דעם ערשטן אָקטאָבער וועלן די אײַנוווינער פֿון קאַטאַלאָניע שטימען אין אַ היסטאָרישן רעפֿערענדום צו באַשליסן, צי זייער טעריטאָריע זאָל ווײַטער בלײַבן אַ טייל פֿון שפּאַניע, צי ווערן אַ לאַנד פֿאַר זיך.
כאָטש אַרום אַ העלפֿט פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג שטיצט דעם פּלאַן פֿון אַן אומאָפּהענגיקער קאַטאַלאָניע, האַלט די שפּאַנישע פֿעדעראַלע רעגירונג אַז דער רעפֿערענדום איז אומלעגאַל. געוויסע פּראָקוראָרן סטראַשען אַפֿילו צו אַרעסטירן די קאַטאַלאַנישע בירגערמײַסטערס וואָס העלפֿן זייערע שטעט און שטעטלעך דורכצופֿירן אַן אָפּשטימונג איבערן רעפֿערענדום. כאָטש קיינער ריכט זיך ניט חלילה אויף קיין גוואַלד־טאַטן, רופֿט דער סיכסוך יאָ אַרויס זכרונות פֿון די ביטערע טעג פֿון דער שפּאַנישער בירגערקריג אין די 1930ער יאָרן און די שווערע יאָרן פֿונעם דיקטאַטאָר פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָס ממשלה, וועלכע האָט שטאַרק אונטערגעדריקט די קאַטאַלאַנישע שפּראַך, קולטור און אידענטיטעט.
שוין 40 יאָר הערט מען אויף כּמעט אַלע מאַסן־דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דער אומאָפּהענגיקייט פֿון קאַטאַלאָניע אַ פֿאַרכאַפּנדיק ליד L’estaca (דער סטויפּ), וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ מין צווייטער נאַציאָנאַלער הימען פֿונעם ראַיאָן. אָנגעשריבן האָט עס דער פּאָעט און פֿאָלקסזינגער לויִס לאַק אין 1968, ווען ס׳איז נאָך אַלץ געווען אומלעגאַל צו זינגען אויף קאַטאַלאַניש פֿאַר אַן עולם. דאָס ליד דערציילט פֿון אַן אַלטן סטויפּ, וואָס וועט זיך צעפֿאַלן אויב גענוג מענטשן וועלן זיך אַוועקציִען פֿון די קייטן, וואָס בינדן זיי צו אים. דער סטויפּ איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר פֿראַנקאָס רעזשים.
אַ פֿאַרשיקטער אין גלות האָט לאַק ניט געקענט אויפֿטרעטן מיט דעם ליד אין זײַן היימלאַנד ביז נאָך פֿראַנקאָס טויט אין 1976. ווי מע קען זען אינעם דאָזיקן פֿילם פֿונעם זעלביקן יאָר, וווּ ער זינגט דאָס ליד צום ערשטן מאָל אויף אַ קאָנצערט אין שפּאַניע, האָט דער עולם שוין פֿון פֿריִער געהאַט זיך אויסגעלערנט די ווערטער.
דאָס ליד האָט אינספּירירט אַ ריי ווערסיעס אויף אַנדערע שפּראַכן, צווישן זיי — יאַצעק קאַטשמאַרסקיס ליד Mury (מויערן) אויף פּויליש, וואָס איז געוואָרן דער הימען פֿון דער פּוילישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג „סאָלידאַריטעט.‟
לעצטנס הערט מען אָפֿט אויף די קאָנצערטן פֿון די „קלעזמאַטיקס‟ אַ ייִדישן נוסח פֿון „דער יאָך‟. די איבערזעצונג, פֿון יורי וועדעניאַפּין, בלײַבט געטרײַ דעם קאַטאַלאַנישן אָריגינאַל אָבער טראָגט אין זיך אַ געוויסן ייִדישן חן. אויבן קען מען זען ווי די „קלעזמאַטיקס‟ שטעלן פֿאָר דאָס ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.