ביז מײַנע עלטערן זענען אַרײַן אין די אַכציקער האָבן זיי יעדן שבת צענויפֿגעזאַמלט אַ כאָפּטע רוסישע ייִדן, אוקראַיִשע, גרים, געגטע, משיחיסטן, די פּאָליטיש רעכטע און סתּם עלנטע לײַט. צוגרײטן דעם מעניו צו דער שבת–וועטשערע (הינדל, קײַלעכלעך אאַז״װ) פֿלעגן טאַטע–מאַמע שױן אָנהייבן מאָנטיק אין דער פֿרי.
די מיזרח–אייראָפּעיִשע מאכלים וואָס זיי האָבן דערלאַנגט צום שבתדיקן טיש זענען מיר דװקא נישט אַזוי געפֿעלן ווי מײַנע אייגענע ׳׳נוּוועלע׳׳ פּאָטראַװעס. דעם אמת געזאָגט איז מיר אױך נישט געפֿעלן דער מיש–מאַש פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס אַ טייל פֿון זיי פֿאַרדאַמען כּסדר די נישט־גלייביקע ייִדן, און אַנדערע וואָס געוואַלדעווען קעגן די ליבעראַלן.
צוליב דעם וואָס מײַנע עלטערן זענען לעבן געבליבענע פֿון חורבן, איז זייער שול־בילדונג צו פֿרי איבערגעריסן געוואָרן. פֿון דעסט וועגן, ווען עס רעדט זיך וועגן אויפֿנעמען געסט אויף אַ שבת־מאָלצײַט — זענען זיי טאַקע וואַזשנע מומחים. ווען איינער פֿון זייערע געסט איז, למשל, שלעכט אויפֿגעלייגט, ברענגט די מאַמע אַרויס אַ טעלער יאַמען מיט ספּאַרזשע. װי זי זאָגט אַליין: „בעסער זיי זאָלן האָבן אַן אָרט וווּ צו פּראַווען די שבת־וועטשערע אײדער זיך צו פּרעגלען אינעם אייגענעם ראָסעלע.‟
בײַ די שבת־מאָלצײַטן וואָס איך פּראַווע אין מײַן אייגן ווינקעלע אין בראָנקס, ניו־יאָרק, איז די שטימונג געוויינטלעך אַ צוגעלאָזענע און ווייניקער צעהיצט ווי בײַ מײַנע טאַטע־מאַמע אין שטוב. בדרך־כּלל האָב איך הנאה בײַם פֿאַרברענגען אַ נאָכמיטאָג מיט מײַנע באַקאַנטע; מע שמועסט וועגן די נײַעס, וועגן דער סדרה פֿון דער װאָך, גלײַך ווי גאָרנישט אַנדערש וואָלט אונדז אָנגעגאַנגען.
אָבער פֿון צײַט צו צײַט טרעפֿט אַז אַ גאַסט פֿירט זיך אויף גאָר נישט לײַטיש. עס חידושט מיר טאַקע. כאָטש די אָ געסט האָבן געהאַט אָן אַ שיעור בעסערע דערציִערישע געלעגנהייטן ווי מײַנע עלטערן, פֿירן זיי זיך אויף אַזוי ווי זייער דיפּלאָם וואָלט געווען פֿון דער „שול פֿון שלעכטן עטיקעט‟.
אויפֿן סמך פֿון מײַנע אייגענע איבערלעבונגען האָב איך צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה פֿון 7 אופֿנים ווי אַזוי דווקא נישט זיך אויפֿצופֿירן ווען איר זענט אַ גאַסט בײַ יענעם — אָדער ווען איר נעמט אַליין אויף געסט — אויף אַ שבתדיקן מאָלצײַט.
דאָס איז בפֿרט וויכטיק שבת, ווען מע קען נישט אָנקלינגען דער גאַסטגעבערין אַז מע פֿאַרשפּעטיקט זיך. אײן מאָל האָב איך געוואַרט אַ שעה לאַנג אויף אַ גאַסט און װען זי איז סוף־כּל־סוף געקומען האָט זי געזאָגט אַז ס׳האָט זיך איר סתּם פֿאַרגלוסט צו גיין שפּאַצירן מיט איר קאַוואַליר.
אַ צווייט מאָל האָט אַ שטאַרק פֿאַרשפּעטיקט פּאָרל מיך „אױפֿגעקלערט‟ אַז אין פֿראַנקרײַך מאַכט מען גאָר אַ לחיים ווען מען קומט אָן שפּעט!
אַ דריטער איז איין מאָל אַרײַנגעקומען שיכּור ווי לוט…
מוסר–השׂכּל: דאָס קומען שפּעט איז בפֿירוש נישט קיין באַווײַז פֿון סאָפֿיסטיצירונג.
איין גאַסט איז נאָך װעטשערע געשטאַנען אין קעך לעבן מיר ביז איינס אַ זייגער בײַ נאַכט. אַנדערע געסט וואָס זענען געקומען אױף מיטאָג האָבן זיך פֿאַרזאַמט ביז נאָך שלש־סעודות. איין גאַסט בײַ מײַנע עלטערן פֿלעג אַפֿילו זיך מאַכן אַזוי היימיש אויפֿן דיװאַן אַז ער איז אַנטשלאָפֿן געוואָרן און זיך אויפֿגעוועקט ערשט ווען ס׳איז צײַט צו גיין דאַווענען מנחה.
מוסר–השׂכּל: ס׳מאַכט נישט אויס ווי גוט איר פֿילט זיך בײַ יענעם אין שטוב; אַז מע בענטשט אָפּ, איז געגאַנגען! די בעל–הביתטע דאַרף דאָך אָפּראַמען פֿון טיש, און וויל אפֿשר אַליין כאַפּן אַ דרימל, פֿאַרברענגען מיט משפּחה אָדער לייענען אַ ביסל.
איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס געוויסע געסט האַלטן אַז בײַם שבתדיקן טיש מעג מען זיך אַמפּערן. איין מאָל האָט זיך צעפֿלאַקערט צװישן די געסט אַ פֿאַרברענטער וויכּוח וועגן פּאָליטיק — גלײַך נאָך המוציא!
אָבער נאָך ערגער איז ווען איך פֿאַרבעט אַ גאַנצע משפּחה און איין קרובֿ נעמט קריטיקירן דעם צווייטן. איך געדענק איין מאָלצײַט ווען אַ פֿרוי (מיט איר מאַן) האָט אויסגעזידלט איר מאַמע פֿאַרן נישט וועלן איבערגעבן די ירושה כּל־זמן זי לעבט נאָך; איר שוויגער — פֿאַרן נישט זײַן פֿרום; איר שוועגערין — פֿאַרן נישט פֿאַרבעטן זיי אויף מאָלצײַטן; דעם שוואָגער — וואָס איז טאַקע אַ קעלבל.
מוסר–השׂכּל: מײַן שטוב איז נישט קײן משפּחה־טעראַפּיע־סעסיע. איר מעגט רײַסן פֿון זיך שטיקער — אָבער טוט עס בײַ זיך אין דער היים.
געוויינטלעך בעט איך אַ גאַסט צו געבן אַ דבֿר־תּורה וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך אָבער אַ מאָל טרעפֿט אַז ער פֿאַררעדט זיך און באַמערקט אַפֿילו נישט אַז דער עולם הערט זיך מער נישט צו.
מוסר–השׂכּל: אויב איר זעט אַז דער טשאָלנט שלעפֿערט אײַן די געסט, ענדיקט די דרשה און לאָזט אַנדערע נעמען אַ וואָרט.
איך בין אַמאָל געווען אַ גאַסט בײַ אַ גרויסן צעלייגער, וועלכער האָט געזאָגט אַ גאַסט — אַ סאָציאַלע אַרבעטערין פֿאַרן בילדונגסאַמט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק — אַז דער סאָרט אַרבעט וואָס זי טוט, טויג אויף כּפּרות. „קינדער דאַרפֿן נישט קיין סאָציאַלער אַרבעטער; זיי קענען זיך אַליין אַן עצה געבן!׳׳ האָט ער געדונערט.
מײַן אַרבעט ווי אַ געשעפֿטס–שרײַבערין איז בײַ אים אויך געווען „לעכערלעך‟. „קיינער געניסט נישט פֿון אַזאַ אַרבעט וואָס דו טוסט!׳׳ האָט ער געזאָגט.
מוסר–השכּל: אויב איר לאַדט אײַן מענטשן אויף אַ מאָלצײַט, זײַט פֿרײַנדלעך צו די געסט, און למען־השם זאָלט איר זיי נישט מאַכן צו קליין געלט.
פֿאַראַן געוויסע סימפּאַטישע גאַסטגעבערינס וואָס טענהן, אַז מען דאַרף זיי נישט פֿאַרבעטן ווײַל זיי זענען צופֿרידן תּמיד אויפֿצונעמען געסט.
מוסר–השכּל: פֿאַרבעט זיי סײַ־ווי־סײַ. זיי וועלן דווקא הנאה האָבן וואָס מע האָט זיי פֿאַרבעטן און וואָס זיי וועלן יענעם שבת בלויז דאַרפֿן צוגרייטן איין סעודה אַנשטאָט צוויי.
אַ גוטער פֿרײַנד מײַנער שוין מער ווי 30 יאָר לאַנג איז זייער געניט בײַם פֿירן אַ פּאָליטישן וויכּוח מיט מיר אויף אַ פֿרײַנדלעכן אופֿן. צום באַדויערן אָבער ווייסן ס׳רובֿ מענטשן נישט ווי אַזוי צו פֿירן אַ העפֿלעכע דעבאַטע. געוויינטלעך ווערט דער שבת־טיש שיִער נישט פֿאַרוואַנדלט אין אַ שלעגערײַ.
מוסר–השכּל: פֿאַרבעט נישט פֿאַרברענטע פּראָגרעסיווע טיפּן צום זעלבן מאָלצײַט מיט האַרטנעקיקע רעפּובליקאַנער. איין פֿאַרפֿוילטער עפּל קען קאַליע מאַכן דעם גאַנצן פֿאַס.
בקיצור, חבֿרה, געדענט אַז די תּורה הייסט אונדז האַלטן דעם שבת הייליק. אַז מע גייט שוין פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד און קרובֿים, איז עס בפֿירוש נישט קיין צײַט צו דענערווירן איינער דעם צווייטן.
לערנט זיך אָפּ אַ משל פֿון מײַנע טאַטע־מאַמע. צו די גאַסטגעבער: ווײַזט אַרויס וואַרעמקייט און דרך־ארץ פֿאַר אַלע געסט, נישט געקוקט אויף זייער פּאָליטיק, רעליגיעזע אָדער נישט־רעליגיעזע מיינונגען אָדער משוגעתן.
צו די געסט: ווײַזט אַרויס הכּרת־הטובֿ פֿאַר די ייִדן וואָס אַ דאַנק זיי פֿאַרשפּאָרט איר זיך די אַרבעט פֿון צוגרייטן אַן אייגענע שבת־סעודה.
און אײַך אַלעמען: לאָזט אין זיך אײַנזאַפּן דעם הייליקן שבת, גיט אַ שמייכל און עסט געזונטערהייט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.