אויסשטעלונג: רעפּליקעס פֿון שילן צעשטערט אויף קרישטאָלנאַכט

Replicas of Shuls Destroyed in Kristallnacht on Display


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 24, 2017, issue of August 25, 2017.

קרישטאָלנאַכט וועט בלײַבן אײַנגעקריצט אין אונדזער פֿאָלקס־זכּרון אויף דורות. דערצו זײַנען מיר אַן אויסטערליש פֿאָלק וואָס האַלט חשבון מיט דער וועלט, אַן עם־הספֿר וואָס פֿאַרצײכנט און פֿאַרזיגלט נישט נאָר אונדזערע טרויער־טעג נאָר אויך געשעענישן וואָס רודערן אויף אונדזערע פֿאָלקס־זכרונות.

יענע בלוטיקע קרישטאָלנאַכט איז אויסגעפֿאַלן דעם 9טן נאָוועמבער 1938 אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און סודעטנלאַנד. זי וועט אויף אייביק פֿאַרבלײַבן נישט נאָר ווי אַ שאַנדפֿלעק אין דער דײַטשער געשיכטע, נאָר אויך קינס צײכן אויף די אַרומיקע פֿעלקער וואָס האָבן צוגעלייגט אַ האַנט אין אונדזער אומקום.

דער אַמעריקאַנער קינסטלער מאַרטין לויִס לעווין האָט זיך אונטערגענומען צוריקצוברענגען אויף אַ קינסטלערישן אופֿן הונדערטער רעפּליקאַציעס אין גלאָז און אין האָלץ פֿון יענע אַמאָליקע פֿאַרברענטע שילן. אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק געפֿינט זיך איצט אין פּאָמפּאַנאָ ביטש, פֿלאָרידע.

צווישן די עקספּאָנאַטן פֿון דער אויסשטעלונג קען מען זען אַ רעפּליקע פֿון רשי״ס שיל אין וואָרמס, דײַטשלאַנס, וואָס איז אויסגעבויט געוואָרן אין 1034. ווי לעווין דערציילט האָט מען אין פּילזען, די אַמאָליקע טשעכײַ, געהאַט בדעה אויפֿצושטעלן אַ שיל אין 1888, אָבער די קריסטלעכע שטאָט־פֿאַרוואַלטער האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט און געגעבן דערלויבעניש על תּנאי, די שיל זאָל נישט זײַן העכער פֿון דער קריסטלעכער קאַטעדראַלע. האָט מען אויסגעבויט די שיל אין 1899.

די „פּינקס־שיל‟ אין פּראָג, טשעכײַ וואָס איז אויסגעבויט געוואָרן אין 1535, איז ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן ווײַל היטלער האָט געהאַט בדעה צו נוצן דעם בנין פֿאַר זײַן „מוזיי פֿון אַן אויסגעמעקט פֿאָלק.‟ דער ימח-שמוניק האָט אויך געהאַט אין זינען אויפֿצושטעלן אַ מוזיי פֿונעם אויסגעמעקטן פֿאָלק אין פֿראַנקפֿורט. אַנשטאָט דעם איז ער אַליין אויסגעמעקט געוואָרן פֿון דער בני־אדם. הײַנט שטייט די „פּינקס־שיל‟ לזכר די אומגעקומענע קרבנות, מיט פֿאַרצייכנטע חתימות פֿון 77,297 פֿון באָהעם־מאַראַווער ייִדן אומגעקומענע אין צײַט פֿונעם חורבן. די ווענט זײַנען באַצירט מיט 400 צײכענונגען וואָס די קינדער פֿון טערעזין האָבן איבערגעלאָזט איידער מע האָט זיי אומגעבראַכט.

צווישן די רעפּליקעס פֿון די שילן, האָט לעווין אויך פֿאַרצײכנט אין זײַן קונסטווערק די באַדן־באַדן סינאַגאָגע, די דאַרמשטאַדטער שיל, די האָעכסט שיל, די לאַופֿערסוועלער שיל, דאָס פֿרײַבורג־געבעטהויז, צווישן אַנדערע, און דאָס בלויז אין דײַטשלאַנד.

לעווין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1948 און וווינט הײַנט אין פֿלאָרידע. ער ווייסט גאַנץ גוט אַז מע קען נישט צוריקברענגען דאָס וואָס מע האָט אָנגעוווירן, נישט אונדזערע קדושים און נישט אונדזער הייליקע געבעט־הײַזער, און זאָל עס פֿאַרצײכנט ווערן פֿאַר דער געשיכטע אַז עס זײַנען חרובֿ געוואָרן במשך פֿון דער קרישטאָלנאַכט אַן ערך 1,700 שילן אין משך פֿון בלויז 48 שעה מיט דער הילף פֿון די פּאָליאַקן, טשעכן, רומענער, בולגאַרער, רוסן און אוקראַיִנער. דער קינסטלער לעווין האָט אויסגעלאָזט די ליטווינער, רומענער און אונגאַרער.

איך הער נישט אויף צו באַוווּנדערן נישט נאָר דעם קינסטלער בעצמו ובכבֿודו, זײַן אַרבעט, זײַן טיאָכקע אין האַרצן ווען עס איז געקומען צום פֿאַרצײכענען אונדזערע אומגעקומענע שילן, נאָר דורך אים בין איך אַנטציקט אויפֿדאָסנײַ וואָס אונדזער ייִדיש פֿאָלק, מיט אַלע מעלות און חסרונות, פֿאַרמאָגט פֿאָרט אַן אײַזערנעם זכּרון וואָס שייך אונדזער גײַסטיקן און פֿיזישן פֿאַרמעג.

איך ווינטש אַלע אונדזערע לייענער אַ גוט געזונט יאָר און שלום על כּל ישׂראל.