אַראָפּגענומען פֿון דער ביכער־פּאָליצע אַ זאַמלונג קורצע דערציילונגען אַבֿרהם רייזענס און זיך דערמאָנט, וויפֿל ס׳איז נאָך דאָ ייִדישע ליטעראַטור, וואָס מע מוז לייענען…
רייזען איז געווען נישט נאָר אַ שרײַבער, נאָר אויך אַ טוער און אַן אמתער ייִדישיסט. וועגן דעם קען מען לייענען באַריכות אין דער לענגערער ביאָגראַפֿיע זײַנער, געשריבן פֿון ד״ר אליהו שולמאַן, וואָס געפֿינט זיך אינעם „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור“. דאָ איז כּדאַי זיך אָפּצושטעלן אויף דעם ווי, מיט ד״ר שולמאַנס ווערטער, רייזען „באַציט זיך מיט טיפֿער סימפּאַטיע צו די אָרעמע און גערודפֿטע, אָבער היט זיך פֿון אויסדריקן שׂינאה צו זײַנע געשילדערטע סימפּאַטישע טיפּן“.
נעמט, אַ שטייגער, זײַן „איך און די וועלט“: „ווען די גאַנצע וועלט וואָלט לײַדן / מיר אַליין זאָל גוט זײַן בלויז / […] איך וואָלט טרייסטן זי און צערטלען / און געזאָגט: ניט זאָרג זיך, וועלט!“
אין דעם באַנד וואָס כ׳האַלט איצט אין דער האַנט איז דאָ אַ דערציילונג „פֿאַרשפּעטיקט“, וועגן אַן אָרעמען פּויער וואָס פֿאַרדינט אַלע יאָר פֿון ברענגען שטעטלשע ייִדן סכך אויף סוכּות. הײַיאָר, אָבער, איז געווען אַ טעות אין חשבון, ברענגט ער דעם סכך ערשט דעם ערשטן טאָג יום־טובֿ. לאַכן פֿון אים די ייִדן: אַזאַ נאַר, ברענגט סכך אום יום־טובֿ! אָבער אַז זיי כאַפּן זיך ווי אומגליקלעך ער איז, באַשליסן זיי אים צו העלפֿן. אַזוי ווי אום יום־טובֿ טאָר מען אים פֿאַרן סכך נישט באַצאָלן, גיט מען אים אַוועק דאָס וואָס ער דאַרף: זאַלץ, זייף, טאַביק. דערפֿרייט זיך דער גוי און זאָגט זיי צו, אַז די טובֿה וועט ער זיי קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן. בײַם סוף, אָבער, גיט רייזען צו אַ טרויעריקע נאָטע: אַז איין ייִד באַמערקט, ווי גליקלעך זיי האָבן אים געמאַכט, זאָגט אַ צווייטער: „וואָס האָסטו געוואָלט, ער זאָל דיך איצטער שלאָגן?“ אַז מע האָט דערהערט ס׳וואָרט „שלאָגן“ האָט מען זיך אַ ביסעלע דערשראָקן, וואָרן פּאָגראָמען זענען דאָך ייִדן אין די מקומות נישט געווען פֿרעמד, און דעם זעלביקן פּויער האָט מען אויך געקענט אָנרייצן צו שלאָגן ייִדן. אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.
מיטגעפֿיל פֿאַר אומגליקלעכע איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור. נישט נאָר בײַ רייזענען, פֿאַרשטייט זיך: „דאָס ליד פֿון ברויט“ פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, וואָס ער איז דאָך אַליין געווען אַן אַדאָוואָקאַט און ווײַט נישט קיין פֿאָלקמענטש, איז בלויז איין משל דערפֿון. הײַנט די „סוועטשאַפּ־פּאָעטן“ — דוד עדעלשטאַט, מאָריס ראָזענפֿעלד א״אַ: אין זייערע לידער זוכן זיי סײַ פֿאַר זיך, סײַ פֿאַר אַנדערע מיטגעפֿיל — ראָזענפֿעלד איז דען געווען דער איינציקער האָרעפּאַשניק וואָס האָט זײַן קינד קיין מאָל נישט געזען קיין וואַכן?
וויל איך גלייבן, אַז נישט־געקוקט אויף דעם וואָס בײַ ייִדן זענען דאָ גענוג חזירים, וואָס קיין צווייטן ווילן זיי קיין מאָל נישט העלפֿן — איז די אמתע טראַדיציע בײַ ייִדן דאָס יאָ וועלן העלפֿן, סײַ אייגענע, סײַ פֿרעמדע, אָט אַזוי ווי אין רייזענס דערציילונג.
אין דעם שײַכות איז כּדאַי צו דערציילן ווי אין די קינדער־יאָרן איז מיר אויסגעקומען צו לייענען אַ ביכל אויף ענגליש א״ט „צדקה“, וווּ מע דערציילט וועגן מעשׂים־טובֿים פֿון אַבֿרהם אָבֿינוס צײַטן אָן. אינעם לעצטן קאַפּיטעלע רעדט זיך וועגן הרבֿ הענרי כּהן, פֿון אָנהייב 20סטן י״ה אין טעקסאַס, וואָס ער דערוויסט זיך פֿון אַ פּליט פֿון רוסלאַנד וואָס מע וויל אים נישט געבן קיין אַזיל, כאָטש אין דער היים וועט ער זײַן אויסגעשטעלט אויף טויטשטראָף. זוכט דער רבֿ פֿאַר יעדן פּרײַז אים צו ראַטעווען; סוף־כּל־סוף האָט, אָבער, דער רבֿ נישט קיין אַנדער עצה ווי פֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צום פּרעזידענט. זאָגט אים דער פּרעזידענט, אַז ס׳איז שוין פֿאַרפֿאַלן, יענעם וועט מען מוזן אָפּשיקן צוריק קיין רוסלאַנד. דער פּרעזידענט גיט אָבער צו, אַז ס׳מאַכט אַ רושם, ווי אַזוי ייִדן נעמען זיך אָן איינס פֿאַר ס׳אַנדערע. ענטפֿערט דער רבֿ, אַז יענער פּליט איז גאָר קיין ייִד נישט, נאָר דווקא אַ קריסט. חידושט זיך דער פּרעזידענט, אַז אַ ייִד איז גאָר געקומען מאָנען יושר פֿאַר אַ גוי?! באַשליסט ער, אַז ס׳איז דווקא נישט פֿאַרפֿאַלן, דעם פּליט וועט מען שוין יאָ געבן אַזיל. (מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער איז אויסגעקומען צו הערן אַ לעקציע פֿון איינעם הענרי כּהן פֿון טעקסאַס. נאָך דער לעקציע האָב איך אים געפֿרעגט צי ער ווייסט פֿון אַזאַ מעשׂה מיט הרבֿ הענרי כּהן. „אַוודאי“, האָט ער געענטפֿערט, „דאָס איז דאָך געווען מײַן זיידע“.)
נאָך דוגמות פֿון דעם מין: ייִדישע אָרגאַניזאָציעס צו העלפֿן ייִדישע פּליטים, ווי דער „היאַס‟ אָדער די „אַנטידעפֿאַמאַציע ליגע“ נעמען זיך נישט נאָר אָן פֿאַר ייִדן, נאָר פֿאַר באַעוולטע און אומגליקלעכע פֿון וואָסער פֿאָלק ס׳זאָל נישט זײַן. איינער פֿון די מאָמענטן וווּ כ׳בין געווען צום מיינסטן שטאָלץ סײַ וואָס כ׳בין אַ ייִד, סײַ וואָס כ׳בין אַן אַמעריקאַנער איז געווען אין די 1980ער יאָר, ווען מע האָט זיך סוף־כּל־סוף אַרומגעזען, אַז דאָס אינטערנירן יאַפּאַנער־אַמעריקאַנער בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען אַ גרויסע עוולה און אַז מע דאַרף זיי אויף עפּעס אַן אופֿן איבערבעטן. צווישן די קאָנגרעסלײַט, וואָס זיי האָבן זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן קאָמפּענסאַציע פֿאַר די אַמאָליקע געליטענע, זענען נישט נאָר געווען די פֿון יאַפּאַנישן אָפּשטאַם, נאָר אויך אַ ייִד פֿון פֿלאָרידע, וואָס בײַ אים איז אַ קריוודע געווען אַ קריוודע, נישט שייך צו וואָסער פֿאָלק מע געהערט. אָט דאָס הייסט בײַ מיר זײַן אַ מענטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.