איז ניט מער ווי אַ לאַגער־נאַרע.

ס׳דרעמלען פֿײגל אויף די צווײַגן,
שלאָף, מײַן טײַער קינד,
בײַ דײַן וויגל אויף דײַן נאַרע
זיצט אַ פֿרעמדע און זינגט…

דאָס קינד איז מיט אַלע קינדער גלײַך געבראַכט געוואָרן אויף דער וועלט צו זײַן גליקלעך, נאָר ס׳איז אים געווען ניט באַשערט…

ס’איז דײַן וויגל וווּ געשטאַנען,
אויסגעפֿלאָכטן פֿון גליק,
און דײַן מאַמע און דײַן טאַטע
קומט שוין קיין מאָל נישט צוריק.

מיר זײַנען צוגעקומען צו די שרעקלעכסטע פֿון ייִדישע וויגלידער — וויגלידער אָן אַ קינד. שיקע דריזס און רבקה באָיאַרסקיס נאָכמלחמהדיקע „דער מאַמעס ליד” איז אַ מין אל מלא רחמים נאָך די קינדער דערשאָסענע אין באַבי יאַר.

וווּ זאָל די מאַמע אויפֿהענגען איר יאַנקעלעס ליידיק וויגעלע, אַז די שטוב איז „אַנטרונען מיט אַש און פײַער”? וואָלט די מאַמע צוגעבונדן איר שלמהלעס וויגעלע צו אַ ביימעלע, איז איר ניט פֿאַרבליבן קיין זכר פון איר קינד — „קיין פֿאָדעם פֿונעם ציך”, „קיין שנירל פֿון קיין שיך”. ווען די מאַמע וואָלט נאָר געוווּסט וווּ עס ליגן אירע קינדערס ביינדעלעך, וואָלט זי זייערע וויגעלעך אויפֿגעהאַנגען אויף אירע לאַנגע צעפּ. און דאָס וויגליד רופֿט, בעט, מאָנט, שרײַט:

העלפֿט מיר, מאַמעס, העלפֿט מיר
אויסקלאָגן מײַן ניגון,
העלפֿט מיר, מאַמעס, העלפֿט מיר
דעם באַבי יאַר פֿאַרוויגן.

אומציילבאַר זײַנען די ייִדישע ליידן. נאָר ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ האָפֿענונג, אַ נאַציאָנאַלער חלום. און דאָס וויגליד טרוימט, האָפט, שטרעבט, קעמפֿט, שטאָלצירט.

דאָס לעבן האָט געבוירן אַ נײַעם טיפּ וויגלידער — וויגלידער פֿון די „אָטקאַזניקעס”.

מיט שרעק פֿאַרן צוקונפֿט פֿון איר קינד אין ראַטנפֿאַרבאַנד און, אין דער זעלבער צײַט, מיט האָפֿענונג אַרויצורײַסן זיך פֿון די הײַנטצײַטיקע מצרימס הענט זינגט די מאַמע אַ ליד איר ניט געמל׳ט ייִנגעלע. אויך דאָ, ווי פֿריער, היטן די מלאכים דעם קינדס וויגעלע. און אפילו אליהו הנביא, וואָס איז עד סוף עולם מתחייב בײַצוזײַן אויף אַלע בריתן, פֿאַרפֿעלט בײַ דעם ניט־געמל’עט קינדס וויגעלע אויך ניט. גרויס איז דער מאַמעס טרוים, איר האָפֿענונג, איר בטחון. אויף צו להכעיס „זיי” האָט זי געגעבן דעם ייִנגעלע אַ נאָמען נאָכן „פֿאָטער פֿון דײַן שטאַם” אַבֿרהמעניו, אַבראַשעניו. און כאָטש „מען טרײַבט און מ’לאָזט אונדז ניט אַרויס”, גלויבט די מאַמע, אַז ווען די „אַבראַשעלעך” וועלן אויסוואַקסן „און זיך מל׳ע זײַן כדין”, וועלן זיי זײַן „שטאָלצע, בראַווע זין” פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. און אַז זיי וועלן אָנקומען אין „ישראל־לאַנד”, וואָס „עס לאָקט אונדז פֿון ווײַט”, וועלן זיי „אָפּווישן די גרויסע שאַנד” פֿון גלות.

דער אַנאָנימער מחבר האָט געוויס פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע וויגליד אונטער דער השפּעה פֿונעם ספר נביאים. „דאָס גאַנצע פֿאָלק, וואָס איז אַרויס פֿון מצרים, מענער, אַלע מענטשן, וואָס זײַנען געווען שלאַכטפֿעיק, — שטייט געשריבן אין ספר יהושע, — זײַנען געשטאָרבן אין מדבר אין וועג ביציאת־מצרים; דאָס גאַנצע פֿאָלק, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין מדבר, אין וועג ביציאת־מצרים איז ניט געווען געמל׳עט, ווײַל פֿערציק יאָר זײַנען געגאַנגען בני־ישראל איבערן מדבר”. האָט ג־ט געהייסן יהושען מל׳ען זיי. און ווען יהושע האָט עס אויסגעפֿילט, האָט ג־ט געזאָגט צו אים: „הַיּוֹם גַּלּוֹתִי אֶת חֶרְפַּת מִצְרַיִם מֵעֲלֵיכֶם” (הײַנט האָב איך אַראָפּגענומען די מצרישע שאַנד פֿון אײַך) (יהושע ה’).

ובכן, דאָס ייִדישע וויגליד, זײַנענדיק, פֿון איין זײַט, אַ פּראָדוקט פֿון אַ גלות־פֿאָלק, אַן אונטערגעדריקט פֿאָלק, אָן אַ היים, אָן רעכט, נאָר דאָך מיט אַ שטאַרקן בונטאַרישן גײַסט און, פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿון געוויסע אומשטאַנדן, אַזוינע ווי הונגער און נויט, פּאָגראָמען, רעוואָלוציעס, מלחמות, געטאָס און קאַצעטן אאַז״וו, פֿילט אויס איר הויפּט פֿונקציע — באַרויִקן, פֿאַרוויגן, אײַנשלעפֿערן נאָר טיילווײַז און הויפּטזאַכלעך אויפֿן חשבון פֿון מוזיק; די טעקסטן שטעלן מיט זיך פֿאָר דער מאַמעס השתפחות הנפש. אין זיי גיסט די מאַמע אויס איר ביטער האַרץ, וואָס איז אַ מין עמאָציִאָנאַלער שפּיגל פֿאַר דער ווירקלעכקייט. און דאָס וויגליד וועקט, שרײַט, רופֿט, פּראָטעסטירט, שטרעבט, קעמפֿט. ניט זעלטן זײַנען עס שרעק־לידער, צאָרן־לידער,סאָציִאַלע דראַנג־און־שטורעם־לידער. אין אַ טייל פֿון זיי פֿאַרשווינדן וויגעלעך צוזאַמען מיט די הײַזער „אין אַש און פֿלאַם”, מיט די פֿאַרשניטענע טאַטע־מאַמעס, און צו מאָל אויך מיטן אַדרעסאַט פֿונעם ליד גופא.

היימלאָזע וויגלידער פֿון אַ היימלאָזן פֿאָלק, אָפּהענטיקן פֿאַר די מלחמה־גרוילן, כל־מיני שונאי־ישראל, אָפּגענאַרטע פֿון די קלעמערישע אָרעמס פֿון דער „ליכטיקער” טאָטאַליטאַרישער צוקונפֿט, קאָנען ניט באַרויִקן, ווײַל, זײַנענדיק געווענדט צום קינד, דעם מענטש פֿון אַ בעסערן מאָרגן, שפּיגלען זיי אָפּ דאָס יסורים־פֿולע לעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. נײַע צײַטן האָבן מיטגעבראַכט נײַע טעמעס. נײַע וויגלידער באַזינגען די פּראַכט פֿון ארץ־ישראל, די פֿרייד צו לעבן און צו אַרבעטן אין אַן אייגן לאַנד אויף אייגענער ערד.

אונדזער קרוין איז דער כנרת;
אונדזער אויג איז דער שרון.
ניט ווײַט פֿון דאָרט איז תּל־אבֿיבֿ,
חיפה גרייסט זיך אין דער מיט.

ירושלים אין מזרח איז אונדזער טראָן.
קינדער דאָרטן טאַנצן, לאַכן —
דו, מײַן שטערן, מיט זיי צוזאַמען,
טאַנצן, לאַכן וועסטו מיט זיי צו דריט.

דיך רופט, מײַן קינד,
אונדזער גאָלדן לאַנד…

דאָס נײַע וויגליד קלינגט האָפֿערדיק, דערהויבן.

פֿײגעלעך פֿון דורות, דורות
קומען מיט אים („דעם מלאך”) צו פֿליִען,
ברענגען פֿרײדיקע בשורות
פֿון אונדזער מוטער־ציון.

פֿון אירע קינדער ליבע,
וואָס אַרבעטן מיט געזאַנגען; (פֿאַרגלײַכט: „ברינה יקצרו”)
פֿאַרשווינדן די טעג די טריבע; עס הערן זיך גאולה־קלאַנגען.

אויפֿן אָרט פֿון ייִדישן וויגליד קומען וויגלידער אויף העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן. און דאָך וואָלט איך זיך ניט געאײַלט שיקן דאָס אַלטיטשקע וויגליד אויף כּשר פֿאַרדינטער פּענסיע. דאָס לעבן, גלויב איך, וועט נאָך ניט איין מאָל אונטערזאָגן דעם ייִדישן וויגליד נײַע טעמעס, האָפֿנטלעך, פֿריידיקע.


רשימה וויגלידער, געבראַכטע ווי בײַשפּילן:
זאָלסט מיר זײַן אַזוי געזונט.
אונטער דעם קינדס וויגעלע.
אַ. גאָלדפֿאַדען: ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.
אײַ־לע, ליו־לע, שלאָף זשע אײַן, מײַן גדולה.
שלאָף, מײַן קינד.
מ. געבירטיג: יאַנקעלע.
פֿײגעלע, ליולי.
פּאַטשע, פּאַטשע קיכעלעך.
שלום־עליכם, ד. קאָוואַנאָווסקי: שלאָף, מײַן קינד, מײַן קרוין.
ה. נאָמבערג: ס’לויפֿן, ס’יאָגן שוואַרצע וואָלקנס.
צו צוועלף יאָר.
אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה.
שלאָף, מײַן קינד, שלאָף כסדר.
מ. געבירטיג: הונגעריק דײַן קעצעלע.
אויף צו שטיפֿן האָסטו דאָך.
ב. רובין: שלאָף אײַן, מײַן קינד, מײַן קליינינקס.
ר. באָיאַרסקי: קינדער, ליו־ליו־ליו.
א. פֿעפֿער: ר. באָיאַרסקי. ביראָבידזשאַנער וויגליד.
י.שפּיגעל, ד. בייגעלמאַן: מאַך צו די אייגעלעך.
מ. קאָנסטאַנטינאָווסקי: אַ וויגליד פֿון אַ דײַטש־ייִדישער מוטער.
י.שפּיגעל, ד. בייגעלמאַן: ניט קיין ראָזשינקעס און ניט קיין מאַנדלען.
וויגנדיק אַ פֿרעמד קינד.
ל.רודניצקי: ס’דרעמלען פֿייגל.
ש.דריז, ר. באָיאַרסקי: דער מאַמעס ליד.
מײַן ניט־געמל’עט ייִנגעלע.
י.ליסקי: דער גוטער מאַמעס נײַע ליד.
הרבֿ י. י. וואָהלגעלערנטער: גאולה־קלאַנגען.