דער ראָמאַן “תּוהו ובֿוהו” פֿונעם דײַטשיש–ייִדישן שרײַבער סאַמי (שמואל) גראָנעמאַן (1875 - 1952) איז אַרױס אין 1920, און איז דערשינען אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. גראָנעמאַנס נאָמען איז ניט אַזױ גוט באַקאַנט דעם ענגלישן לײענער װי די נעמען פֿון אַנדערע ייִדישע ליטעראַטן פֿון דער װײַמאַרער תּקופֿה, װי װאַלטער בנימין און זיגפֿריד קראַקאַוער. אָבער אױף דײַטשיש זײַנען לעצטן װידער דערשינען אַ צאָל זײַנע װערק, און ער פֿאַרנעמט בהדרגה אַ חשובֿ אָרט אין דער דײַטשיש־ייִדישער קולטור־געשיכטע.
“תּוהו ובֿוהו” איז דער דײַטשישער נאָמען פֿונעם ראָמאַן. אױף ענגליש האָט מען דאָס איבערגעטײַטשט װי “טאָטאַלער כאַאָס”, אַ סימן אַז דער אַמאָליקער דײַטשישער לײענער איז געװען מער באַהאַװנט אין דער עבֿרי אײדער דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער עולם. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן קומט פֿאָר פֿאַר דער ערשטער װעלט–מלחמה צװישן בערלין און אַן אױסגעטראַכטן ייִדישן שטעטל אינעם רוסישן תּחום־המושבֿ. דער מחבר שילדערט אַ ברײטע ייִדישע װעלט, װען רוסישע ייִדן האָבן זיך מאַסנװײַז געלאָזט קײן דײַטשלאַנד זוכנדיק פֿרײַהײט, פּרנסה און בילדונג.
דער ראָמאַן האָט צװײ װיכטיקע מעלות: אַ געשפּאַנטן סיפּור־מעשׂה און אַ סך אינטערעסאַנטע היסטאָרישע פּרטים. גראָנעמאַן איז פֿון פֿאַך געװען אַ יוריסט און דאָס פֿילט מען אין זײַנע לעבעדיקע באַשרײַבונגען פֿון דער בערלינער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע אַדװאָקאַטן און ריכטער. ער האָט גוט געקענט סײַ די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, װאָס האָבן זיך מיט שטאָלץ געהאַלטן פֿאַר “דײַטשן פֿון דער מאָזאַיִשער אמונה”, סײַ די רוסישע ייִדן, װײַל זײַן פֿרױ האָט געשטאַמט פֿון זשיטאָמיר. בעת דער ערשטער װעלט–מלחמה האָט גראָנעמאַן געדינט אין דער פּרעסע־אָפּטײלונג פֿונעם דײַטשישן מיליטערישן שטאַב אין קאָװנע, װוּ ער האָט זיך גוט באַקענט מיטן טאָג–טעגלעכן לעבן פֿון ליטװישע ייִדן. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע מער באַרימטע דײַטשיש־ייִדישע מיטצײַטלער, איז ער געװען גוט באַהאַװנט אין ייִדישקײט, װײַל זײַן פֿאָטער איז געװען אַ רבֿ און אַלײן האָט ער זיך יונגערהייט געלערנט אױף רבנות.
מען טרעפֿט אינעם ראָמאַן אַ גאַנצע גאַלעריע ייִדישע טיפּן: אידעאַליסטישע יונגע רוסישע ייִדן, װאָס זײַנען גיריק נאָך דער דײַטשישער בילדונג און קולטור; זײערע עלטערע קרובֿים, װאָס פֿירן כּלערלײ לינקע געשעפֿטן אין בערלין; די “פּני” פֿון דער בערלינער ייִדישער קהילה, װאָס גלױבן אין אָפּהיטן ייִדישקײט דורך מליצהדיקע דרשות; די ייִדישע משומדים, װאָס װילן אַרײַנקריכן אין די דײַטשישע הױכע פֿענצטער; דײַטשישע קריסטן, װאָס װילן ברענגן ייִדן צו דער “עכטער” אמונה; און דײַטשישע אַנטיסעמיטן פֿון כּלערלײ שאַטירונגען.
די אַלע פֿיגורן דרײען זיך אַרום אינעם בערלינער “תּוהו ובֿוחו”. זײ שטױסן זיך אָן אײנער אינעם צװײטן אין די סאַמע פּריקרע סיטואַציעס. גראָנעמאַנס סאַטירישער חוש איז ספּעציעל שאַרף װען ער שידלערט די אַסימילירטע בערלינער ייִדן, װאָס האָבן בוגד געװען אין זײער ייִדישער אמונה צוליב דער קאַריערע. זײ האָבן געגלױבט, אַז דורכן שמד װעלן זײ לגמי פּטור װערן פֿון די לעצטע שפּורן פֿון ייִדישקײט. אָבער עס לאָזט זיך אױס, אַז דװקא איצט װערן זײ כּסדר דערמאָנט אָן זײער ייִדישן אָפּשטאַם פֿון דײַטשישע קריסטן. כּל־זמן זײ זײַנען געװען ייִדן, האָט מען זײ ניט געטשעפּעט, אָבער װי נײַע קריסטן װערן זײ אָפּגעפֿרעמדט סײַ פֿון דער אַלטער סײַ פֿון דער נײַער סבֿיבֿה.
דערבײַ האָט גראָנעמאַן ניט קײן סך רחמנות אױף מיזרח־אײראָפּעיִשע שװינדלער און חבֿרה־לײַט, װאָס טרײַבן מיאוסע געשעפֿטלעך אין בערלין. אָבער דאָ איז זײַן איראָניע אַ ביסל מילדער. די נעבעכדיקע געשעפֿט–מאַכער זײַנען קרבנות פֿונעם ברוטאַלן רוסישן רעזשים און דעם טיף אײַנגעװאָרצלטן דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם. די פּאָזיטיװע פּערסאָנאַזשן געהערן צו דעם ייִנגערן דור. װי עס זאָגט חנה, אַ יונגע ייִדישע פֿרױ פֿון רוסלאַנד, “ס’איז פּשוט אַ שרעקלעך אומפֿאַרשטײעניש. ייִדן קענען ניט אײנער דעם צװײטן, און זײ קענען זיך אַלײן אױך ניט. […] אָנער אַ נײַער דור װאַקסט אונטער.” אַ סבֿרה, דער נײַער דור וועט זײַן בכּוח אױסצוסדרן אָט דעם תּוהו ובֿוהו, װאָס הערשט אין דער ייִדישער װעלט פֿון זײערע עלטערן.
“תּוהו ובֿוהו” איז ניט קײן טיפֿער פּסיכאָלאָגישער אָדער פֿילאָסאָפֿישער ראָמאַן. דאָס איז אַ שאַרפֿזיניק מאָמענטבילד פֿון אַ תּקופֿה, װאָס האָט זיך געענדיקט אין די בלוטיקע שלאַכטן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. אָבער חוץ דעם איז דאָס אַן אידעאָלאָגישער ראָמאַן, װאָסער ציל איז דו דערװײַזן, אַז דװקא ציוניזם איז אַ סגולה קעגן אַלע ייִדישע מכּות. די דאָזיקע אידעע װערט בולט אינעם צװײטן טײל פֿונעם ראָמאַן, װאָס איז מער פּראָגראַמאַטיש אָבער װײניקער קינסטלעריש פֿונעם ערשטן טײל.
דער הײַנטיקער לײענער דערקענט דאָ אַ סך סימנים פֿונעם אױפֿקום פֿונעם נאַציסיטשן רעזשים, כאָטש אין 1920 האָט גראָנעמאַן אַוודאי נאָך ניט געהאַט קײן אַנונג װעגן דעם, װאָס װעט פֿאָרקומען אין דרײַצן יאָר אַרום. ער איז געװען אַ ציוניסט, אָבער פֿאַרבליבן טיף אַרײַנגעטאָן אין דער דײַטשישער קולטור און פּאָליטיק. גראָנעמאַן איז פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד ביז 1936, װען ער האָט עמיגרירט קײן ארץ–ישׂראל, און געלעבט גאַנץ אײנזאַם אין תּל־אָבֿיבֿ.
מיט װאָס זשע קאָן “תּוהו ובֿוהו” אײַסנעמען בײַם הײַנטיקן אַמעריקאַנער לײענער? אַװדאי, מיטן איראָנישן סטיל, שאַרפֿע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע טיפּן, און מיט אַקוראַטע סאָציאַלע אָבסערװאַציעס. די צענטראַלע פּראָבלעמען פֿונעם ראָמאַן, דער ענין פֿון מיגראַציע, אַסימילאַציע, און קסענאָפֿאָביע בלײַבן פּונקט אַזױ אַקטועל הײַנט װי דעמאָלט. גראָנעמאַנס רעצעפּט פֿאַר לײזן די דאָזיקע פּראָבלעמען דורכן פּראָגרעסיוון נאַציאָנאַלן אױפֿקום קענען אױסזען אַרכאַיִש, אָבער זײַנע דיאַגנאָזן פֿון סאָציאַלע פּראָבלעמען בלײַבן אַקוראַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.