הײַיאָר בין איך צום ערשטן מאָל געפֿאָרן אויפֿן וועלטקאָנגרעס פֿון יודאַיִסטיק, וואָס קומט פֿאָר יעדע פֿיר יאָר אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, ירושלים. די קאָנפֿערענץ האָט דאָס מאָל צוגעצויגן בערך 1,500 מענטשן.
כ׳האָב ספּעציעל הנאה געהאַט וואָס דער וועלטקאָנגרעס קומט פֿאָר אינעם הר־הצופֿים־קאַמפּוס ווײַל מיט יאָרן צוריק האָב איך איין זומער דאָרט גענומען אַן אינטענסיוון זעקסוואָכיקן העברעיִש־קורס; דערבײַ האָב איך גוט פֿאַרבראַכט מיט מײַנע מיטוווינער און זיך בעסער באַקענט מיט דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט בכלל און מיט מײַנע אָרטיקע קרובֿים בפֿרט. ס׳איז געווען איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע זומערן פֿון מײַן לעבן.
ווען איך האָב זיך אין דעצעמבער פֿאַרשריבן אויפֿן וועלטקאָנגרעס האָב איך געמיינט אַז דאָס וועט זײַן אַ גוטע געלעגנהייט סתּם זיך צו לערנען אַ ביסל וועגן די לעצטע פֿאָרשונגען אין דער ייִדישער געשיכטע, סאָציאָלאָגיע און ליטעראַטור; ווי אויך זיך צו זען מיט ייִדישע אַקאַדעמיקער וואָס איך קען שוין יאָרן לאַנג — און אויך זיך באַקענען מיט נײַע.
כ׳האָב גאָר נישט געוווּסט אַז כ׳וועל דאָרט געפֿינען אַ סבֿיבֿה וווּ מע וועט פֿרײַ „פּראַווען‟ ייִדיש!
מײַן ערשטע איבערראַשונג איז געווען פֿון דער אַדמיניסטראַציע אַליין. ווי נאָר איך האָב זיך רעגיסטרירט, האָט איינער פֿון די אָרגאַניזירער מיר פֿאָרגעלייגט, אַז אַזוי ווי דער „פֿאָרווערטס‟ מערקט אָפּ הײַיאָר זײַן 120סט יאָר, איז אפֿשר וויל איך לייענען אַ רעפֿעראַט אָדער אָנפֿירן מיט אַ פּאַנעל לכּבֿוד דעם יוביליי. איך האָב גלײַך מסכּים געווען און געפּרוּווט צונויפֿשטעלן אַ פּאַנעל פֿון רעפֿעראַטן וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟ אָבער ס׳איז מיר נישט געגאַנגען, האָב איך באַשלאָסן אַליין צו רעפֿערירן וועגן דעם אַז איך בין דער ערשטער אַמעריקאַנער געבוירענער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט.
בײַם אויסשטעלן די אַפּליקאַציע האָב איך אויך געדאַרפֿט אָנגעבן צי דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען אויף העברעיִש צי אויף ענגליש. מײַן העברעיִש איז נאָך נישט גענוג שטאַרק, האָב איך געשריבן: ענגליש. מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט דער ייִדישער ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר, ד״ר דוד ראָסקעס, מיך איפֿאָרמירט, אַז מע קען אויך לייענען דעם רעפֿעראַט אויף ייִדיש, אַבי מע לאָזט די אַדמיניסטראַציע וויסן. האָב איך, דוד און צוויי אַנדערע באַטייליקטע — ד״ר רחמיאל פּעלץ און ד״ר איציק גאָטעסמאַן — אַלע געבעטן בײַ דער אַדמיניסטראַציע אונדז לאָזן האַלטן די רעפֿעראַטן אויף ייִדיש. דער אַדמיניסטראַטאָר האָט מסכּים געװען. אַזוי איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ צוויי־שעהיקער פּאַנעל אין גאַנצן אויף ייִדיש. דוד האָט גערעדט וועגן דער פּאָליפֿאָניע פֿון מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער‟; רחמיאל — וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן בער באָראָכאָווס לינגוויסטישער פֿאָרשונג און ציוניסטישער פּאָליטיק; און איציק — וועגן הומאָר אין דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿון 19טן יאָרהונדערט.
עס זענען אויך געווען אַנדערע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש. ד״ר חוה טורניאַנסקי האָט גערעדט וועגן די פּריוואַטע בריוו פֿון ייִדישע פֿרויען; ד״ר שמעון נויבערג — וועגן דער אַלטער מעדיצין אויף ייִדיש; און ד״ר אַסטריד שטאַרק־אַדלער — וועגן אַ ייִדיש ווערק פֿון 17טן יאָרהונדערט.
דערצו האָט מען אויף ענגליש און העברעיִש אויך געמאַכט אינטערעסאַנטע פּרעזענטאַציעס וועגן ייִדיש, בפֿרט אין שײַכות מיט די חסידישע קרײַזן. דזשאָרדין קוציק האָט גערעדט וועגן דער חסידישער קינדער־ליטעראַטור; ד״ר סטעפֿאַן קראָך — וועגן דעם גערעדטן ייִדיש אין הײַנטיקן אַנטווערפּן; און ד״ר חיה נאָווע — וועגן די געלענגטע וואָקאַלן פֿון ניו־יאָרקער חסידיש ייִדיש.
אין דער אמתן האָב איך זיך אַ ביסל געזאָרגט צי עס וועט זײַן אַן עולם פֿאַר אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פּאַנעל. מסתּמא זענען די אַדמינסיטראַטאָרן אַליין געווען פּעסימיסטיש געשטימט ווײַל זיי האָבן אונדז געגעבן אַ קליינעם קלאַסצימער. ס׳איז אָבער געקומען אַ שיינער עולם, און אַ טייל צוהערער האָבן אַפֿילו נישט געהאַט קיין אָרט צו זיצן, האָט מען געדאַרפֿט שטײן אין קאָרידאָר. האָפֿנטלעך האָט עמעצער געלאָזט וויסן די אַדמיניסטראַציע אַז דאָס אָרט איז געווען צו קליין, וועט מען אויף להבא וויסן צו געבן אַ ייִדיש־פּאַנעל אַ גרעסערן זאַל.
דאָס אינטערעסאַנטסטע איז פֿאַר מיר געווען וויפֿל פֿון די צוהערער בײַ דער סעסיע זענען געווען ישׂראלים. כאַפּנדיק אַ שמועס מיט אַ טייל פֿון זיי האָב איך זיך דערװוּסט אַז ס׳רובֿ קענען גוט ייִדיש, לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟ און האָבן מיר געלאָזט וויסן וועלכע מינים אַרטיקלען און וועלכע שרײַבער געפֿעלן זיי. עטלעכע האָבן געזאָגט אַז זיי זענען גרייט אַליין אַרײַנצושיקן אַרטיקלען.
ס׳איז אויך געווען שיין ווען מיר זענען געשטאַנען, אַ זעקס-זיבן פֿון אונדז, אין קאָרידאָר, שמועסנדיק אויף מאַמע־לשון. אַ טייל פֿאַרבײַגייער האָבן עס באַמערקט, געגעבן אַ שמייכל און זיך ווײַטער געיאָגט צו דער קומעדיקער סעסיע.
אַן אַנדער הויכפּונקט איז געווען אַ קערמעשל בײַ ד״ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי אין דער היים, וואָס מרים האָט אָרגאַניזירט לטובֿת די ייִדיש־רעדנדיקע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ. נאַשנדיק פֿונעם געשמאַקן זיסוואַרג, וואָס די ניבאָרסקי־קינדער האָבן געהאָלפֿן צוגרייטן, איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען דעם אָוונט מיט אַנדערע ייִדיש־רעדער, הערנדיק וועגן זייער פֿאָרשאַרבעט און נײַעס וועגן בשותּפֿותדיקע באַקאַנטע.
דערזעענדיק מרימס און אליעזרס זון ראובֿן האָב איך אים געפֿרעגט ווי ער פֿילט זיך איצט אַז ער איז געוואָרן אַ פֿילם־שטערן אין אַמעריקע אָבער ער האָט, ווי אַ געוויינטלעך 12־יאָריק ייִנגל, פּשוט געהויבן די אַקסלען מיט אַ באַשיידענעם שמייכל. (דערווײַל זעט מען שוין זײַן פּנים אין די גרעסטע ניו־יאָרקער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט די „ניו־יאָרק־טײַמס‟, וווּ אַן אַרטיקל לעצטנס האָט אים באַצייכנט ווי „אַ קינד פֿון ישׂראלדיקע ייִדישיסטן‟ און געלויבט זײַנע אַרטיסטישע פֿעיִקייטן.)
אַנדערע שיינע ייִדישע מאָמענטן אויף דער קאָנפֿערענץ: כ׳האָב פֿאַרבראַכט אַ ביסל צײַט מיטן ייִדיש־רעדנדיקן פּאָרפֿאָלק צבֿי סדן און זײַן פֿרוי, עלענאַ לוטשינאַ, וואָס ביידע זענען זיי סאָציאָלינגוויסטן. כ׳האָב זיך אויך באַקענט מיטן ייִדישן שרײַבער, בערל קאָטלערמאַן, וואָס האָט בײַם געזעגענען זיך מיר געשאָנקען אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַן נײַ ביכל דערציילונגען. אַזאַ סאָרט מתּנה איז נישט בלויז אַן אומגעריכטע הנאה, נאָר אויך אַ סימן־מובֿהק פֿון אַן עכטער ייִדישער אונטערנעמונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.