פֿאַר וואָס„דאַקאַ‟-אימיגראַנטן זאָלן בלײַבן דאָ

Why We Need DACA Immigrants To Stay

GETTY IMAGES

פֿון שלום בערגער

Published September 13, 2017, issue of August 25, 2017.

מיט כּמעט צװײ װאָכן צוריק האָט פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ אַרױסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז „דאַקאַ“־אימיגראַנטן זאָלן דעפּאָרטירט װערן װען זײערע איצטיקע דערלױבעניש גײט אױס. עס גײט די רײד װעגן אָפּשאַפֿן „דאַקאַ“.

„דאַקאַ‟ הייסט DACA, וואָס אויף ענגליש זענען דאָס די איניציאַלן פֿון אַן עקזעקוטיװן באַפֿעל פֿון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, לױט װעלכן די פֿעדעראַלע רעגירונג האָט זיך אונטערגענומען נישט צו דעפּאָרטירן געװיסע גרופּעס אימיגראַנטן.

כּדי אױסצוקלאָרן װעגן װעלכער גרופּע עס האַנדלט זיך (װײַל פֿאַלשע ידיעות פֿאַרמערן זיך די טעג װי שװאָמען נאָך אַ רעגן), װעלן מיר דאָ אױסרעכענען װעלכע אימיגראַנטן מע האָט פֿאַררעכנט פֿאַר פּאַסיק אינעם „דאַקאַ‟־פּלאַן (און במילא נישט צו דעפּאָרטירן):

  • מענטשן וואָס זײַנען אין יאָר 2012 ייִנגער װי 31 יאָר
  • די וואָס זײַנען אָנגעקומען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿאַרן 16טן געבױרן־טאָג
  • די וואָס האָבן כּסדר געװױנט אין לאַנד זינט 2007 ביזן יאָר פֿון אָנגעבן אױף „דאַקאַ‟
  • די וואָס האָבן נישט קיין לעגאַלן סטאַטוס (ד״ה נישט אַ בירגער און נישט אַן אַזױ גערופֿענער „שטענדיקער אײַנװױנער‟)
  • די וואָס האָבן אַ מיטלשול־דיפּלאָם, אָדער זײַנען אױסגעדינטע װעטעראַנען און
  • די וואָס האָבן נישט קיין קרימינעלע געשיכטע, אָדער אַ געשיכטע װאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געפֿאַר פֿאַר די פֿאַראײניקטע שטאַטן.

מיט אײן װאָרט - אימיגראַנטן װאָס זײַנען קינדװײַז געבראַכט געװאָרן קיין אַמעריקע, האָבן דאָ געשלאָגן װאָרצלען און קערן צולײגן אַ האַנט צום אַמעריקאַנער װױלזײַן. די טרוקענע ציפֿערן שטיצן אַזאַ השערה. אַן אױספֿרעג פֿון די „דאַקאַ“־אימיגראַנטן האָט אַנטפּלעקט אַז 97% פֿון די „דאַקאַ‟־לײַט זײַנען באַשעפֿטיקט מיט אַרבעט, אָדער פֿאַרשריבן אין אַ לערן־פּראָגראַם. זינט דער גרינדונג פֿון „דאַקאַ‟, איז געשטיגן די דורכשניטלעכע הכנסה פֿון די אָפּרופֿערס אױפֿן אױספֿרעג, מיט 69%. 70% פֿון די „דאַקאַ‟־באַטײליקטע גיבן איבער, אַז דער באַפֿעל האָט עקאָנאָמיש געהאָלפֿן זײערע משפּחות.

ס׳איז וויכטיק דאָ צו באַטאָנען אַז אין פֿאַרגלײַך מיטן באַקאַנטן סטערעאָטיפּ, געניסן נישט די „דאַקאַ‟־אימיגראַנטן פֿון קיין „צוגאָב־בענעפֿיט“. נישט זײ באַקומען דערציִונג בחינם, נישט זײ באַקומען „מעדיקײד‟ אָדער דירה־הנחות. זײ קענען אױך נישט באַקומען „אָבאַמאַקער‟־פֿאַרזיכערונג. װאָס יאָ, זײ מעגן אָנגעבן אױף אַן אַרבעט־קאַרטל, און מיט דעם קען מען אונטערשטיצן סײַ זיך, סײַ אַ פֿאַמיליע. אַפֿילו אויב מע גלײבט אַז מע מוז שטרענג דורכפֿירן די אימיגראַציע־געזעצן, איז „דאַקאַ‟ געװען גאַנץ שׂכלדיק װײַל נישט אַלע אימיגראַנטן אָן דאָקומענטן קען מען דעפּאָרטירן. דאָס װאָלט געפֿאָדערט אַ פּאָליצײ־כּוח װאָס ס׳איז נישט הײַנט בנימצא אין לאַנד. פֿאַר װאָס זאָל מען דעריבער נישט לאָזן צו רו די הונדערטער טױזנטער אימיגראַנטן װאָס וועלן מסתּמא נישט באַטרעפֿן קיין סכּנה דאָ אין לאַנד?

דאָ װעלן מיר נישט אַרײַנגײן אין די פּאָליטישע סיבות, הלמאַי דער פּרעזידענט האָט באַשלאָסן אָפּצושאַפֿן דעם „דאַקאַ‟־באַפֿעל, און אַרױסשיקן די אימיגראַנטן פֿון לאַנד. אָפּגעבן װעלן מיר זיך מיט דער װירקונג אױף אַמעריקעס געזונט, װײַל אַזאַ תּחום איז װיכטיק בײַ מיר פּראָפֿעסיאָנעל און בײַ אַלע אַמעריקאַנער, אימיגראַנטן צי הי־געבױרענע.

צװײערלײ װירקונגען זײַנען פֿאַראַן. ערשטנס, איז נישט באַקאַנט װיפֿל אונדזער געזונט־סיסטעם הענגט אָפּ אין דער אַרבעט פֿון אימיגראַנטן און אױסלענדישע אַרבעטערס. אױב די סטערעאָטיפּישע ייִדישע עלטערן װילן נאָך אַלץ, אַז זײער זון צי טאָכטער זאָל װערן אַ דאָקטער, איז זײער חלום מן־הסתּם נישט, אַז ער/זי זאָל באַהאַנדלען נאַראָקמאַנען אין די בערג פֿון מיזרח־קענטאָקי, אָדער אָרעמע אינדיאַנער אין אַריזאָנע. אידעאַל װאָלט געווען, אַז אַלע געזונט־שטעלעס װאָלטן זיך געפֿונען אױפֿן זעלבן ניװאָ, און דער גראַדואַנט פֿון האַרװאַרד װאָלט אױך באַהאַנדלט עלטערע לײַט אין אַ מושבֿ־זקנים ערגעץ אין נעװאַדע. נאָר דער אמת איז, אַז ווייניק דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער ווילן אַרבעטן אין יענע איזאָלירטע ערטער. בײַ יענע נישט־פּרעסטישזפֿולע שטעלעס אַרבעטן טאַקע סטודענטן און פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון די שולן װאָס שטײען נידעריקער אין די רײטינגס; צווישן זיי — אַ צאָל אימיגראַנטן, אַרײַנגערעכנט די „דאַקאַ‟־לײַט.

איז נישט קיין חידוש, װאָס עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע דאָקטאָר־גרופּעס, װי אױך פֿאַרבאַנדן פֿון מעדיצין־שולן, זײַנען אַרױסגעטראָטן קעגן טראָמפּס אַקציע. די אַמעריקאַנער מעדיצינישע אַסאָסיאַציע, צום בײַשפּיל, װײסט אַז אַ היפּשע פּראָפּאָרץ פֿון אַמעריקעס קומעדיקע דאָקטױרים וועט באַשטיין פֿון אימיגראַנטן, ס׳רובֿ ייִנגערע װאָס זײַנען אַהערגעקומען מיט די עלטערן. אַז מע דערמעגלעכט װידער זײ זאָלן דעפּאָרטירט װערן, װעלן אַ צאָל, אפֿשר הונדערטער, מעדיצין־סטודענטן און רעזידענטן, װי אױך קראַנקן־שװעסטערס, מוזן אױסטאָן די װײַסע כאַלאַטן.

די צװײטע קאַטעגאָריע איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער ערשטער. אױב די מעדיצינישע פּראָפֿעסיאָנאַלן װעלן זיך שרעקן פֿאַר דעפּאָרטירונגען אונטערן נײַעם רעזשים, על־אַחת־כּמה־וכּמה װעלן זיך שרעקן די פּאַציענטן.

שטעלט זיך פֿאָר אַז איר זענט אַ „דאַקאַ‟־אימיגראַנט און איר האָט ערשט געהערט די בשׂורה אַז מע װעט אפֿשר, װער װײסט װען גענױ, פּרוּװן אַרױסשיקן פֿון לאַנד די אַלע באַטײליקטע אין דער פּראָגראַם. װעט איר מסתּמא פּרוּװן װאָס װײניקער זיך אַרױסיאַװען אין דער עפֿנטלעכקײט; מסתּמא נאָך אַלץ געגאַנגען צו דער אַרבעט אָדער זיך געלערנט אין שול אָדער אין דער לערן־פּראָגראַם - אַ לעבן דאַרף מען דאָך מאַכן - נאָר מסתּמא וואָלט מען נישט געגאַנגען צום דאָקטער ווײַל דאָס קען שוין זײַן צו ריזיקאַליש.

די פֿאָרשערס פֿון אימיגראַנטישן לעבן קענען גענױער אָפּשאַצן ווי אַזוי די דעפּאָרטיר־וואָרענונגען קענען ווירקן אױפֿן געזונט פֿון די „דאַקאַ‟־אימיגראַנטן. מיר ייִדן האָבן אָבער יאָ אַן אַנונג ווײַל מיר ווייסן גוט די געפֿילן פֿון רדיפֿה און אָנשטרענג װאָס אַזעלכע מוזן אױסשטײן. מע זיצט אױף די טשעמאָדאַנעס, מע קוקט כּסדר מיט שרעק דורכן פֿענצטער און ציטערט פֿאַר יעדן קלאַפּ אין דער טיר. אַזאַ אומזיכערקײט װעט שװער טרעפֿן אַזעלכע אימיגראַנטן, סײַ די מיט געזונט־פּראָבלעמען, סײַ די װאָס פֿירן דורך װיכטיקע כאָטש װײניקער פּרעסטיזשדיקע ראָלעס אין אונדזער געזונט־סיסטעם.

800 נפֿשות, „דאַקאַ“־אימיגראַנטן, װאַרטן מיט אומגעדולד צו זען, װער עס װעט זײ פֿאַרטײדיקן. אַמעריקעס רעפּוטאַציע װי אַ לאַנד װאָס איז גרײט צו דינען קינד און קײט ווי אַ מקום־מיקלט איז אײן אופֿן צו באַרעכטיקן די פּראָגראַם. דאָ רעדט זיך אָבער נישט נאָר וועגן אַמעריקעס רעפּוטאַציע. אַז מע דעפּאָרטירט „דאַקאַ“־אימיגראַנטן, קען דאָס אױך װירקן אױף אַ צאָל פֿון אַמעריקעס צוקונטפֿדיקע געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן — און במילא אויפֿן געזונט פֿון די אַמעריקאַנער בכלל.