אַ ראָמאַן וועגן אַ פּאָגראָם אין ברוקלין

A Novel About a Pogrom in Brooklyn


פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published September 17, 2017, issue of August 25, 2017.

ייִדישע ליטעראַטן האָבן אַ סך געשריבן װעגן פּאָגראָמען און אַנדערע מינים עטנישן און רעליגיעזן געװאַלד־מעשׂים. כּסדר נעמען זײ אָן דעם קוקווינקל פֿון די געליטענע, אַפֿילו װען זײ זײַנען ניט קײן ייִדישע װי, למשל, אין יוסף אָפּאַטאָשוס דערצײלונג “לינטשערײַ”. אין אַמעריקע איז די פּראָבלעם פֿון ראַסע־געװאַלד תּמיד געװען אַקטועל, אָבער אין די לעצטע פּאָר יאָר איז זי װידער געװאָרן באַזונדערס שאַרף.

עס איז דערפֿאַר נאַטירלעך װאָס אַ יונגער ייִדישער שרײַבער נעמט זיך צו באַהאַנדלען די דאָזיקע קאָמפּליצירטע און װײטיקדיקע טעמע, און דװקא פֿון אַ ייִדישן שטאַנדפּונקט. דער ערשטער ראָמאַן פֿון ברײַען פּלאַצער, “בעד–סטײַ ברענט”, איז אַ געמיש פֿון װירקלעכקײט און פֿאַנטאַזיע. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין בעדפֿאָרד־סטײַװעסן (געקירטצט “בעד־סטײַ”), אַ געגנט אין ברוקלין װאָס איז אין די לעצטע יאָרן געװאָרן פּאָפּולער צװישן יונגע, לרובֿ װײַסע, פֿאַרמעגלעכע משפּחות און ציט צו היפּשע אינװעסטיציעס אין די וווינונגען. די פּרײַזן אױף הײַזער און דירה־געלט װאַקסן װי אױף הײװן, און די אַלט־געזעסענע אָרעמע אַפֿראָ-אַמעריקאַנער לאָקאַטאָרן װערן בהדרגה אַרױסגעשטופּט פֿון זײערע הײמען. די “פֿאַרגבֿירישונג” פֿון ניו־יאָרק (gentrification בלע”ז) איז גורם אַ סך סאָציאַלע פּראָבלעמען, װאָס פֿירן צו מאָל צו שאַרפֿע קאָנפֿליקטן און פּערזענלעכע טראַגעדיעס.

פּלאַצער און זײַן משפּחה האָבן זיך אַרײַנגעצױגן אין בעד־סטײַ מיט זיבן יאָר צוריק, אינעם סאַמע אַװאַנגאַרד פֿונעם רענעסאַנס פֿון דער געגנט. עד־היום לעבן זײ בשלום מיט זײערע אַפֿראָ–אַמעריקאַנישע שכנים, אָבער אינעם ראָמאַן צעשפּילט זיך פּלאַצערס שעפֿערישער כּוח־הדמיון. ער האָט בהתמדה שטודירט די געשיכטע פֿון ראַסן־מהומות אין אַמעריקע אין די אַלטע און נײַע צײַטן, און האָט געפּרוּװט זיך פֿאָרצושטעלן, װאָס װאָלט געקאָנט, חלילה, פֿאָרקומען אין אַזאַ פֿאַל אין זײַן געגנט. די ראַסע־שפּאַנונג האַלט זיך בהדרגה אין אײן בױען. די אַלטע תּושבֿים האָבן פֿײַנט זײערע נײַע פֿאַרמעגלעכע װײַסע שכנים און די פּאָליצײ, װאָס האַלט זיך אױף זײער צד. װען די פּאָליצײ דערהרגעט על־פּי צופֿאַל אַן אומשולדיק ייִנגל אױף דער גאַס, װערט די יוגנט אומרויִק און פּראָװאָצירט די פּאָליצײ אױף אַ שאַרפֿער רעאַקציע. בײדע צדדים װערן אַלץ מער אָנגעשפּאַנט און פּלוצעם צעפֿלאַקערט זיך אַ ווילדע מהומה.

פּלאַצער איז גאַנץ פּרעציז אין שילדערן די צעװיקלונג פֿונעם בלוטיקן ספּיראַל. אָבער דאָס איז בלױז דער הינטערגרונט פֿון זײַן ראָמען. די הױפּט־העלדן פֿון “בעד־סטײַ ברענט” זײַנען דװקא די מיטגלידער פֿון דער אױפֿקומעדיקער יונגע ייִדישע משפּחה, װאָס האָט געקענט זיך פֿאַרגינען צו קױפֿן אײנס פֿון די שענסטע אַלטע הײַזער אין געגנט. אהרן איז אַ געװעזענער ראַבײַ, װאָס האָט פֿאַרלױרן זײַן שטעלע איבער זײַן אַזאַרט–מאַניע. די דאָזיקע אַדיקציע האָט אים אָבער דווקא צוגעהאָלפֿן אין זײַן קאַריערע אין פֿינאַנץ־געשעפֿטן, װאָס האָט אים דערמעגעלכט צו קױפֿן אַ הױז פֿאַר 1.3 מיליאָן דאָלאַר. זײַן חבֿרטע אַמעליאַ איז אַ זשורנאַליסטקע, װאָס סטאַרעט זיך קונה־שם צו זײַן מיט אירע רעפּאָרטאַזשן און אַרטיקלען. זײ האָבן אַ פּיצל קינד, װאָס װערט געהאָדעװעט דורך אַ ניאַניע פֿונעם יאַמײַקער אָפּשטאַם.

דאָס דאָזיקע הױזגעזינד װערט אַטאַקירט פֿון זײערע אויפֿגערעגטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שכנים, װאָס װילן זיך נוקם זײַן פֿאַרן טױט פֿון זײערס אַ ייִנגל. פּלאַצערס דערצײלערישע טעכניק איז ענלעך אױף אַ פֿאַרלאַנגזאַמען פֿילם, זײַן שפּאַקטיװ גײט אַריבער פֿון אײן פֿיגור אױף דער אַנדערער און אַזױ אַרום האַלט ער אונטער די שפּאַנונג פֿון דער האַנדלונג. דער דערצײלער פּרוּװט זיך אַרײַנדרינגען אינעם אױפֿגערעגטן געדאַנקענגאַנג אי פֿון דער איבערגעשראָקענער אַמעליאַ, אי פֿון דער רעליגיעזער ניאַניע, אי פֿון די צעמישטע אַגרעסיװע אַפֿראָ–אַמעריקאַנער ייִנגלעך און מײדלעך. דער דאָזיקער דרײסטער קינסטלערישער עקספּערימענט איז ניט געװען צום האַרצן אײניקע רעצענזענטן. מײַקל דענזל סמיט אין “ניו־יאָרק טײַמס” האָט קריטיקירט דעם ראָמאַן פֿאַר זײַן “בלינדקײט” לגבי די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פּערסאָנאַזשן.

די דאָזיקע קריטיק איז לױט מײַן מײנונג ניט יושרדיק, װײַל עס זײַנען דאָ דרײַ לעבעדיקע, קאָמפּליצירטע און ביז גאָר פֿאַרשײדענע אַפֿראָ–אַמעריקאַנער געשטאַלטן. אָבער דעם מחברס כּװנה איז ניט געװען צו געבן אַ ליטעראַרישן באַריכט פֿון אַן אױסגעטראַכטע מהומה אין הסכּם מיט די רעדאַקטאָרישע פּרינציפּן פֿון זשורנאַליסטישער אָביקעטיװקײט. פּלאַצערס צוגאַנג איז אַ קינסטלערישער, און דערפֿאַר אַ סוביעקטיװער. ער האָט אַרײַנגעפֿלאַנצט זײַנע רעאַליסטישע פּערסאָנאַזשן אין אַן אױסגעטראַכטער עקסטרעמער סיטואַציע, כּדי צו אַנטפּלעקן געװיסע שטריכן פֿון זייער כאַראַקטער דורך זײערע רעאַקציעס און אױפֿפֿירונג. און אים האָט זיך טאַקע יאָ געלונגען צו שאַפֿן רעאַליסטישע ייִדישע געשטאַלטן פֿון זײַן דור. דאָס זײַנען יונגע ליבעראַלע ייִדן, װאָס זוכן זײער אָרט אין דער ריזיקער שטאָט ניו–יאָרק. זײ דאַרפֿן פֿון דאָס נײַ באַטראַכטן זײער באַציִונג צו ייִדישקײט, צו אַמעריקע, צו געלט, און צו זײער סבֿיבֿה.

װי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן שרײַבער, איז פּלאַצער גאַנץ קריטיש קודם–כּל לגבי זײַנע ייִדישע העלדן. עס איז דאָ אַ דעליקאַטע איראָניע אינעם כּלומרשט גוטן סוף, װאָס ברענגט ניט קײן לײזונג פֿון די פֿונדאַמענטאַלע פּראָבלעמען. אַהרן און אַמעליאַ האָבן באַקומען אַ נוץ פֿון דער טראַגישער דערפֿאַרונג, װאָס האָט זײ געהאָלפֿן צו באַנײַען זײערע קאַריערעס. און דװקא דאָס שטופּט דעם לײענער צו באַטראַכטן די גאַנצע מעשׂה פֿון דאָס נײַ. מען קאָן זיך טאַקע אָפּלערנען פֿון אַ טראַגישער דערפֿאַרונג און אַפֿילו אָננעמען זיך פֿאַר יענעמס קריװדע, אָבער די פּראָבלעם פֿון ראַסן־אומיושער װעט דאָס ניט לײזן.