„פּולין‟־מוזיי באַקומט אויסצייכענונג פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד

Polin Museum Receives EU Award


פֿון ייִט״אַ, „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 29, 2017, issue of August 25, 2017.

„פּולין‟, דער מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿונעם פּוילישן ייִדנטום, האָט לעצטנס באַקומען אַ חשובֿע פּרעמיע פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿאַר אַ פּראָיעקט וואָס שטיצט אונטער די ייִדישע קולטור־ירושה.

די „אייראָפּע נאָסטראַ‟־פּרעמיע (אונדזער אייראָפּע) האָט מען צוגעטיילט אויף אַ צערעמאָניע בײַם וואַרשעווער מוזיי. דער פּראָיעקט, „די ייִדישע קולטור־ירושה‟, האָט מען דורכגעפֿירט צוזאַמען מיט נאָרוועגיע, כּדי צו געבן אָנטיילנעמער די געלעגנהייט צו באַטראַכטן די ווירקונג פֿון דער ייִדישער קולטור אויפֿן לעבן אין פּוילן און נאָרוועגיע. אַרום 3,500 אונטערנעמונגען אין 240 ערטער זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אין שײַכות מיטן פּראָיעקט פֿון 2013 ביז 2016. 82% פֿון די אָנטיילנעמער האָבן באַשטעטיקט, אַז זיי האָבן אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿונעם ייִדישן אַמאָל אַ דאַנק דעם וואָס זיי האָבן אָנטייל גענומען אין דער פּראָגראַם.

„הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין די געשעענישן וואָס מיר האָבן אָרגאַניזירט, און מיליאָנען מענטשן האָבן אָנטייל גענומען דורך דער אינטערנעץ,‟ האָט דאַריוש שטאָלאַ, דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, געזאָגט.

„עס וואָלט ניט געווען מעגלעך אָן דער האָרעוואַניע פֿון אונדזערע אַרבעטער און אונדזערע נאָרוועגישע שותּפֿים. די דאָזיקע אויסצייכענונג געהערט זיי אַלעמען.‟

דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד טיילט אויס די אויסצייכענונג „אייראָפּע נאָסטראַ‟ יענע אינסטיטוציעס, וואָס שטיצן אונטער די אייראָפּעיִשע קולטור־ירושה. זי איז די וויכטיקסטע אויסצייכענונג אויפֿן סמך פֿון קאָנסערווירן, פֿאָרשן, דערציִען, און אויסשולן נײַע פֿירער אין שײַכות מיט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. הײַיאָר האָט מען צוגעטיילט די פּרעמיע 29 אינסטיטוציעס אין 18 לענדער.