עטלעכע יאָר נאָך דעם וואָס מײַן מאַן איז געשטאָרבן האָב איך אָנגעהויבן אַרומרײַזעווען, זען די וועלט.
אויף דער אינטערנעץ האָב איך געפֿונען כּשרע פֿאָר־אַגענטורן און ווען איך האָב געזען וווּהין זיי פֿאָרן האָט זיך מיר געמישט אין קאָפּ: אינדיע, כינע, יאַפּאַן… פֿאַר די אויגן האָב איך געזען אַ בופֿעט פֿון כּל־המינים! כ׳האָב די גאַנצע וועלט געוואָלט פֿאַר איין מאָל אײַנשלינגען און כ׳האָב מורא געהאַט, אַז דאָס וואָס פּאַסירט מיט מיר אויף אַ חתונה ווען איך זע אַזאַ שמאָרגעסבאָרד, אַ טיש פֿול מיט פֿאַרשיידענע מאכלים וועט יעצט זײַן מיטן פֿאָרן. ווען איך זע אַ סך עסן פֿאַר די אויגן פֿאַרליר איך דעם אַפּעטיט. איך קוק זיך אַרום און געניס אַזוי פֿיל פֿון דער שפֿע פֿון עסנס און ווי שיין אַלץ איז אויסגעשטעלט, אַז דער אַפּעטיט פֿאַרגייט מיר און איך זעטיק זיך מיטן קוקן. הייסט עס, די אויגן עסן און איך — נישט. האָב איך גלײַך פֿאַרמאַכט דעם קאָמפּיוטער און עטלעכע טעג געטראַכט וואָס וויל איך טאַקע אויפֿטאָן מיט דער ערשטער רײַזע מײַנע ווי אַן אַלמנה.
די ערשטע זאַך וואָס איז מיר קלאָר געוואָרן איז, ווי די מאַמע פֿלעגט זאָגן — איך דאַרף זיך ׳אויסליפֿטערן,׳ איך זאָל קענען אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך דעם טרויער פֿון קרענק און טויט וואָס אַפֿילו די ווענט אין הויז האָבן אין זיך אײַנגעזאַפּט און וואָס איך טראָג אַרום דעם קאַרק ווי אַ באַקוועמע שאַל ווי נאָר איך קום אַרײַן. נו, אַז איך וויל זיך אויסליפֿטערן מוז איך פֿאָרן ערגעץ וווּ איך וועל זײַן מער אין דרויסן ווי אינעווייניק, וווּ איך קען אָטעמען פֿרישע לופֿט און זיך דערוואַרעמען אויף דער זון — אָבער נישט אויף קיין פּלאַזשע.
געקוקט נאָך אַ מאָל אויף די כּשרע רײַזע־מעגלעכקייטן, האָב איך באַלד געטראָפֿן אַ ׳הײַקינג׳ טור צו דרײַ נאַציאָנאַלע פּאַרקן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: גרענד קאַניאָן, זײַאָן און ברײַס נאַציאָנאַלע פּאַרקן. כ׳האָב זיך רעגיסטרירט, אַרײַנגעשיקט אַ געזונטן טשעק און באַלד אויסגעפֿונען אַ האַרבן כּלל פֿון פֿאָרן אַליין: ווען מע וויל האָבן אַ צימער פֿאַר זיך קאָסט געוויינטלעך אַן ערך פֿופֿצן הונדערט דאָלאַר מער. אַ מענטש וואָס וויל נישט זײַן צונויפֿגעפּאָרט מיט אַ פֿרעמדן ווערט פֿינאַנציעל באַשטראָפֿט.
יעדעס מאָל וואָס איך געפֿין זיך אין אַ שוואַכן מאָמענט טראַכט איך: וואָס קען עס שאַטן צו האָבן אַ מיטוווינערין אויף אַ וואָך און זיך אײַנשפּאָרן אַזוי פֿיל געלט? העלפֿט דער אייבערשטער און איך דערמאָן זיך אין ׳בעקי׳, מײַן מיטוווינערין ווען איך בין מיט יאָרן צוריק געווען אַן אויפֿפּאַסערקע אין זומער־לאַגער. ס’איז נאָר געווען אויף צוויי וואָכן, אין אַ זומער־לאַגער פֿאַר אָרעמע מײדלעך, אָבער נאָך דער ערשטער נאַכט האָב איך שוין געוואָלט אַנטלויפֿן. אויף דער וואַך זעט די בעקי אויס זגראַבנע, איידל אָבער ווי זי האָט נאָר פֿאַרמאַכט די אויגן איז זי אַרײַן אין אַ טיפֿן שלאָף און געכראָפּעט ווי אַ שכּורער פּויער.
ווען איך האָב זי אויפֿגעוועקט און געעצהט זי זאָל זיך איבערדרייען אויף דער אַנדערער זײַט איז זי אין כּעס געוואָרן. ווען איך בין שוין יאָ סוף־כּל־סוף אײַנגעשלאָפֿן האָט זיך אָנגעהויבן אַ לויפֿעניש הין און קריק אין קלאָזעט, און איך האָב שוין ווידער נישט געקענט שלאָפֿן. ליגנדיק אַזוי אין בעט, טויט מיד, האָב איך נישט געקענט פֿאַרמאַכן קיין אויג און געקלערט וואָס איז ערגער… דאָס כראָפּען אָדער דאָס לויפֿעניש יעדע פֿופֿצן מינוט אין קלאָזעט. זי האָט מיר שפּעטער דערקלערט, אַז זי האָט נעבעך אַ שוואַכן פּענכער. ווי עס זאָל נישט זײַן איז מיר איין זאַך געוואָרן קלאָר ווי דער טאָג: דאָס איז דאָס לעצטע מאָל וואָס איך וועל נעמען אַ מיטוווינערין.
נו, צוריק צו דער נסיעה. איך האָב געטראָפֿן די גרופּע אין לאַס־וועגעס: פֿײַנע מענטשן, ס׳רובֿ — פּאָרפֿעלקער. דאָס עסן איז געווען גוט, דער וועטער — אַ תּענוג. מיטגעפֿאָרן מיט אונדז אויפֿן אויטאָבוס האָט אַן אויסגעשולטער נאַטוראַליסט וואָס האָט אונדז אַ סך דערציילט וועגן די אינטערעסאַנטע באַרג־פֿאָרמאַציעס. איך בין אַהיימגעקומען אַ נײַער מענטש. אַלע מײַנע חושים האָבן זיך אויפֿגעוועקט. ווי באַלד איך בין אַרײַן אין הויז האָב איך אויפֿגעפּראַלט די פֿענצטער און טירן און דערבײַ געשאַפֿן אַ דורך־ווענטילאַציע: יעצט אַז כ׳האָב זיך אַליין אויסגעליפֿטערט האָב איך געוואָלט, אַז דאָס הויז זאָל זיך אויך אַ ביסל אויסליפֿטערן.
בקיצור, כ׳האָב שוין אַרויסגעקוקט אויפֿן קומענדיקן זומער, איך זאָל ווידער קענען ערגעץ אינטערעסאַנט פֿאָרן און קלעטערן אויף הויכע בערג. יעצט האָב איך געוווּסט וויפֿל געלט איך דאַרף האָבן אויף אַזאַ רײַזע, האָב איך אונטערגעאַרבעט וואָס מערער, איך זאָל האָבן גענוג צוצוצאָלן פֿאַר דער פּריווילעגיע נישט צו הערן יענעמס שנאָרכצן און נישט צו הערן יעדעס מאָל וואָס עמעצער לויפֿט בײַ נאַכט אין קלאָזעט.
אין דעצעמבער האָב איך שוין אָנגעהויבן טראַכטן וואָס מיטצונעמען מיט זיך דעם קומעדיקן זומער. צוויי זאַכן האָבן מיר אויסגעפֿעלט אין גרענד קאַניאָן: וואַסערשיך און הויזן. פֿאַר דער רײַזע האָב איך קיין מאָל נישט געהערט פֿון וואַסערשיך. ווען עמעצער וואָלט אַזאַ זאַך דערמאָנט וואָלט איך געווען זיכער, אַז עס רעדט זיך פֿון גומענע פֿינגערשיך. אָבער יענע האָבן געהאָלפֿן ווי זײַדפּאַפּיר אין אַ זאָווערוכע, דאָס הייסט — אין גאַנצן נישט. קיינער האָט נישט געוווּסט, אַז איינע פֿון די שענסטע, אינטערעסאַנטסטע און שווערסטע אַקטיוויטעטן אויף דער רײַזע וועט זײַן צו גיין מיטן שטראָם־אַרויף אין אַ וואַסער וואָס האָט מיר דערגרייכט ביז צו דער טאַליע. אויף די פֿיס האָב איך געטראָגן נאָר ספּאָרטשיך ביז איך האָב דערזען, אַז צו גיין מיט זיי דורכן וואַסער איז זייער גליטשיק און דערפֿאַר האָב איך יעדע צוויי מינוט זיך געמוזט אַוועקזעצן, אומוויליק, אין וואַסער.
די ערשטע פּאָר מאָל האָב איך געקוויטשעט מיט געלעכטער ווײַל דאָס קלאָרע, ריינע וואַסער האָט געפֿילט אַזוי גוט, אַ מחיה אין אַ הייסן טאָג. קיין פּראָגרעס האָב איך אָבער נישט געמאַכט. ווען איך וואָלט זיך מיט אַזאַ אימפּעט אַוועקגעזעצט אויפֿן באָדן וואָלט איך זיכער געוואָרן ברוין־און־בלוי אָבער אַז מע טוט עס אין וואַסער האָט מיך נישט, אַ דאַנק דעם אייבערשטן, זייער געשאַט.
זיצנדיק אַזוי אויף די וואַסערשטיינער, וואָס זענען געווען נאָך גליטשיקער צוליב די אַלגעס האָב איך דערזען ווי עס שווימט פֿאַרבײַ אַ שטעקן, האָב איך אים געכאַפּט און געניצט כּדי זיך ווידער אויפֿצושטעלן אויף די פֿיס. כ׳האָב אויסגעטאָן די שיך, צוגעבונדן די שנורעוואַדלעס איינע צו דער צווייטער, זיי אויפֿגעהאָנגען איבערן נאַקן און ווײַטער געגאַנגען באָרוועסערהייט. אָנעם שטעקן וואָלט איך זיך מסתּמא געמוזט אונטערגעבן. דער גאַנצער עפּיזאָד האָט זיך בײַ מיר אײַנגעקריצט אין זכּרון און איך האָב באַשלאָסן זיך צו קויפֿן אמתע וואַסערשיך, מ׳זאָל פֿון מיר נישט אָפּלאַכן און איך זאָל פֿון זיך אַליין נישט אָפּלאַכן.
די הויזן זענען אין גאַנצן אַן אַנדער מעשׂה. שוין צענדליקער יאָרן וואָס איך טראָג נישט קיין הוין. אַ מאָל זענען געהאָנגען בײַ מיר אַ פּאָר דזשינס, אַן איבערבלײַב פֿון די קאָלעדזשטעג ווען איך האָב רעבעלירט קעגן פֿרומקייט. איין מאָל אַ יאָר, ווען איך האָב איבערגעקערט די שטוב, ראַמענדיק יעדעס ווינקל פֿון הויז אויף פּסח, פֿלעג איך אָנקוקן די דזשינס, כּדי זיך צו דערמאָנען ווי שלאַנק איך בין אַ מאָל געווען. בײַ מיר אין דער פֿאַנטאַזיע האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז איך וועל נאָך אַ מאָל אין די דזשינס קענען אַרײַן. אָבער נאָכן האָבן פֿיר קינדער האָב איך געמוזט זיך מודה זײַן, אַז איך וועל שוין קיין מאָל מער נישט אויסזען ווי אַ ׳באַרבי דאַל׳, און איך בין אַליין שוין נישט געווען זיכער וועמענס הויזן זיי זענען. האָב איך זיי סוף־כּל־סוף אַרויסגעוואָרפֿן.
נאָר צוריק צו דער רײַזע. איך בין געוואָרן אַן אַנדער מענטש. כ׳האָב זיך געפֿילט פֿרײַ. נאָכן קריכן אויף די בערג, האָב איך שוין מער נישט געטראַכט וועגן שאַנעווען דעם מאַניקיר אָדער די נעגל בכּלל, אָדער צי מײַן שייטל איז שיין פֿאַרקעמט. איך האָב מער געטראַכט וועגן מײַנע צעדראַפּעטע, צעבלוטיקטע קניִעס, און נאָך מער האָב איך געמוזט אין זינען האָבן דער מענטש וואָס קריכט הינטער מיר, ווײַל איך טראָג אַ דזשינס־ספּאָדניצע און אַ מאָל האָב איך זיך געפֿילט אַ ביסל צו פֿרײַ ווײַל ס׳איז מיר געווען עפּעס צו „לופֿטיק‟ פֿון הינטן. זיך אומקערן געבן אַ קוק האָב איך נישט געקענט, איז דער איינציקער מיטל געווען זיך מאַכן נישט וויסנדיק. כ׳בין געווען גאַנץ פֿעיִק בײַם קלעטערן אויף די בערג, און ווען איך האָב געקענט פֿאַרגעסן אַז איך בין אַ פֿרומע פֿרוי, האָב איך שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דער פֿרישער לופֿט, פֿונעם טרוקענעם זוניקן וועטער און פֿון דער שווערער פֿיזישער אָנשטרענגונג וואָס האָט דערוועקט מײַן גאַנצן קערפּער, דערהויבן מײַן געמיט, און מיך געגעבן דאָס געפֿיל אַז אַנשטאָט בלוט האָב איך אַסטי־ספּומאַנטי אין די אָדערן. ווער וויל דען נישט אַזוי פֿילן?
אָבער שפּעטער בײַ דער וועטשערע, האָב איך מורא געהאַט צו קוקן מענטשן אין די אויגן. אפֿשר לאַכן זיי אָפּ פֿון מיר, אַזאַ רויע אָנהייבערין וואָס ווייסט אַפֿילו נישט ווי מע דאַרף זיך אָנטאָן אויף אַזאָ עקספּעדיציע. האָב איך אויסגעקרענקט דעם גאַנצן טאָג, זיך אַנשולדיקט און זיך פֿרי געלייגט שלאָפֿן. פֿאַרן פֿאַרמאַכן די אויגן האָב איך זיך געטרייסט, אַז די מענטשן אויפֿן טור האָבן זייערע אייגענע צרות מיטצוהאַלטן מיטן וועגווײַזער און זיי האָבן מיך אין גאַנצן ניט אַפּגעגעבן קיין אַכט. און אפֿשר פֿאַרקערט: אפֿשר האָבן זיי יאָ וואָס באַמערקט און זענען צו העפֿלעך מיר עפּעס צו זאָגן? ווי עס זאָל נישט זײַן האָב איך באַשלאָסן זיך צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן צו טראָגן אונטער דער ספּאָדניצע ווען איך וועל ווידער קלעטערן אויף די הויכע בערג.
בײַ אַ פֿרומער פֿרוי וואָס וווינט אין אַ פֿרומער געגנט איז עס נישט אַזאַ פּשוטע זאַך זיך צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן. איך פֿלעג אַוודאי זייער אָפֿט, צו אָפֿט אויב איר ווילט וויסן דעם ריינעם אמת, מוזן קויפֿן הויזן פֿאַר די דרײַ ייִנגלעך מײַנע, זאָלן זיי זײַן געזונט (פּו, פּו, פּו) און איך האָב אין דעם ייִנגל־אָפּטייל אין כּל־בו־געשעפֿט עטלעכע מאָל געטראָפֿן פֿרויען פֿון מײַן געגנט אָדער פֿון מײַן שיל. מיר האָבן געשמייכלט איינע צו דער צווייטער דורך דינע ליפּן און אַ קליינעם נייג פֿון קאָפּ געטאָן צו ווײַזן אַ מיטגעפֿיל: אוי, מיר מוזן שוין ווידער קויפֿן הויזן. אָבער וואָס קען מען טאָן? קינדער וואַקסן, קיין עין הרע, און רײַבן גיך אויס די קניִעס פֿון די הויזן.
ס׳איז מיר אין גאַנצן נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז עס וועט מיר אָנקומען מיט די גרינע ווערעם זיך אַליין צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן. איך האָב געדאַרפֿט האָבן דער מאָמעס רייד אין זינען: אַז מע ניצט נישט דעם קאָפּ דאַרף מען ניצן די פֿיס. כ׳האָב בעסער פֿריִער געדאַרפֿט דורכטראַכטן דעם ענין, דאָס הייסט האָבן אַ פּלאַן, אַ סטראַטעגיע.
באַלד ווען איך בין אַרײַנגעקומען אין קליידער־געוועלב קומט מיר שיינדל אַנטקעגן. איך מיין, אַז זי האָט נישט גענוג אינטערעסן ווײַל זי וויל אַלע מאָל גיין מיט מיר אין רעסטאָראַן. זי האָט געטראָגן אין דער האַנט אַן אײַנקויף־זעקל און געהאַלט בײַם אַרויסגיין אָבער זי האָט זיך דערפֿרייט ווען זי האָט מיך דערזען און מיך אָנגעהויבן אויסצופֿרעגן:
„וואָס קויפֿסטו?‟
”הויזן,“ האָב איך גלײַך געענטפֿערט. ”…הויזן פֿאַר די קינדער.“
”אינטערעסאַנט. דײַנע ייִנגלעך זענען שוין אין די דרײַסיקער און דו קויפֿסט זיי נאָך הויזן?“
”צו זייער געבוירן־טאָג,“ האָב איך גיך צוגעגעבן, אומבאַקוועם מיטן ליגן. זי איז מיר געשטאַנען אין וועג, האָב איך זיך נישט געקענט פֿון איר אַרויסדרייען.
”איך וועל מיטקומען און דערנאָך וועלן מיר אפֿשר גיין עפּעס עסן.“
כ׳האָב געזען, אַז קיין הויזן וועל איך דעם טאָג שוין נישט קויפֿן און פּטרן אַ טאָג מיט שיינדלען האָב איך אויך נישט געוואָלט…העלפֿט דער אייבערשטער און די מאָבילקע הייבט אָן קלינגען. מײַן זון קלינגט עס. כ׳האָב אַפֿילו נישט געענטפֿערט, נאָר געקוקנדיק אויפֿן עקראַן, האָב איך געזאָגט:
”אוי שיינדל, וועסט מיר אַנשולדיקן. דער זון זוכט מיך אין דער היים און איך האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן, אַז ער קומט מיר מיט עפּעס העלפֿן. גוט וואָס מיר זעען זיך אַ מאָל. זײַ געזונט!“ די לעצטע עטלעכט ווערטער האָב איך איר שוין געזאָגט קוקנדיק צוריקוועגס איבערן אַקסל, גייענדיק גיך צו מײַן אויטאָ.
דער צווייטער פּרוּוו איז געווען מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער אינעם זעלבן געשעפֿט. אָבער ווער האָט געקענט וויסן אַז די ערשטע פֿאַרקויפֿערן וואָס איך גיי פֿרעגן וווּ ס׳זענען די אַדאָמסקי (ווײַבערישע) הויזן, וועט זײַן איינע פֿון די קריטישסטע פֿרויען אין מײַן שיל? זי קוקט מיט אײַנגעקורטשעט אויגן אויף פֿרויען וואָס טראָגן רויטע בלוזקעס שבת, אָדער ווען זי מיינט אַז די זשופּקעס זענען אַ ביסל צו קורץ.
זעענדיק ווי אַ פֿרוי העלפֿט אַן אַנדער קונה (אָבער נישט זעענדיק איר פּנים), גיב איך איך איר אַ טאַפּ אין אַקסל און פֿרעג: ”זײַ מיר מוחל, אפֿשר קענט איר מיר העלפֿן?“
זי דרייט זיך אַרום און זאָגט, ”יאָ, וואָס זוכט איר?“
ווען איך האָב געזען ווער דאָס איז האָב איך זיך פֿאַררייטלט און די ווערטער האָבן מיך שעיִר נישט דערשטיקט. כ׳בין פֿאַר איר געשטאַנען מיט אויסגעלגאָצטע אויגן, אַן אָפֿן מויל, שלינגענדיק לופֿט ווי אַ פֿיש אָן וואַסער.
”אוי, פֿרוי טערטלטויב, ווי קען איך אײַך העלפֿן?“
”וווּ איז…? וווּ איז…?“ האָב איך קוים אויסגעשטאַמלט.
”דאָרטן בײַ דער קאַסע,“ האָט זי געענטפֿערט, טײַטלענדיק מיט אַ פֿינגער אויפֿן וואַסער־פֿאָנטאַן און אין גלײַך זיך אויסגעדרייט צו אַ צווייטער קונה.
איך בין גיך אַרויסגעלאָפֿן פֿון געוועלב און אַהיימגעפֿאָרן. כ׳האָב זיך זייער געשעמט, כאָטש זי האָט נישט געהאַט קיין שום אַנונג וואָס איך זוך. זיך אַליין האָב איך געפֿרעגט: וואָס יאָגסטו זיך אַזוי מיט די הויזן? דאַרפֿסט זיי נישט האָב דעם מאָמענט. אַלצדינג לייגסטו אָפּ פֿון הײַנט ביז מאָרגן, וואָס זשע איז דאָס אײַלעניש מיט די הויזן? ווען איך בין אַהיימגעקומען האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט ענטפֿערן בליצבריוו און אין קירצן פאַרגעסן פֿון די הויזן ביז מיט צוויי חדשים שפּעטער ווען עמעצער האָט מיך געפֿרעגט ווי ס׳איז געגאַנגען מײַן וואַקאַציע. כ׳האָב דער פֿרוי דערציילט ווי גוט און פֿײַן אַלץ איז געווען. דערנאָך האָט זי געפֿרעגט צי איך וואָלט ווידער געגאַנגען אויף אַזאַ וואַקאַציע.
”זיכער!“ האָב איך געענטפֿערט און ערשט דעמאָלט זיך דערמאָנט, אַז אויב איך וויל ווידער קריכן אויף די הויכע בערג וועל איך מוזן זיך אײַנשאַפֿן אַ פּאָר הויזן.
דאָס מאָל האָב איך געניצט דעם קאָפּ. איך בין געפֿאָרן אין אַ גרויסן אויספֿאַרקויף־צענטער אין וויסקאָנסין. ס׳איז צו פֿאָרן פֿינף־און־פֿערציק מינוט אַהין און איך האָב געוווּסט, אז דאָרטן וועל איך זיכער נישט באַגעגענען קיינעם וואָס איז מיר באַקאַנט. און דער אייבערשטער האָט טאַקע געהאָלפֿן, אָבער יעצט האָב איך געהאַט אַן אַנדער פּראָבלעם, וואָסערע הויזן צו קויפֿן און אין וואָסער מאָס. ווער האָט געוווּסט אָז עס זענען דאָ אַזוי פֿיל מינים הויזן? יאָ, מע דאַרף טאַקע וויסן צי מע וויל ענגע צי לויזע, מע דאַרף וויסן צי מע וויל אַז די טאַליע זאָל זײַן איבערן פּופּיק צי אונטערן פּופּיק.
דערנאָך דאַרף מען באַשליסן צי מע וויל אַ קליאָש אונטן און מע דאַרף באַשליסן מיט וואָסערע שיך מע וועט די הויזן טראָגן און וווּ מע וויל די הויזן זאָלן זיך ענדיקן: בײַם קנעכלביין, איבערן קנעכל. זאָלן די הויזן האָבן אַ מאַנזשעט צי נישט? און וואָס, איך בעט אײַך, זענען ”קאָוואַליר“ דזשינס („בויפֿרענד דזשינס‟)? ווער וויל טראָגן יענעמס הויזן? און טראָגן מענערלעכע הויזן איז סײַ־ווי פֿאַרווערט אין דער תּורה. אין כּי תּצה 22:5, שטייט געשריבן, אַז אַ פֿרוי טאָר נישט אַנטאָן קיין מאַנס קליידונג. איך וויל דאָ זיך נישט אַרײַנלאָזן אין פֿאַרשיידענע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דעם פּסק, ווײַל איך וויל אַפֿילו נישט קוקן אויף די הויזן פֿון מײַנעם אַ קאַוואַליר! דאָס ווייס איך אויף זיכער. איז גוט וואָס איך האָב כאָטש געוווּסט, אַז אַזעלכע הויזן וויל איך נישט. אָבער די אַנדערע? פֿרעגט מיך בחרם.
מיט אַ מאָל איז מיר אײַנגעפֿאַלן ווי אומבאַקוועם און ווי הייס עס וועט זײַן צו טראָגן גראָבע דזשינס אונטער אַ דזשינסענע ספּאָדניצע. בלויז טראַכטנדיק דערפֿון האָב איך שיִער נישט אָנגעהויבן שוויצן. איך האָב זיך געוואָלט אַוועקזעצן ערגעץ אָדער אַהיים פֿאָרן. ניין! איך וועל נישט אַהיימפֿאָרן אָן אַ פּאָר הויזן! בין איך צוגעגאַנגען צו אַ פֿאַרקויפֿערין און געפֿרעגט וואָסער הויזן איך קען טראָגן אונטער אַ דזשינס זשופּקע. זי האָט מיך אָנגעקוקט ווי כ׳וואָלט געווען אַ צעדרייטע.
ווען איך האָב איר דערקלערט וואָס איך דאַרף, האָט זי מיר פֿאָרגעלייגט שוויצהויזן. דערנאָך האָט זי זיך מישבֿ געווען און לויפֿנדיק צו אַ געשטעל פֿון הויזן האָט זיך גיך געכאָפּט אַ וועשלקע און אַן אויפֿגעהײַטערטע מיר אַרײַנגעלייגט אין דער האַנט אַרײַן מיט דרײַ ווערטער: ”דזשעגינגס! מאָס: קליין!“ כ׳האָב אָנגעקוקט דאָס וואָס זי האָט מיך געגעבן און זיך דערפֿרייט — דינע וואָלינקעס פֿון אַ סחורה וואָס זעט אויס ווי דזשינס אָבער ס׳איז פֿאָרט נישט דזשינס, און די סחורה האָט אין זיך ספּענדעקס, אַזוי אַז עס קען זיך צעציִען.
כ׳האַב די דזשעגינגס אַפֿילו נישט אָנגעמאָסטן. כ׳האָב איר צען מאָל באַדאַנקט און געוואָלט זי אַרומנעמען אָבער כ׳האָב זיך צוריקגעהאַלטן. כ׳בין מיט די דזשעגינגס צוגעלאָפֿן צו דער קאַסע, באַצאָלט און אַהיימגעפֿאָרן מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן און איין געדאַנק אין קאָפּ: יעצט בין איך גרייט צו פֿאָרן אויף נאָך אַ רײַזע!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.