בעת מײַנע קינדעריאָרן אין בוענאָס־אײַרעס אין די 1940ער, בין איך געווען אַ יונגער תּלמיד אין דער י. ל. פּרץ שול וואָס האָט געהערט צו די היגע, איבערגעגעבענע בונדיסטן. קיין סך געדענק איך נישט פֿון יענע צײַטן, אָבער צוויי „ראָזשינקעס” זענען מיר יאָ פֿאַרבליבן טיף אײַנגעקריצט אין זכּרון.
אַ געוויסן טאָג האָב איך אַהיימגעבראַכט אַ קליין, גרין קישעלע אַרײַנצושטעקן נאָדלען, וואָס מיט מײַנע הענטעלעך האָב איך געהאַט אויפֿגענייט אין קינדערגאָרטן. אין יענע יאָרן זענען נאָך געווען אַ סך פֿרויען וועלכע האָבן אויסגענייט מלבושים און אַזאַ קישעלע האָט זיי געקומען צונוץ. ניט נאָר פֿרויען. מיין פֿאָטער זישע ע״ה איז געווען אַ שנײַדער, איינע פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע מלאכות בײַ ייִדן. האָט ער מײַן געשאַנק אויפֿגעהאָנגען אויף אַן אָנזעעוודיק אָרט אין זײַן שנײַדער-וואַרשטאַט און קיין מער גליקלעך קינד ווי איך איז דעמאָלט ניט געווען. אַ ניי־קישעלע איז אויפֿגעהאָנגען אויף אַזאַ הויך, בכּבֿודיק אָרט. איבעריק צו זאָגן ווי שטאָלץ איז אויך דער פֿאָטער געווען פֿון זײַן פֿינף־יעריקן זינדעלע.
בײַ אונדז איז מען זיך ניט נוהג געווען אויפֿשטעלן אַ סוכּה, ווי עס איז בײַ פֿרומע ייִדן געווען. אלא וואָדען?… אַ געוויסן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַ ווענדפּונקט. פֿון קינדערגאָרטן האָב איך אַהיימגעבראַכט מײַן סוכּה, אייגנטלעך אַ גאָר קליין סוכּהלע, וועלכע כ’האָב דאָרט צונויפֿגעשטעלט. איבעריק צו זאָגן, אַז אויך פֿאַר אַזאַ „בוי־קאָנסטרוקציע” האָב איך זיך גענייטיקט אין אַ געטרײַער לערערקע וואָס זאָל מיר צושטעלן די ברעטעלעך און סכך און אָנווײַזן ווי אַזוי דורכצופֿירן די אַרבעט. כ’קאָן זיך הײַנט פֿאָרשטעלן, ווי „גרויס” און חשובֿ האָב איך זיך דעמאָלט געפֿילט, ווען כ’האָב בײַ מײַן משפּחה אײַנגעפֿירט די ערשטע סוכּה. זאָל די דאָזיקע באַשרײַבונג זײַן אַ דאַנקוואָרט־אויסדרוק פֿאַר יענע לערערקעס וואָס האָבן דורך אַזעלכע טעטיקייטן אײַנגעפֿלאַנצט אין אונדז פֿיל ליבשאַפֿט צום ייִדישן לשון און ייִדישע יום־טובֿים.
אַ קאַצן־שפּרונג און אין די זיבעציקער יאָרן קום איך קיין ישׁראל. כ’בין שוין אַ חתונה־געהאַטער און מיט מײַן באַשערטער, חנהן, זענען מיר אַרײַן אין דעם נײַ־אויפֿגעבויטן בנין אין צפֿון תּל־אָבֿיבֿ. מיר זענען געווען פֿון די ערשטע „חלוצים” אין בנין און די אַרומיקע לאַנדשאַפֿט איז נאָך געווען אַ זאַמדיקע. ניט ווײַט האָבן געלעבט בעדויִנער אין אַ געצעלט מיט זייער סטאַדע שאָף. באַלד נאָך אונדז זענען אַרײַן אַנדערע יונגע משפּחות, בעיקר סאַברעס, ביז דער גאַנצער בנין איז געווען באַפֿעלקערט.
און אָט קומט אָן דער יום־טובֿ סוכּות. אין ישׂראל איז דער יום־טובֿ גאַנץ אַנדערש ווי אין די תּפֿוצות. ניט נאָר פֿרומע נאָר אויך ישׂראלים פֿון אַ גאַנץ יאָר שטעלן אויף סוכּות און ווער עס קומט אַרײַן אין אַ וועלכן־עס־איז קוואַרטאַל וועט מן־הסתּם זיך אָנטרעפֿן מיט פֿילצאָליקע סוכּות אויפֿגעוואָקסן ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן. דעריבער קאָן מען זאָגן, ווערן כּמעט אַלע ישׂראלים, פֿרומע צי ניט־פֿרומע, ־אַקטיוו צי פּאַסיוו, דורכגעדרונגען מיטן יום־טובֿ אין וועלכן ייִדן, דערנעבן זייערע געבײַדעס, שטעלן אויף סוכּות על־פּי דין, (צומאָל אויך פּרע־פֿאַבריצירטע), באַפּוצטע פֿון אינעווייניק, וועלכע זענען פֿאַר קינדער די שענסטע אַטראַקציעס.
נאָר צוריק צו מײַן בנין און מײַן סוכּה — דאָס מאָל טאַקע אַן אמתע און שיין באַלויכטענע. און ווען די יונגע משפּחות מיט זייערע עופֿעלעך זענען אין די אָוונט-שעהען אַראָפּגעקומען פֿון פֿיר־שטאָטיקן בנין און זיך אַוועקגעזעצט אַרום טיש, איז עס געווען ממש אַ „פֿאַרגיטיקונג” פֿאַר אַלע מײַנע יאָרן וואָס כ’בין ניט געזעסן אין אַ סוכּה. אַזאַ פֿרייד האָט אונדז, עלטערן און קינדער, אַרומגענומען, אַז מיר האָבן דערפֿילט ווי מיר געהערן אַזש צו אַ שטאָטישן קיבוץ, צו אַ נײַער אויפֿוואַקסנדיקער קהילה.
אין דער סוכּה בין איך אַרײַן מיט מײַן משפּחה — און מיטן אַקאָרדעאָן. ס’איז אַזאַ אינסטרומענט וואָס אַנדערע כּלי־נגינה קאָנען אים מקנא זײַן. נאָך איידער מ’האָט אויסגעשפּילט דעם ערשטן קלאַנג איז שוין די אויפֿמונטערונג פֿון ציבור אַ גאָר שטאַרקע. ווי נאָר מ’זעט דעם אינסטרומענט איז עס ווי אַ התלהבֿות־אײַנשפּריצונג. דעם לידער־רעפּערטואַר האָב איך שוין געקענט פֿון מײַנע יאָרן אין דער יוגנט־באַוועגונג איידער כ’האָב עולה געווען. האָבן די פֿינגער און בלאָז־זאַק פֿון אינסטרומענט שוין געטאָן זייערס ווי געשמירט.
אַזוי האָט אָנגעהאַלטן אַ פּאָר יאָר, ביז פֿאַר איינעם פֿון די דערוואַקסענע קינדער פּאַסט שוין ניט צו זיצן מיט די צוציקעס, אָדער אַ פֿאָטער האָט עפּעס דרינגענדיקס צו דערליידיקן. איז וואָס, זאָל דער מוזיקער שפּילן פֿאַר אַ האַלב־ליידיקער סוכּה? פֿוילט מען זיך דאַן אַראָפּצוברענגען דעם אינסטרומענט.
קינדער זענען דערווײַל אויסגעוואַקסן און אַליין חתונה געהאַט. זיי האָבן שוין זייערע אייגענע קינדער און מיר, די אײַנוווינער פֿון יענעם בנין האָבן זיך אַרויסגעצויגן, און שוין אַליין געוואָרן יונגע זיידעס. קומט סוכּות און מ’דערמאָנט זיך אין יענער „גאָלדענער” תּקופֿה. וויל מען ניט אַז די הײַנטיקע קינדער זאָלן פֿאַרפֿעלן דעם יום־טובֿ סוכּות, ווי ס’איז פֿאַר אונדז געווען. נעמט מען אַראָפּ דעם שטויב פֿון אַקאָרדעאָן און מען איז שוין גרייט צו שפּילן און דערפֿרייען די משפּחה און שכנים. נאָר דאַן גנבֿעט זיך אַרײַן אַ ספֿק: צי איז דער אַמאָליקער לידער־רעפּערטואַר גילטיק פֿאַר די הײַנטיקע קינדער?
נו, דאָס וועל איך אײַך נאָך סוכּות שוין לאָזן וויסן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.