דאָס נײַע אַקאַדעמישע יאָר הייבט זיך באַלד אָן. וואָס שייך ייִדיש, דאָ אין וואַרשע, האַלטן מיר אַ ביסל שמאָל, ספּעציעל וואָס שייך די אַוואַנסירטע קלאַסן.
נעמט, למשל, דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט. דער אַנילעוויטש־צענטער אויפֿן וואַרשעווער אוניווערסיטעט גיט קלאַסן פֿון ייִדיש פֿאַר אָנהייבערס און מיטעלע, אָבער קיין שום קלאַס נישט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ קלאַס וווּ מען לייענט ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן איז נישטאָ בכלל אויפֿן וואַרשעווער אוניווערסיטעט. אַז איך האָב נישט קיין טעות, איז אַפֿילו נישטאָ קיין קלאַס פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין איבערזעצונג.
דער ייִדיש־צענטער בײַ דער שלום־פֿונדאַציע גיט יאָ אָן אַ קלאַס אין דער ייִדישער ליטעראַטור און דווקא אויף ייִדיש, נאָר וואָס זשע? די צאָל תּלמידים איז הײַיאָר מסתּמא נאָך קלענער ווי מיט אַ יאָר־צוויי צוריק.
עס זעט אויס אַז מיט לימודים, אַזוי ווי מיט בגדים, שפּילט די מאָדע אַ וואַזשנע ראָלע. נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק איז ייִדיש געווען „קול” ווי מען זאָגט עס אין אַמעריקע. הײַנט, אַ סך ווייניקער.
יש אומרים אַז דער ייִדישער מוזיי — פּולין שאַפֿט אַ שטיקל קאָנקורענץ פֿאַר די ייִדיש־קלאַסן. מענטשן וואָס ווילן האָבן אַ טעם פֿון ייִדישקײט קענען קומען אויף די פֿאַרשיידענע לעקציעס, אויסשטעלונגען און וואַרשטאַטן וואָס דער מוזיי אָרגאַניזירט. פֿאַר די וואָס ווילן זיך נישט איבעראַרבעטן איז דאָס אפֿשר אַ מער אַטראַקטיווע ברירה ווי די ייִדיש שפּראַכקורסן.
סטאַניסלאַוו (שלמה) אַראָנסאָן איז אַלץ וואָס אַ ייִד קען בשום־אופֿן נישט זײַן — לויט די השׂגות פֿון אַ סך פּאָליאַקן, פֿאַרשטייט זיך.
אַראָנסאָן — וואָס נישט קיין סך מענטשן קענען אין ישׂראל — איז אין פּוילן ממש אַ מעדיאַ־סטאַר. לעצטנס האָט ער אַפֿילו באַשיינט דעם שער-בלאַט פֿון דער גרויסער פּוילישער צײַטונג “גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ”.
כּל־זמן פּוילן איז געווען קאָמוניסטיש, האָט מען געלויבט אין הימל אַרײַן נאָר די אַזוי גערופֿענע „אַרמיאַ לוּדאָוואַ”, דאָס הייסט די פּוילישע אַרמיי וואָס האָט געקעמפֿט קעגן די דײַטשן און איז געווען אונטער סאָוועטישן קאָנטראָל.
די צווייטע, רעכט־געשטימטע אַרמיי, די אַזוי גערופֿענע „אַרמיאַ קראַיאָוואַ”, איז בײַ די קאָמוניסטן געווען טריף־פּסול. זיי האָבן, למשל, דערמאָנט דעם פֿאַקט אַז די ”אַרמיאַ קראַיאָוואַ” איז געווען צום טייל אַנטיסעמיטיש און האָט דערמאָרדעט ייִדן בשעת און אַפֿילו נאָך דער מלחמה.
אַ סך פּאָליאַקן טענהן אַז די רעכט־געשטימטע זענען געווען אַנטיסעמיטיש ווײַל די ייִדן זענען געווען פֿאַרברענטע קאָמוניסטן. במילא האָבן די פּאָליאַקן געמוזט קעמפֿן קעגן זיי.
סטאַניסלאַוו אַראָנסאָן איז אָבער אַ לעבעדיקע ראיה אַז ס׳איז נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן. ס׳רובֿ פּוילישע ייִדן זענען נישט געווען קיין קאָמוניסטן. אַראָנסאָן אַליין איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ הייסער פּוילישער פּאַטריאָט און אַ פֿאַרברענטער אַנטי־קאָמוניסט. ער איז געווען אַ פּאַרטיזאַן און דווקא אין דער רעכט־געשטימטער “אַרמיאַ קראַיאָוואַ”.
אַראָנסאָן דערציילט אינעם אינטערוויו ווי ער איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן בעת אַן אַקציע פֿון דער „אַרמיאַ קראַיאָוואַ”. מיט אַ פֿאַרבלוטיקט פּנים איז ער אַנטלאָפֿן פון די ווערמאַכט סאָלדאַטן און איז אַרײַן אין אַ בנין אין מיטן וואַרשע. ער דערציילט אַז ער האָט געקלאַפּט אויף די טירן פֿון אַלע דירות אויף אַלע גאָרנס, געבעטן מען זאָל אים אַרײַנלאָזן ער זאָל זיך קענען וואַשן דאָס פּנים. קיינער האט אים נישט אַריינגעלאָזט. קיינער, פֿאַרשטייט זיך, האָט נישט געוווּסט אַז ער איז אַ ייִד. געזען האָבן זיי אָבער, אז ער איז אַ פּוילישער פֿרײַהײַטס קעמפֿער.
די דאָזיקע מעשה צעשטערט עטעלכע באָבע־מעשׂיות וואָס מיר הערן די טעג אין פּוילן. דאָס וואָס די ייִדן האָבן נישט געקעמפֿט, אַ טענה וואָס מען הערט סײַ פון ייִדן סײַ פֿון פּאָליאַקן. אַן אַנדערע פֿאַלשע טענה איז אַז ייִדן וואָס האָבן יאָ געקעמפֿט האָבן דאָס געטאָן פֿאַר די קאָמוניסטן. דער לעצטער מיטאָס וואָס מיר הערן די טעג איז דאָס וואָס דאָס רובֿ פּאָליאַקן האָבן געקעמפֿט מיט גבֿורה און מוט קעגן די דײַטשע אָקופּאַנטן.
גוט וואָס דער 92־יאָריקער אַראָנסאָן איז אין אַ גוטן צושטאַנד און קען אונדז דערציילן דאָס וואָס כּמעט קיינער דערצייילט אונדז נישט — דעם אמת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.