ד״ר יצחק (יאַן) שוואַרץ, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין לונד־אוניווערסיטעט אין שוועדן, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַן איבערזעצונג פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס „גרינער אַקוואַריום‟ — ניט אויף ענגליש אָדער אַן אַנדער „גרויסער‟ שפּראַך, נאָר אויף דעניש.
האָבנדיק אַליין געלייענט „גרינער אַקוואַריום‟ סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף דעניש האָט דער שרײַבער פֿון די שורות געפֿירט עטלעכע שמועסן מיט פּראָפֿעסאָר שוואַרץ וועגן דער איבערזעצונג.
פֿאַר וואָס אַזוינס דעניש? שוואַרץ, אַ דענישער ייִד, האַלט אַז דאָס איבערזעצן פֿון איין קליינער שפּראַך צו אַ צווייטער קען זײַן מער געראָטן ווי איבערזעצן צו איינער פֿון די „וועלטשפּראַכן‟. ער אַליין לערנט קורסן אין ייִדיש און אויף ייִדישע טעמעס; צווישן זיי — ייִדישע שפּראַך פֿאַר אָנהייבער און מיטעלע סטודענטן; אַ קורס פֿון חורבן־ליטעראַטור, און נאָך איינעם וועגן שלום־עליכם (די לעצטע צוויי אין איבערזעצונג).
ווער זײַנען די תּלמידים? מער ווי אַ העלפֿט — ניט־ייִדן, וואָס דריקן אויס פֿאַרשיידענע דערקלערונגען פֿאַר וואָס זיי האָבן דווקא באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש.
שוואַרצס ציל בײַם איבערזעצן ייִדישע ווערק אויף דעניש, ווי זײַן ציל בײַם לערנען אין אוניווערסיטעט בכלל, איז דווקא ניט אויסצוברייטערן דעם ניט־ייִדנס פֿאַרשטאַנד פֿון ייִדן, נאָר צו ברענגען צו אַ ברייטערן עולם די בעסטע ייִדישע ליטעראַרישע ווערק. דערפֿאַר האָט ער מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איבערגעזעצט אויף דעניש „טבֿיה דער מילכיקער‟.
איצטער צו דער איבערזעצונג גופֿא: דאָס בוך „גרינער אַקוואַריום‟ באַשטייט פֿון עטלעכע קאַפּיטלען. דער צווייטער הייסט אַליין „גרינער אַקוואַריום‟, און פֿאַרנעמט פֿופֿצן קורצע באַשרײַבונגען, סײַ דורך פּראָזע סײַ דורך פּאָעזיע, וועגן סוצקעווערס איבערלעבונגען במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די דערציילונגען זײַנען סוררעאַליסטיש, עטלעכע אויף אַזוי ווײַט אַז מע וואָלט גאָרנישט געוווּסט אַז זיי האָבן צו טאָן מיט דער טעמע, לכל הפּחות לויט דעם רעצענזענטס אייגענעם פֿאַרשטאַנד. זיי הייסן, למשל, „די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע‟, „די לעצטע פֿון אַלע בלינדע‟, „האָניק פֿון אַ ווילדער בין‟. (איך וועל אײַך אויסזאָגן אַ סוד: דער „גרינער אַקוואַריום‟ איז דער גיהנום). אָבער דער ערשטער קאַפּיטל באַשרײַבט בוכשטעבלעך סוצקעווערס לעבן פֿון 1941 ביז 1944, און אַזוי גיט ער אַ קאָנטעקסט פֿאַרן צווייטן טייל.
שוואַרצס נאָכוואָרט שילדערט סוצקעווערס פּערזענלעכע און שעפֿערישע געשיכטע, אינעם ראַם פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן. דאָס איז אפֿשר דער סאַמע וויכטיקסטער קאַפּיטל פֿאַר די לייענערס וואָס ווייסן נישט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, און בפֿרט וועגן איר אָפּרוף צום חורבן.
שוואַרצס איבערזעצערישער טאַלאַנט איז אויסערגעוויינטלעך. ער האָט עס פֿריִער באַוויזן אין „טבֿיה‟; איצט באַווײַזט ער עס אין „גרינער אַקוואַריום‟. ער האָט אַ געוואַלדיקן חוש פֿאַר שפּראַך־נואַנסן. אַ משל: סוצקעווער שרײַבט, „און אַוודאי ניט דעם סוד…‟ דאָס בוכשטעבלעכע דעניש וואָרט פֿאַר „סוד‟ איז hemmelighed. שוואַרץ נוצט נישט אַזאַ אומגעלומפּערטן אויסדרוק: ער שרײַבט gåde, וואָס באַטײַט „רעטעניש.‟ אויבערפֿלעכלעך זײַנען זיי נישט די זעלבע. אָבער אַז מע טוט אַ קוק אין דעם נײַעם שעכטער־ווישוואַנאַט/גלעזער ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך, געפֿינט מען אַז דער צווייטער טײַטש פֿון „סוד‟ איז „מיסטעריע‟, און אַזוי איז עס מיט gåde, אין גילדענדאַלס דעניש ווערטערבוך.
אַוודאי זײַנען אויך פֿאַראַן אויסדרוקן מיט אַ ייִדישן טעם וואָס ווערט פֿאַרלוירן אין איבערזעצונג; למשל, „תּרגום־לשון‟, וווּ שוואַרץ האָט נישט קיין ברירה אויסער aramaisk (אַרמיש), כּדי זײַן לייענערשאַפֿט זאָל פֿאַרשטיין.
און ווער וועט טאַקע זײַן די לייענערשאַפֿט? שוואַרץ וויל צוציִען דענער וואָס האָבן ליב ליטעראַטור און האָבן אַ חשק זי צו פֿאַרשטיין אין אַנדערע קולטורן. די דענישע סוף־וואָך־צײַטונג Weekendavisen האָט אָפּגעדרוקט אַ רעצענזיע וואָס הייבט זיך אָן אַזוי: „איז אַן איבערזעצונג פֿון דערציילונגען געשריבן פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם ייִדישן שרײַבער וויכטיק אויך פֿאַר דעניש־רעדנדיקע וואָס זענען נישט קיין ייִדיש־ענטוזיאַסטן? יאָ, קומט דער ענטפֿער פֿון דאַנעט…‟; און ווײַטער: „הײַנט איז סוצקעווער אָפּגעשאַצט ווי איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער אין דער ייִדישער שפּראַך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.‟ דער רעצענזענט אין Weekendavisen איז, אַ פּנים, מסכּים מיט שוואַרצס טעזע.
דער נישט־ייִדיש־רעדנדיקער רעצענזענט לויבט שוואַרץ פֿאַר זײַן באַניץ פֿון שפּראַך, בעת איינער וואָס קען יאָ ייִדיש, יאָ דעניש, האַלט אויך אַזוי. אפֿשר איז שוואַרץ גערעכט, אַז די בעסטע איבערזעצונגען קומען אַרויס פֿון איין קליינער שפּראַך צו אַן אַנדערער. און אפֿשר, לייענענדיק „גרינער אַקוואַריום‟, קומט מען צום אויספֿיר אַז די געראָטנסטע איבערזעצונגען קומען אַרויס פֿון די געניטסטע איבערזעצערס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.