אפֿשר נישט צופֿעליק, דווקא אין די תּשרי־טעג, בין איך אויפֿגעפֿאַלן אויף בינעם העלערס לעצטן בוך, דער גײַסט פֿונעם שטורעם, וואָס איז אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 1992, זעקס יאָר פֿאַר זײַן טויט.
דאָס בוך האָט מיך פֿארחידושט פֿון כּמה־וכּמה טעמים. קודם־כּל, דערפֿאַר ווײַל דער פּאָעט פֿירט דאָ אָן אינטימע שמועסן מיט זײַן שאָטן, דער טויט, וואָס קאָן חלילה ווערן דער טויט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. צוואַנציק יאָר פֿריִער, אין זײַן רעפֿעראַט אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל (//www.yiddishbookcenter.org/collections/archival-recordings/fbr-274_4274/60th-anniversary-yehoash-branch-binim-heller-david-katz), האָט העלער געטענט אַז דווקא ישׂראל קאָן ווערן אַ נײַע ייִדישע היים פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור — ווײַל אַהער זײַנען געקומען אַ סך פֿון די שרײַבערס און פּאָעטן פֿון דער שארית־הפּליטה און דאָ קאָנען זיי שאַפֿן אַ בשותּפֿתדיקע סבֿיבֿה. צוואַנציק יאָר שפּעטער, ווען ער איז שוין אַלט און האַלט אין איין זיך געזעגענען מיט זײַנע חבֿרים, ייִדישע פּאָעטן, איז העלער מעט נישט אַזוי זיכער אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין דער ייִדישער מדינה.
אַ חוץ דעם האָב איך, לייענענדיק דאָס בוך, באַמערקט די נײַסטע פֿאָרמעס אין העלערס סטיל. העלער, וואָס פֿון כּמעט תּמיד אָן האָט געשריבן געגראַמטע לידער און געהאַלטן פֿון פֿערזן־ריטעם, האָט אין דעם בוך מוותּר געווען אויף זיי אַלע און געשריבן — כּבֿיכול — פּראָסט און פּשוט. דאָס האָט מיך דערמאָנט אין אַן אַנדערן פּאָעט פֿון העלערס דור, און דערצו זײַנעם אַ שכן: אָבֿות ישורון (1992-1904). כאָטש ישורון (אין דער אַלטער היים האָט ער געהייסן יחיאל פּערלמוטער) האָט געשריבן אויף העברעיִש, איז ייִדיש אַריין אין זײַנע לידער אויף אַ סך אופֿנים, סײַ ווערטער סײַ גראַמאַטיק, און זײַנע לידער זײַנען נישט ווייניקער דירעקט און דרייסט ווי העלערס לעצטע לידער. עס וואָלט געווען כּדאי צו פֿאָרשן די נאָענטקייט צווישן ביידע דיכטערס, אָבער דאָס מאָל וויל איך נאָר ציטירן איינס פֿון העלערס לעצטע לידער וואָס האָט נישט צו טאָן דווקא מיט די אָ ענינים, און הייסן הייסט עס „מײַן יורש אין פֿרעמדן יאָרטויזנט‟:
מײַן יורש אין פֿרעמדן יאָרטויזנט
וועט זוכן העברעיִשע ווערטער
אין מײַנע פֿאַרגעסענע לידער.
מײַן יורש אין דריטן יאָרטויזנט
וועט זוכן זײַן ייִחוס
אין שוואַרצע אַלטמאָדישע בילדער.
צי וועט ער געפֿינען אין שפּיגל
אַ שטריך פֿון מײַן פּנים?
איך פּרוּוו אים דערגרייכן
דורך ערבֿ־פֿאַרשטענדלעכע שורות,
איך שיק אים די ייִדישע ווערטער —
סימנים געהיימע,
געשרייען פֿון רעטונג און אימה.
דאָ בין איך געוואָרן נשתּומם און געטראַכט, אָן קיין שום צניעות: קאָן עס זײַן אַז בינעם העלער האָט געשריבן דאָס ליד פֿאַר מיר? אויב יאָ, הנני — איך בין דאָ, דעם וואָס דו האָסט זוכט. כ׳האָב דאָך איבערגעזעצט אַ סך פֿון העלערס לידער אויף עבֿרית. אפֿשר דאָ ווידמעט ער צו מיר, צו זײַן איבערזעצער וואָס זוכט כּסדר העברעיִשע ווערטער אין זײַנע כּמעט פֿאַרגעסענע לידער?
אין יאָר 1990, ווען העלער האָט געשריבן אָט די אָ שורות, בין איך צום ערשטן מאָל געווויר געוואָרן אָבֿות ישורונס לידער; ווען העלער איז געשטאָרבן אין יאָר 1998, האָב איך שוין אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, און ווען עס איז אַרויס דער אַלבאָם „די קרעניצע‟ מיט חוה אַלבערשטיין און די קלעזמאַטיקס אין יאָר 2000, האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט העלערס נאָמען (אין זײַן ליד „מײַן שוועסטער חיה‟). דאָס הייסט, ס׳איז מעגלעך אַז איך האָב אים אַ מאָל געטראָפֿן אין אַ ליטעראַרישן אָוונט אָדער אפֿילו סתּם אין אַ תּל־אָבֿיבֿער גאַס צי אין פּאַרק — ער איז דאָך אויך געווען אַ שכן.
אָבער אַזוי ווי מיט העלערן, אויך מיט מײַנע באָבע־זיידע האָב איך אָנגעהויבן רעדן ייִדיש ערשט נאָך דעם ווי זיי זײַנען שוין געווען אויף יענער וועלט. איך רעד צו די לידער פֿון בינעם העלער און אפֿשר רעדן זיי אויך צו מיר, און פֿון דעסט וועגן פֿירן מיר דאָך נישט קיין שום דיאַלאָג. און אַזוי איז עס כּמעט מיט די אַלע אַנדערע ייִדישע פּאָעטן (אַחוץ רבֿקה באַסמאַן בן חיים, זאָל זי מאריך־ימים זײַן). אַפֿילו אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איך האָב איבערגעזעצט עטלעכע פֿון זײַנע לידער ווען ער האָט נאָך געלעבט, האָב איך אים געקענט דער עיקר פֿון זײַנע ביכער און אים געזען נאָר צוויי מאָל, ביידע פֿון דער ווײַטנס.
דאָס הייסט, מײַן גרונטיקע באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדיש איז געווען מיט אַ שפּראַך וואָס האָט כּמעט נישט קיין קול. מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדיש קאָן מען אָנרופֿן ווי העלערס בוך פֿון יאָר 1975, „ביחידות‟. ייִדיש האָט זיך געגראַמט אין מיר מיט „יחידיש‟ (להיפּוך צו איציק פֿעפֿערס ליד).
איך בין געווען אַ ביסל אַ יוצא־דופֿנדיק, אַ קינד פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון דער אַלטער היים, אין דער נײַער צוקונפֿטיקער ייִדישער היים פֿון ישׂראל. ייִדיש איז געווען פֿאַר מיר, אפֿשר אפֿילו נישט־באַוווּסטזיניק, אַ מיטל זיך צו פֿאַרבינדן מיטן פֿאַרלוירענעם עבֿר. איך, וואָס האָב געהאַט געוויסע שוועריקייטן מיט קאָמוניקאַציע, האָב געפֿונען חן אין ייִדיש דווקא ווײַל זי איז ווייניק געווען אַ קאָמוניקאַציע־שפּראַך מיט מײַן סבֿיבֿה. אַדרבה: זי איז געוואָרן פֿאַר מיר אַ געהיימע שפּראַך וואָס שרײַט שטילערהייט מיט רעטונג און אימה.
ייִדיש איז אויך געווען אַ מין רעאַקציע אויף אַ קאָלעקטיוו פֿון סאַברעס און ציוניסטן; עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿון רעאַקציע אָבער ייִדיש בלײַבט דאָ, אין ישׂראל, אָריגינעל און עפֿעקטיוו. כאָטש איך האָב דעמאָלט קיין וואָרט נישט פֿאַרשטאַנען, געדענק איך נאָך ווי אין מײַנע קינדער־יאָרן האָבן עלטערע לײַט געשושקעט ייִדיש אין די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ. קיינער האָט מער נישט געזאָגט צו די ייִדיש־רעדער: „עבֿרי דבר עבֿרית!‟, אָבער יעדער איינער האָט געוווּסט אַז דאָ הערשט העברעיִש, און ייִדיש געהערט צו די באַזיגטע גלותדיקע ייִדן.
שפּעטער, ווען איך האָב שוין אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש, האָב איך פֿאַרשטאַַנען אַז איך בין מער נישט אַליין. פֿון זײַטיקע שטעגן זײַנען געקומען צו ייִדיש אַנדערע יחידים. פּלוצלינג האָט מען געהערט ייִדיש אויף אַ קול: אונדזערע טײַערע לערערס, אין „בית שלום עליכם‟ און אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָבן גערעדט צו אונדז און מיט אונדז ייִדיש, און עס זײַנען אויך געווען פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן וואָס מיר, תּלמידים, האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש. אין אונדז איז מקוים געוואָרן דאָס וואָס יחזקאל הנבֿיא האָט געשריבן: „והיו לאחדים בידך‟ (זיי זאָלן ווערן איינס אין דײַן האַנט). מיר, יחידים, זײַנען געוואָרן אַ ביסל ווייניקער עלנט אין אונדזערע דל״ת אמותן.
אָבער מיר דאַכט זיך אַז דאָס איז אַלץ נאָך געווען ווײַט פֿון די סבֿיבֿות וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין אַמעריקע, למשל. ווען איך הער וועגן ייִדיש־וואָך, ייִדיש־פֿאַַרם אאַז״וו, ווער איך גאָר מקנא. אַזעלכע געבענטשטע אינסטיטוציעס זײַנען נישטאָ בײַ אונדז, אין ישׂראל. מיר האָבן יאָ „יונג־ייִדיש‟ און אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קרײַזן, אָבער עס דאַכט זיך מיר אַז זיי האָבן נישט געשאַפֿן אַרום זיך ממשותדיקע קהילות ווי אין אַמעריקע. עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע סיבות דערפֿאַר, און אפֿשר דער עיקר איז — דאָס וואָס אין אַמעריקע, צווישן אַנדערע, איז ייִדיש אויך אַ מין ייִדישע אידענטיטעט (מ’קאָן עס רופֿן בקיצור: „ייִדענטיטעט‟), אַ בשותּפותדיקער ייִדישער שטאַם וואָס מע קאָן מיט דעם זיך אידענטיפֿיצירן, און בפֿרט אין אַ תּקופֿה וואָס יעדער איינער זוכט זײַן מקור. אַזוי שאַפֿט מען אַן איצטיקן ייִדיש, און אַפֿילו אַ צוקונפטיקע שפּראַך און סבֿיבֿה.
און דאָ, אין תּל־אָבֿיבֿ און אין מײַנע אויגן, בלײַבט ייִדיש אַ שפּראַך פֿון יחידים. ווי אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש (אַ שפּראַך וואָס איך האָב אויך זייער ליב) זע איך ייִדיש דער עיקר ווי אַ זעלטענער און טײַערער מיטל זיך צו פֿאַרבינדן מיט די וואָס לעבן און רעדן נישט מער מיט אונדז. אפֿשר איז אַלץ וואָס איך שרײַב דאָ אַ תּירוץ פֿאַר מײַנע שוועריקייטן מיט ייִדיש, פֿאַר מײַן צעקאַליעטשער שפּראַך. קאָן זײַן. אפֿשר איז עס נישט מער ווי די אמתע מעשׂה מיטן קרעמער פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. ווען מײַן מאַמע האָט אים געפֿרעגט נאָך פּסח צי ער האָט פֿאַרקויפֿט דעם חמץ האָט ער נעבעך געענטפֿערט: „ניין, ווײַל איך האָב נישט געפֿונען קיין גוי כּדי צו פֿאַרקויפֿן אים‟. אָט דאָס הייסט אַ תּירוץ פֿאַר דער באָבען: אין פֿאַרגלײַך מיטן קרעמער איז מײַן תּירוץ: איך האָב נישט געפֿונען קיין ייִדיש־רעדער מיט וועמען איך קען פֿירן אַ שמועס מיט אים.
אַוודאי זײַנען פֿאַראַן דאָ אין ישׂראל מעגלכקייטן צו רעדן ייִדיש, פּראַקטיצירן די גערעדטע שפּראַך. פֿון דעסט וועגן מיין איך אַז איך בין נישט דער איינציקער וואָס באַנוצט זיי נישט. כ׳האָב אַ חשד אַז איך בין נישט דער איינציקער דאָ אין ישׂראל וואָס איז געקומען צו ייִדיש פֿון די אָ סיבות וואָס כ׳האָב פֿריִער געשריבן. אפֿשר בין איך נישט אַזאַ אויסנאַם און מיר, ישׂראלדיקע ייִדישיסטן, האַלטן בדרך־כּלל די מײַלער פֿאַרמאַכט. דאָס איז נישט מער ווי אַ סבֿרה, וואָס מע דאַרף (אויב מע דאַרף) נאָך אַ סך באַאַרבעטן און פֿאָרשן. בכן זאָל עס בלײַבן דערווײַל אַ ווידוי פֿון אַ יחיד וואָס האָט געוואָלט אויסגיסן זײַן האַרץ בין כּסה לעשׂור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.