ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 05, 2017, issue of August 25, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נישט־באַרעכטיקטע קריטיק פֿאַר „השומר הצעיר‟

לאָמיר רעדן וועגן צבֿיעות. צבֿיעות שטאַמט פֿונעם העברעישן וואָרט צבֿע, דהײַנו קאָליר. א צבֿועאַק איז אַ מענטש וואָס מאָלט אויס אַ בילד פֿון זיך אַליין, אָבער מיט פֿאַלשע, נישט קיין אמתדיקע קאָלירן. ער איז ווײַס, וויל ער מען זאָל מיינען אז ער איז שוואַרץ, אָדער פֿאַרקערט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָרט וווּ עס זענען מענטשן זענען דאָ צבֿועאַקעס.

נעמט, למשל, אונדזער קליינינקע וואַרשעווער קהילה. אין די לעצטע צוואָנציק יאָר האָט קיינער זיך נישט געקימערט אַז אונדזערע קינדער זאָלן האָבן אַ יוגנט־באַוועגונג.

די פּוילישע סקויטן זענען אין תּוך אַ קאַטוילישע אָרגאַניזאַציע וווּ ייִדישע קינדער פֿילן זיך ווי אַ יוון אין סוכּה, אָדער אויב איר ווילט, ווי אַ סוכּה צווישן יוונים.

האָב איך, יאָ יאָ, אַני הקטן, געשריבן צו פֿאַרשיידענע ייִדישע יוגנט־באַוועגונגען, צו די פֿרומע “בני-עקיבֿא”, צו די לינקע “השומר הצעיר” און צו די רעכטע “ביתר”. איך האָב געהאַט נאָר איין בקשה; נישט ווי אַ כּלל-טוער נאָר סתּם ווי אַ טאַטע פֿון דרײַ קינדער. געבעטן האָב איך זיי זאָלן עפֿענען אַ צווײַג פֿון זייער יוגנט-באַוועגונג ביי אונדז אין וואַרשע.

פֿון אַלע דרײַ האָט דווקא “השומר הצעיר” געענטפֿערט. אפֿשר צוליב דעם וואָס מרדכי אַנילעוויטש, דער קאָמאַנדאַנט פֿונעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ, איז געווען אַ שומר-הצעירניק.

די וואָך זענען אָבער די יונגע מדריכים פֿון השומר-הצעיר אין וואַרשע באַפֿאַלן געוואָרן פֿון בליצבריוו. וואָס איז דער מער? השומר-הצעיר נעמט אָנטייל אינעם וואַרשעווער „באַשעוויס־זינגער פֿעסטיוואַל‟ אום שבת. אַז איך האָב נישט קיין טעות גייט אַ רייד וועגן באַקן קוכנס, פֿאַרקויפֿן זיי דעם עולם וואָס קומט אויפֿן פֿעסטיוואַל, און נוצן די פֿאַרדינסטלעך פֿאר אַקטיוויטעטן פֿונעם וואַרשעווער צווײַג פֿון השומר הצעיר.

היתּכן? פּראָטעסטירט מען דורך בליצפּאָסט. ווי קען מען מאַכן אַזעלעכע זאַכן אום שבת?

איז אַזוי… “השומר הצעיר” איז אַ וועלטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע. זיי זענען נישט מחויבֿ צו האַלטן תּרי”ג מצוות.

און איצט צו אונדזער טעמע, דהײַנו צבֿיעות. דאָס רובֿ די וואָס האָבן געשיקט די בליצבריוו זענען אַליין קנאַפּע שומרי-שבת.

נאָך אַ פֿראַגע. ווער האָט זיי געשטערט במשך פֿון די לעצטע צוואָנציק יאָר צו שאַפֿן דאָ אַ פֿרומע יוגנט־באַוועגונג? זיי האָבן עס נישט געטאָן.

בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה - פֿאַרוואָס טשעפּען זיי זיך צו די וואָס טוען יאָ עפּעס פֿאַר אונדזערע קינדער?


פּאָליטישע קאָרעקטקייט מצד פּאָליציי העצט אויף די אַנטיסעמיטן

לאָמיר בלײַבן ביים צבֿיעות. דאָס מאָל נישט אין אונדזער קליינער קהילה נאָר אין דער ברייטער פּוילישער סבֿיבֿה.

מעשׂה שהיה כּך היה. אַ יונגערמאַן האָט געשטאָכן אַ פּאָליציסט אין פּנים אין וואַרשע. נישט ווײַט האָט געשפּילט אַן אַמעריקאַנער ראָק-גרופּע מיטן נאָמען אַלאַ-לאַס. אין ראָטערדאַם האָט מען לעצטנס געוואָלט פֿאַרברענען די אַלאַ-לאַס גרופּע אין איינעם מיט זייער עולם מיט דער הילף פון פֿײַער און גאַז־קאַניסטערס.

די גרופּע דערצערנט די מוסולמענער — מסתּמא צוליב דעם נאָמען “אַלאַ”, דהיינו דער גאָט פֿון מוכאַמעד.

אַגבֿ, די יונגע מוזיקערס פֿון אַלאַ-לאַס זעען אויס און קלינגען אַפֿילו ווי אַ געמיש צווישן די יונגע ביטלס און די יונגע ראָלינג-סטאָנס. מיט איסלאַם האָבן זיי גאָר נישט צו טאָן, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

הכּלל, מסתּמא איז דעם יונגן מאַן וואָס האָט געשטאָכן דעם פּוילישן פּאָליציסט אויך נישט געפֿעלן געוואָרן דער פֿאַקט אַז זיי האָבן די העזה צו שפּילן דאָ אין וואַרשע.

און דאָ קערן מיר זיך צוריק צו אונדזער טעמע - צבֿיעות. היות וואָס זיי ווילן זײַן פּאָליטיש קאָרעקט, האָבן סײַ די פּאָליציי סײַ די פּוילישע מעדיאַ נישט באַצייכנט דעם שטעכער לויט זײַן אמונה אָדער לויט זײַן פֿאָלק, נאָר לויט זײַן פּאַספּאָרט. ער איז אַ ישׂראלדיקער בירגער און שוין.

אין פּוילן טאָר מען אויך נישט דערמאָנען דעם משפּחה־נאָמען פֿון מענטשן וואָס די פּאָליציי אַרעסטירט.

נו, נו. באַלד האָבן פּאָליאַקן וואָס קענען נישט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אוהבֿי-ישׂראל זיך גענומען באַקלאָגן אַז די ייִדן בושעווען אין וואַרשע און ווילן מאָרדעווען פּאָליאַקן בכלל און פּאָליאַקן אין מונדיר בפֿרט.

מיר ווייסן דערפֿאַר נישט וואָס איז דער משפּחה נאָמען פֿונעם שטעכער. מיר ווייסן אָבער יאָ אַז מיטן ערשטן נאָמען הייסט ער איבראַהים. איברהים, אז איך האָב נישט קיין טעות, איז אַן אַראַבישער נאָמען.

איז ממה נפֿשך – אָדער מען וויל זײַן פּאָליטיש קאָרעקט און מען דערציילט בכלל נישט פֿון וואַנען ס׳שטאַמט דער אָדער יענער באַנדיט, אָדער מען גיט אַן אַרומנעמיקן באַריכט.

פֿאַר וואָס קומט עס דער ייִדישער מדינה מען זאָל באַשולדיקן די ייִדן מיט מיאוסע מעשׂים אין וואַרשע, מעשׂים וואָס האָבן מיט זיי גאָר נישט צו טאָן?