איך האָב לעצטנס בײַ דער דיגיטאַלישער קאָלעקציע פֿון ייִוואָ, „אַפֿישן פֿון די ׳די־פּי׳־לאַגערן‟, געפֿונען אַ גאָר אינטערעסאַנטן בײַשפּיל דערפֿון: אַ פֿאַרבעטונג אויף אַ באַל, אָרגאַניזירט פֿונעם קרן־קיימת, שׂימחת־תּורה, זונטיק דעם 16טן אָקטאָבער 1949.
ווי איר קענט אַליין זען איז דער אַפֿיש געדרוקט אויף ייִדיש אָבער מיט לאַטײַנישע אותיות. פֿאַר וואָס? גלײַך נאָך דער מלחמה זענען פּשוט נישט געווען גענוג ייִדישע דרוקערײַען אין דײַטשלאַנד, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער אָ „די־פּי‟־לאַגער. דערצו האָבן אַ טייל פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע לעבן געבליבענע נישט געקענט דעם אַלף־בית. אַ סך ייִדן וואָס האָבן פֿאַרן חורבן נישט געקענט קיין ייִדיש האָבן זיך אויסגעלערנט דאָס לשון פֿון אַנדערע ייִדן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער.
כאָטש אַ סך פֿון די ייִדן אין די „די־פּי‟־לאַגערן זענען געווען ציוניסטיש געשטימט — און בפֿרט די וואָס וואָלטן געקומען אויף אַן אונטערנעמונג פֿונעם קרת־קיימת — איז זייער טאָגטעגלעך לשון געווען ייִדיש. כּמעט אַלע „די־פּי‟־פּובליקאַציעס זענען געווען אויף ייִדיש; ס׳רובֿ פֿונעם שול־קוריקולום איז געווען אויף ייִדיש און די טעאַטער־אויפֿפֿירונגען זענען אויך געווען אויף מאַמע־לשון.
אויפֿן שילד וועגן דעם באַל שטייט געשריבן אַז ער הייבט זיך אָן 8:30 אין אָוונט אין די פּרעכטיקע זאַלן פֿונעם דײַטשישן טעאַטער־קאַפֿע אויף 13 שוואַנטאַלער גאַס, דורכן „זענדלינגער טאָר‟ — אַ שטאָטטויער בײַם אַרײַנגאַנג צום אַלטן קוואַרטאַל אין מינכן, דײַטשלאַנד.
דער אַפֿיש רעקלאַמירט אַ פֿולע קינסטלערישע פּראָגראַם מיט „די בעסטע ייִדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלער‟: דרײַ באַרימטע דזשעז־אָרקסעטערס, טעאַטער־סצענקעס, הומאָר, סאַטירע, געזאַנג, מוזיק און טענץ. און דערצו — אַ געשמאַקער און ביליקער בופֿעט. מע מעלדט אויך אַז מע וועט אויסטיילן דרײַ פּריזן פֿאַר דער געווינערין פֿון אַ שיינקייט־קאָנקורס.
אינטערעסאַנט איז אַז דער באַל איז פֿאָרגעקומען אינעם „דײַטשן טעאַטער־קאַפֿע‟ אין צענטראַל מינכען, זייער נאָענט צום טרויעריק באַרימטן בירזאַל וווּ נאַציס פֿלעגן פֿאַרברענגען און פֿון וואַנען היטלער האָט אָנגעהויבן זײַן פּוטש צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט אין 1923. דווקא דאָרט האָבן די ייִדן אין 1949 געפּראַוועט שׂימחת־תּורה און זיך געפֿרייט מיט דער נײַער ייִדישער מדינה.
דער „דײַטשער טעאַטער‟ איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1896. אין מאַרץ 1943 איז דער בנין צעשטערט געוואָרן פֿון די אַמעריקאַנער באָמבאַרדירונגען. געבליבן איז בלויז דער נעאָ־באַראָקישער „זילבערנער צימער‟. אַ פּנים אין יענעם צימער האָט מען דורכגעפֿירט דעם באַל.
און ווער זענען געווען די „בעסטע ייִדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלער‟ וואָס דער אַפֿיש דערמאָנט? איר וועט באַמערקן אַז אונטער יעדן אַרטיסטס נאָמען שטייט זײַן אַפֿיליִאַציע. אַ טייל האָבן געהערט צו דער MIT, די ראָשי־תּיבֿות פֿונעם „מינכנער יודישעס טעאַטער‟ — די באַקאַנטסטע טרופּע אין יענעם טייל פֿון דער אַמעריקאַנער זאָנע. די טרופּע האָט עקזיסטירט צווישן 1946 און 1949, ביז ס׳רובֿ פֿון אירע מיטגלידער האָבן עולה געווען אין דער נײַער ייִדישער מדינה.
אונטן זעט איר איינעם פֿון די אַרטיסטן אויסגערעכנט אינעם אַפֿיש — רחי [ראַכי] בערמאַן — אין איינעם מיט אַ צווייטן אַקטיאָר, סעווערין שערלינג, אין אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „שלמה מולכו‟ אינעם מינכער „די־פּי‟־לאַגער.
מע געפֿינט די נעמען פֿון די אַרטיסטן אינעם באַל אויך אין די אַפֿישן פֿון אַנדערע פֿאָרשטעלונגען אינעם לאַגער. אין אַ פּלאַקאַט פֿאַר דער פּרעמיערע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני־לעמל‟, שפּילן פֿינף פֿון די באַטייליקטע אינעם באַל: דוד ראָגאָוו, רחי בערמאַן, רחל אַנטופּיצקי און דער טענצער מאַקס מיקסער.
אין נאָך אַן אַפֿיש פֿאַר אַן אָוונט פֿון באַלעט, רעקלאַמירט מען די שטערן מאַקס מיקסער, „דער בעסטער ייִדישער טענצער‟ פֿון די מאָסקווער און וואַרשעווער אָפּערע־הײַזער, און זײַן פּאַרטנערין, דאַגמאַראַ, פֿון דער „לאָנדאָנער קאַסינאָ‟.
וועגן צוויי פֿון זיי — שמאי ראָזענבלום און דוד ראָגאָוו — איז כּדאַי צו דערציילן אַ ביסל ווײַל זייערע געשיכטעס סימבאָליזירן די באַנײַטע כּוחות בײַ דער שארית־הפּליטה נאָכן חורבן.
שמאי ראָזענבלום (1914־1978) איז געווען אַ תּלמיד אין דער סאָכעטשעווער ישיבֿה אין לאָדזש און איז שפּעטער געוואָרן אַ ציוניסט און אַקטיאָר. ער האָט אויפֿגעטראָטן אין לאָדזשער געטאָ, און נאָך דער ליקווידירונג פֿונעם געטאָ — אין די אומברענג־לאַגערן. דווקא דער אַכזריותדיקער נאַצי־פֿאַברעכער ד״ר מענגעלע האָט געראַטעוועט ראָזענבלום פֿון טויט ווײַל ער האָט דווקא הנאה געהאַט פֿון דער אַנטי־נאַציסטישער פּיעסע וואָס ראָזענבלום האָט זיך דערוועגט פֿאָרצושטעלן אין לאַגער.
נאָך דער מלחמה האָט ראָזענבלום גאַסטראָלירט איבער די „די־פּי‟־לאַגערן.
שפּעטער האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל וווּ ער האָט זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאַרשפּרייטן דעם אָנדענק פֿון די זעקס מיליאָן און בפֿרט מיט די לידער וואָס מע האָט געזונגען אין געטאָ און אין די לאַגערן.
אַ צווייטער אַרטיסט וואָס האָט זיך באַטייליקט אינעם שׂימחת־תּורה באַל, דוד ראָגאָוו (1915־2007), איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און שטודירט אין דער אָרטיקער טעאַטער־שול. זײַן ערשטער אויפֿטריט איז געווען אינעם ווילנער ליאַלקע־טעאַטער „מיידים‟. אין די אָנהייב 1940ער איז ער געווען אַ מיטגליד פֿון דער טרופּע אינעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין מינסק. פֿון 1946 ביז 1950 האָט ער אויפֿגעטראָטן אין די „די־פּי‟־לאַגערן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, נינאַ.
אין 1950 האָט ראָגאָוו זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק וווּ ער האָט געשפּילט אין מאָריס שוואַרצס קונסט־טעאַטער און שפּעטער — אין דער פֿאָלקסבינע. ער האָט געהאָלפֿן גרינדן די ווילנער לאַנדסמאַנשאַפֿט „נוסח ווילנע‟; געדינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די „ידיעות פֿון ייִוואָ‟ און געווען אַ מיטאַרבעטער פֿון יודל מאַרקס „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.