ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 03, 2017, issue of October 27, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּראָפֿעסאָר טענהט אַז דער מצבֿ פֿון די ייִדן אונטער דײַטשער אָקופּאַציע איז נישט געווען אַזוי שלעכט

פּראָפֿעסאָר טאָמאַש פּאַנפֿיל
פּראָפֿעסאָר טאָמאַש פּאַנפֿיל

וואָס איז אַזוינס אי־פּע־ען? דאָס זענען די ראשי־תיבֿות פֿאַר אינסטיטוט פּאמיענטשי נאַראָדאָווע. אויף ענגליש הייסט ער דער Institute of National Remembrance — דער אינסטיטוט פֿאַרן נאַציאָנאַלן אָנדענק.

דער דאָזיקער אינסטיטוט איז אַ מין פּוסק אחרון וואָס שייך דער פּוילישער געשיכטע. געשיכטע, זײַט וויסן, איז אַ וואַזשנע זאַך דאָ אין פּוילן.

לעצטנס האָט אַ היסטאָריקער פֿונעם דאָזיקן אינסטיטוט מיר ממש געעפֿנט די אויגן. איך האָב געגלויבט אַז דער חורבן איז געווען דאָס ערגסטע קאַפּיטל אין דער ייִדישער געשיכטע בכלל און אין דער געשיכטע פֿון מײַן משפּחה בפֿרט. נישט נאָר וואָס כּמעט מײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע — זיי האָבן פֿאַר דעם געליטן אוממענטשלעכע יסורים.

קומט אָבער אַ וואַזשנער פֿאָרשער פֿונעם דאָזיקן היסטאָרישן אינסטיטוט מיטן נאָמען פּראָפֿעסאָר טאָמאַש פּאַנפֿיל און געשריבן שוואַרץ אויף ווײַס אז דער מצבֿ פֿון די פּוילישע ייִדן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז נישט געווען אַזוי שלעכט.

אמת, גיט ער צו, די דײַטשן האָבן פֿאַרווערט די ייִדן צו אַרבעטן, געהייסן טראָגן אָרעם-בענדלעך מיט מגן-דודלעך, געלייגט אויף זיי שווערע שטײַערן אָבער מען האָט זיי דערלויבט צו שאַפֿן אויטאָנאָמישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — די יודן־ראַטן.

די פּאָליאַקן האָבן די דײַטשן פֿאַרווערט צו שאַפֿן אַזעלעכע אָרגאַניזאַציעס, באַטאָנט פּראָפֿעסאָר פּאַנפֿיל.

דער חשובֿער פּראָפֿעסאָר דערמאָנט מיך אין אַ ווערטל פֿונעם אײַזערנעם קאַנצלער, אָטאָ פֿון ביזמאַרק: „דרײַ מאָל הונדערט פּראָפֿעסאָרן — אוי, היימלאַנד ביסט שוין אַ פֿאַרלוירנס!‟ אין אַנדערע ווערטער, איידער אַזאַ וויסנשאַפֿט, איז שוין בעסער עם־האָרצות.


ייִדישע קונים ווילן הײַנט גיכער עסן מיטלענדישע מאכלים ווי פּויליש־ייִדישע

דער קוכער, יעקבֿ (קובֿא) כאָיעצקי
דער קוכער, יעקבֿ (קובֿא) כאָיעצקי

„בוקר טובֿ” מיינט, ווי מיר אַלע ווייסן, גוט מאָרגן. בוקר טובֿ מיינט אויך „בראָנטש‟ (אַ שפּעטן פֿרישטיק) אינעם ייִדישן צענטער אין וואַרשע.

דער קוכער, יעקבֿ (קובֿא) כאָיעצקי, דערציילט אַז אַמאָל האָט ער צוגעגרייט מער פּויליש־ייִדישע געקעכצן, ווי למשל געפֿילטע פֿיש, טשאָלנט, צימעס און אַזוי ווײַטער. נאָר וואָס זשע, דער הײַנטיקער ייִדישער עולם וויל האָבן דווקא מער מיטלענדישע מאכלים. ראשית־כּל, ווײַל זיי זענען געזינטער, והשנית, זיי שמעקן דעם מאָדערנעם עולם בעסער.

איז וואָס האָט דער סימפּאַטישער קוכער צוגעגרייט לעצטנס? אָט האָט איר, למשל, קאַרטאָפֿל־סאַלאַט מיט ציבעלע, געווירצן, קנאָבל און סאָס. „טוואָזשעק” איז אַ מאכל פֿון ווײַסן קעז מיט פּעטרישקע, קנאָבל, סעמעטשקעס און סומסום־קערעלעך. איר קענט אויך עסן מערן־סאַלאַט מיט קמיניק, קנאָבל, בוימל, כאַריסע, פֿעפֿער און פּעטרישקע.

קובֿא כאָיעצקי, ווי אַ סך אַנדערע קוכערס אין פּוילן, שעפּט אינספּיראַציע פֿאַר זײַנע מאכלים פֿון אַ פּרעכטיק בוך וואָס הייסט „ירושלים — דאָס קאָכבוך” געשריבן פון יותם אָטאָלענגי און סאַמי טאַמימי. דאָס בוך קענט איר לייענען אויף ענגליש, פּויליש אָדער העברעיִש.