עס מאַכט ניט אויס וווּהין מע איז געפֿאָרן דעם זומער, צי אין ניו־יאָרק, צי אין תּל־אָבֿיבֿ אָדער אַפֿילו אין מאָסקווע, האָט מען געהערט אויף שריט און טריט דאָס „רעגעטאָן‟־ליד „דעספּאַסיטאָ‟ (אויף שפּאַניש: פּאַמעלעך) פֿון לויִס פֿאָנזי און דעדי־יענקי. דאָס ליד, פֿון די פּאָפּולערסטע אין דער מענטשלעכער געשיכטע, האָט מען געזען 3 ביליאָן מאָל (יאָ, מיט אַ „ב‟) אויף יוטוב און איז געוואָרן דאָס פּאָפּולערסטע ליד אויף דער „בילבאָרד‟־רשימה אין 47 לענדער.
ווי עס גייט דאָס ווערטל: „ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך‟. „דעספּאַסיטאָ‟ האָט מען שוין איבערגעזעצט אויף העברעיִש, סײַ אין אַ בוכשטעבלעכן נוסח וואָס האַלט דעם גאַנץ גראָבן באַטײַט פֿונעם שפּאַנישן אָריגינאַל, סײַ אין אַ פֿרומען נוסח מיט אַן אַשכּנזישער הבֿרה, וואָס פּאַסט זיך גוט צו צום פֿאַרכאַפּנדיקן ריטעם פֿונעם „רעגעטאָן‟־ליד פּסוקים און אַנדערע הייליקע ווערטער.
לעצטנס קען דער פֿרומער ייִדיש־רעדנדיקער עולם אויך געניסן פֿון זײַן אייגענעם „דעספּאַסיטאָ‟: געזונגען דורך קלמי שוואַרץ און פּראָדוצירט דורך עטלעכע ריזן פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, באַזינגט דער ייִדישער נוסח די איבערלעבונגען אין אומאַן, וווּ צענדליקער טויזנטער ייִדן קומען זיך צונויף יעדן ראָש־השנה צו גיין אויף קבֿר־אָבֿות צום בראַצלעווער.
מוזיקאַליש איז דאָס ייִדישע ליד אויסערגעוויינטלעך. די ווערטער פּאַסן זיך פּערפֿעקט צו צום ריטעם אויף אַזוי ווײַט, אַז עמעצער וואָס האָט ניט געהערט לויִס פֿאָנזי און דעדי־יענקיס אָריגינעל ליד קען מיינען אַז דער ייִדישער נוסח איז די „עכטע סחורה‟ און אַז דווקא די „רעגעטאָן‟־זינגער האָבן עס נאָכגעמאַכט.
להיפּוך צו מרדכי בן־דודס „ייִדן‟ אין די 1980ער יאָרן, וואָס האָט אויסגענוצט דעם ניגון פֿון אַ דײַטשישן פּאָפּ־ליד „דזשענגיס כאַן‟, ווייסן אַלע, פֿון וואַנען עס שטאַמט „דעספּאַסיטאָ‟. אין די קאָמענטאַרן צום „יוטוב‟־ווידעאָ פֿונעם ייִדישן ליד דעבאַטירט מען דעם ייִדישן נוסח. געוויסע קאָמענטאַטאָרן זענען בײַ דער מיינונג, אַז ער איז צוליב דער אויסגעלאַסנקייט פֿון די אָריגינעלע שפּאַנישע ווערטער, אַ חילול־השם, בפֿרט אַז דאָס ליד קומט אַרויס ערבֿ ראָש־השנה. אַנדערע האַלטן פֿאַרקערט, אַז ס׳איז דווקא אַ קידוש־השם ווײַל עס שאַפֿט אַ געלעגנהייט פֿאַר פֿרומע ייִדן צו געניסן פֿון דער מעלאָדיע בײַם טראַכטן וועגן דעם בראַצלאַווער.
ווי עס זאָל ניט זײַן, איז ניט קיין ספֿק: דער ייִדישער „דעספּאַסיטאָ‟ וועט זײַן, אַזוי ווי זײַן שפּאַנישער פֿאָרגייער, אַ גרויסער שלאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.