אין וואַרשע איז אַרויס אַ נײַ בוך מיטן טיטל „מאַרעק עדעלמאַן — נישט־פּובליקירטע נאָטיצן פֿון וואַרשעווער געטאָ‟.
מאָנטיק, דעם צווייטן אָקטאָבער האָט דער ייִדישער צענטער בײַ דער שלום־פֿונדאַציע אײַנגעלאַדן דעם וואַרשעווער עולם אויף אַ טרעפֿונג מיט מאַרטינאַ רוסיניאַק־קאַרוואַט, די רעדאַקטאָרין פֿונעם בוך און אַלעקסאַנדער עדעלמאַן, מאַרעק עדעלמאַנס זון. אַלעקסאַנדער עדעלמאַן לעבט אין פּאַריז.
דאָס בוך איז דערווײַל אַרויס נאָר אויף פּויליש, די שפּראַך פֿון מאַרעק עדעלמאַנס רשימות. אָט איז אַ קליינינקער פֿראַגמענט וואָס גיט אײַך אַ באַגריף פֿונעם בוך. אויף זײַט צוויי און אַכציק לייענען מיר:
מיר גיבן אַרויס דער וועקער אין די ערשטע טעג פון דער אַקציע. מיר האָבן נישט געהאַט כּמעט קיין שום פּראָבלעמען מיטן דרוקן פֿונעם זשורנאַל. דרײַ זײַטלעך האָבן מיר געווידמעט אַן אַרטיקל פֿון אָזשעך. דעם זשורנאַל האָבן אונדזערע שליחים פֿאַרטיילט פּינקטלעך, ניט געקוקט אויף די טאָג־טעגלעכע לאַפּאַנקעס. זיי האָבן פֿאַרטיילט דעם זשורנאַל במשך פֿון איין טאָג. דער זשורנאַל האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם. דער „בונד‟ לעבט ווײַטער. כאָטש אויף עטלעכע שעה. געשעענישן קומען פֿאָר אַזוי גיך אַז ס’איז מיר שווער צו געדענקען וואָס האָט פּאַסירט מיט מיר ערשט הײַנט אין דער פֿרי, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם וואָס איז געשען מיט די חבֿרים. זאָשקאַ האָט געבראַכט די זשורנאַלן צוריק נאָך דעם וואָס מען האָט זיי געלייענט. די דײַטשן האָבן פֿאַרשיקט דרײַ פֿון אונדזערע לייענערס. דער וועקער איז אָנגעקומען מיט זיי קיין טרעבלינקע.
אַפֿילו אונדזער חדר האָט, עס זעט אויס, אַ שטיקל שײַכות מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די נײַע לערערקע — אין אַמעריקע וואָלט מען דאָס מסתּמא גערופֿן „היברו סאַנדיי סקול‟ — הייסט גאַבי גאָלדמאַן.
גאבי גאָלדמאַן איז אַ יונגע טענצערין און זינגערין. אין ישׂראל האָט זי געטאַנצט אויך אין דער באַרימטער „בת שבֿע טאַנצטרופּע‟.
אָבער וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט זי מיטן חורבן? איז אַזוי. מסתּמא האָט איר געהערט פֿונעם פּוילישן פּאָרפֿאָלק, דער דירעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער זאָאָלאָגישן גאָרטן און זײַן פֿרוי, וואָס האָבן באַהאַלטן ייִדן טאַקע בײַ זיך אין „זו‟, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָס פּאָרפֿאָלק, יאַן און אַנטאָנינאַ זאַבינסקי, זענען פֿאראייביקט געוואָרן אין אַ בוך און אַ פֿילם וואָס הייסן ביידע The Zookeeper’s Wife דהײַנו, „די פֿרוי פֿונעם זו־דירעקטאָר‟.
אויף פּויליש הייסט דער פֿילם „אַזיל‟, דהײַנו מקום־מיקלט.
גאַבי גאָלדמאַנס באָבע איז געווען צווישן די וואָס דאָס איידעלע פּוילישע פּאָרפֿאָלק האָט געראַטעוועט פֿון די דײַטשן.
מזל־טובֿ. די צאָל באַזוכערס אינעם פּולין־מוזיי האָט דערגרייכט אַ מיליאָן. דער מיליאָנסטער באַזוכער איז אַ פּוילישער תּושבֿ פֿון שטשעטשין וואָס איז געקומען אויף אַ באַזוך קיין וואַרשע מיט זײַן פֿרוי.
מען האָט אים מקבל־פּנים געווען מיט אַ גרויסן הוראַ און נישט מיט קיין ליידיקע הענט. דאָס שטשעטשינער פּאָרפֿאָלק האָט באַקומען אַ מתּנה: צוויי פֿלי־בילעטן קיין תּל־אָבֿיבֿ און צוריק. מיר איז אַזאַ נס נאָך נישט געשען, אָבער ווער ווייסט? חנוכּה שטייט בײַ דער טיר און ווי איר זעט אַליין, איז די וועלט פֿול מיט נסים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.