וווּ מען זאָל נישט גיין אין פּוילן, זעט מען אַ ייִדן אויף דער וואַנט.
נעמט, למשל, דאָס שטעטל פּשיסכע. יאָ, יאָ, דאָרט וווּ ר’ בונעם פֿון פּשיסכע האָט געשאַפֿן זײַנע וווּנדערלעכע ווערק. איז אַזוי. מיט די געלטער פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָט דאָס שטעטל פּשיסכע נאָר וואָס געבויט אַ שווימבאַסײן למהדרין.
דער אייראָפּעישער פֿאַרבאַנד איז אַ סעקולערע אינסטיטוציע. פּוילן איז, טעאָרעטיש הייסט עס, אַ סעקולערע מלוכה. פֿון דעסט וועגן, אַז איך שווים אין דעם שיינעם פּשיסכער באַסײן קוקט אויף מיר אַראָפּ פון דער וואַנט דער וועלט־באַרימטער זון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק – יעזוס, דער מאַן פון נצרת.
אפֿשר איז אַזוי פיל עצבֿות אין זײַנע אויגן אויך צוליב דעם וואָס פּשיסכע איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ ייִדיש שטעטל און איצט זענען מיר געבליבן נאָר דרײַ בני-ברית אין דער גאַנצער געגנט: ער, מײַן קליינער זון און איך. די גרויסע שיל שטייט נאָך אַלץ שטאָלץ אָבער ליידיק, טאַקע נישט ווײַט פֿונעם באַסײן, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
ס׳איז דאָ נאָך אַ ייִד וואָס מען זעט אומעטום אין פּוילן. ער האָט נישט קיין ספּעציפֿישן נאָמען אָבער איר קענט באַשטעלן זײַן בילד אויף דער אינטערנעץ אָדער קויפֿן אים אין אַלע מערק. סע גייט אַ רייד וועגן אַ ייִדן מיט אַ שיינער ווײַסער באָרד וואָס טראָגט אַ יאַרמלקע און דער עיקר – אַ מטבע אין דער האַנט. ער ציילט געלט. דער דאָזיקער ייִד דינט ווי אַ קמיע אין אומצאָליקע פּוילישע געשעפֿטן. די פּוילישע סוחרימלעך גלויבן אַז ער ברעגנט מזל.
פֿאַר וואָס דערמאָן איך אים איצט?
צוליב אַ דריטן ייִד וואָס פֿאַרנעמט זיך אויך מיט פֿינאַנצן, נישט ווײַט פֿון הי.
אָט דער ייִד האָט אַלע מעלות. ראשית־כּל, איז ער נישט קיין פּאַפּירענער נאָר אַ ממשותדיקער לעבעדיקער ייִד. ער איז אַ מולטי-מיליאָנער. דערצו איז ער אַ פֿינאַנץ־מיניסטער. אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ. ער איז אַ יונגער, אַ שיינער, אַ בלאָנדער, מיט וואַסער־בלויע אויגן. כּמעט שכחתי. ער איז געבויט ווי אַ גריכישער גאָט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן – אין פֿאַרגלייך מיט אים איז דייוויד האַסעלהאָף פון “בייוואָטש” אַ הונט. זיין בויך זעט אויס ווי אַ קאַלאָריפֿער – ווי מיכאַלאַנדזשעלאָ אַליין וואָלט אים געסקאַלפּעט.
סע גייט אַ רייד וועגן אילן לאַופֿער, דער נײַער 33־יאָריקער ייִדישער פֿינאַנץ־מיניסטער פֿון רומעניע.
הכּלל, איך האַלט אַז די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן דאַרפֿן זיך מאָדערניזירן. זיך צופּאַסן צו אונדזערע מאָדערנע צײַטן. אַנשטאָט אַ זקן וואָס האַלט אַ מטבע אין זײַנע שוואַכינקע ציטערדיקער הענט, דאַרפֿן די פּוילישע סוחרטעס האָבן אַ בילד פֿון אַ מוסקוליעזן ייִדישן פֿינאַנציסט. נישט נאָר וואָס ער איז רײַך, ער איז אויך סעקסי!
אַגבֿ, דאָ בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. ווי זאָגט מען “סעקסי” אויף ייִדיש? איך שלאָג פֿאָר “חשקדיק”.
לאָזט אונדז וויסן אויב איר האָט אַנדערע פֿאָרשלאָגן.
אין אַמעריקע האָט מען דעם אינדיאַנישן זומער. אין פּוילן רופֿט מען אים דעם גאָלדענעם האַרבסט.
„מכּבי וואַרשע‟ האָט אײַנגעלאַדן אונדזער קליינע קהילה צו לויפֿן מיט זיי איידער עס קומעןדי פֿרעסט און שנייען.
ווי סע פּאַסט פֿאַר אַ ייִדישן לויף האָט מען פֿאַרן סטאַרט געבלאָזן דעם שופֿר אַנשטאָט צו שיסן מיט אַ ספּאָרט-רעוואָלווער.
געלאָפֿן זענען אַלע — יונג און אַלט, באָבעס און אייניקלעך. די קירצסטע שטרעקע איז געווען איין קילאָמעטער און די לענגסטע — גאַנצע צען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.