די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאַרלעגערײ איז שױן לאַנג אָנערקענט געװאָרן װי אַן אַקאַדעמיש פֿעלד, אָבער דער ענין פֿון ביכער־אילוסטראַציעס בלײַבט עד־היום אױף די ראַנדן פֿון פֿאָרשערישע אינטערעסן.
מען שטודירט יאָ אײנצלנע קינסטלער און זײערע װערק, אָבער דערװײַל מאַכט מען ניט קײן פּרוּװ צו באַטראַכטן די דאָזיקע טעמע אין אַ ברײטערן קולטור־היסטאָרישן סך־הכּל. דערפֿאַר איז עס ניצלעך צו װענדן זיך צו דעם װיכטיקן עסײ פֿון חנא שמערוק, „די אילוסטראַציעס צו ייִדישע ביכער פֿון 16טן—17טן יאָרהונדערט”, װאָס איז אַרױס אין 1986 און לאָזט זיך נאָך אַלץ באַשטעלן בײַם מאַגנעס־פֿאַרלאַג אין ירושלים.
שמערוק אַנאַליזירט דאָ אַכט ייִדישע ביכער, װאָס זײַנען דערשינען אין איטאַליע, אין דער שװײַץ און אין דײַטשלאַנד אין די ערשטע פּאָר יאָרהונדערטער זינט מען האָט אַנטדעקט די טעכנאָלאָגיע פֿון דרוקערײַ. װוּ האָט מען גענומען בילדער פֿאַר ייִדישע ביכער און װאָס איז געװען זײער צװעק? דאָס זײַנען די צװײ פֿראַגעס, װאָס שמערוק באַטראַכט אין זײַן ביכל.
די ערשטע געדרוקטע ייִדישע ביכער, װי אױך לשון־קודשדיקע ספֿרים, זײַנען אַרױס בײַ קריסטלעכע פֿאַרלאַגן אין װענעציע, װעראָנע און ציריך. פֿאַר אילוסטראַציעס האָבן די פֿאַרלעגער גענוצט די זעלבע האָלצשניטן ווי די בײַ די קריסטלעכע ביכער וואָס האָבן באַשריבן ענלעכע טעמעס.
דער סאַמע עלטסטער מוסטער פֿון אַזאַ „איבערניצעװען” פֿון היסטאָרישע בילדער איז די ייִדישע איבערטײַטשונג פֿונעם העברעיִשן ספֿר יוסיפֿון, װאָס אַלײן באַזירט זיך אױף דער אַלטער גריכישער כראָניק פֿון יוסף בן מתּתיהו (יאָסעפֿוס פֿלאַװיוס), דעם מיטצײַטלער פֿונעם חורבן בית־שני. די ייִדישע אױסגאַבע איז אַרױס אין ציריך אין 1546 אינעם פֿאַרלאַג פֿון קריסטאָף פֿראָשאַוער. זי איז געװען באַפּוצט מיט שײנט האָלצשניטן, װאָס מען האָט פֿריִער גענוצט פֿאַר אַ דײַטשישער ביבל־אױסגאַבע און שפּעטער אױך פֿאַרן היסטאָרישן בוך „שװײַצער כראָניק”. פֿראָשאַוער איז געװען דער חשובֿסטער ציריכער פֿאַרלעגער פֿון זײַן תּקופֿה און האָט זיך ספּעציאַליזירט אין טײַערע אילוסטרירטע ביכער װעגן רעליגיעזע און היסטאָרישע טעמעס. מן־הסתּם האָט ער דערקענט, אַז עס איז דאָ אַ מאַרק פֿאַר ייִדישע ביכער פֿון אַזאַ שניט.
פֿראָשאַוערס היסטאָרישע בילדער האָבן ניט געהאַט קײן ספּעציעלן ייִדישן אינהאַלט. זײ האָבן געשילדערט שלאַכטן מיט ריזיקע חילות, פֿאָנען און אַ סך געװער, און האָבן זיך גוט צוגעפּאַסט סײַ צו דער רױמישער, סײַ צו דער שװײַצער, סײַ צו דער אַלטער ייִדישער געשיכטע. די אילוסטראַציעס פֿאַרן קריסטלעכן „אַלטן טעסטאַמענט” האָבן זיך אױך גוט געפּאַסט פֿאַר ייִדישע איבערטײַטשונגען פֿונעם תּנ״ך, כאָטש צומאָל האָט מען זײ געדאַרפֿט אַ ביסל „רעדאַקטירן” כּדי צו באַזײַטיקן קריסטלעכע מאָטיװן. די בילדער באַשײַמפּערלעך האָבן פֿאָרגעשטעלט היסטאָרישע געשעענישן פֿאַר יענע לײענער, װאָס זײַנען ניט געװען גוט באַהאַװנט אין די „קלײנע אותיות”, דער עיקר — פֿאַר קינדער און פֿרױען.
נאָך מער באַלערנדיק זײַנען געװען די ייִדישע אױסגאַבעס פֿון פּסחדיקע הגדות און דער „ספֿר המנהגים”, װאָס איז אַרױס אין װענעציע אין 1600. שמערוק האַלט, אַז די דאָזיקע אילוסטראַציעס זײַנען געװען געװידמעט סײַ דערװאַקסענע סײַ קינדער װײַל קײן ספּעציעלע ביכער פֿאַר קינדער האָט מען דעמאָלט נאָך ניט געדרוקט. הײַנט קאָנען מיר זיך אַ סך אָפּלערנען פֿון די דאָזיקע בילדער װעגן דעם אױסזען פֿון ייִדישע מענער, פֿרױען און קינדער אין די אַלטע צײַטן, װעגן זײערע װױנונגען און לעבנסשטײגער. די קינסטלער זײַנען אָבער געװען, אַ סבֿרה, קריסטלעכע. הגם די צאָל אילוסטרירטע ייִדישע ביכער פֿון דער פֿריִערדיקער תּקופֿה איז געװעו אַ גאַנץ קנאַפּע, דינען זײ װי אַ באַװײַז, אַז די קולטורעלע קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און קריסטן זײַנען געװען גאַנץ אַקטיװ.
אײניקע אַלטע אילוסטראַציעס זײַנען אַריבער פֿון אײן אױסגאַבע צו דער אַנדערער, בפֿרט אין די שפּעטערע אױפֿלאַגעס פֿון הגדות און אין „צאינה וראינה”. אײניקע דעקאָראַטיװע עלעמענטן װי, למשל, געשטאַלטן פֿון חיות און געװיקסן, האָט מען רעפּראָדוצירט אױף מצבֿות אין אוקראַיִנע און פּױלן. אָבער װי װײַט האָט מען ממשיך געװען די דאָזיקע קינסטלערישע טראַדיציע אין דער מאָדערנער תּקופֿה? די דאָזיקע פֿראַגע נײטיקט זיך אין אַ װײַטערער פֿאָרשונג, אָבער מען קאָן דאָ ברענגען אַ פּאָר אינטערעסאַנטע בײַשפּילן.
עס דאַכט זיך, אַז דער קינסטלער שלמה יודאָװין (1892—1954) איז דװקא געװױר געװאָרן פֿון דער אַלטער טראַדיציע פֿון ייִדישע ביכער־אילוסטראַציע און האָט גענוצט געװיסע עלעמענטן אין זײַנע װערק. זײַנע האָלצשניטן פֿון שטעטלעך פֿאַרמאָגן אַ געװיסן אַלט־דײַטשישן טעם. זײ זײַנען בכּיװן אַ ביסל נאַיִװ און פֿאַרמאָגן אַ סך שטײגערישע פּרטים. דאָס זעט מען בפֿירוש אױך אין יודאָװינס אילוסטראַציעס צו מענדעלעס „משׂעות בנימין השלישי”. אין די 1930ער יאָרן האָט יודאָװין געשאַפֿן אַ מערקװירדיקע סעריע בילדער, װאָס שילדערן פֿאַרשידענע ייִדישע מנהגים, אַ מין װידערקלאַנג פֿון „ספֿר מנהגים”. עס איז איראָניש, װאָס די דאָזיקע סעריע איז באַשטעלט געװאָרן פֿונעם לענינגראַדער אַטעיִסטישן מוזײ מיטן צװעק צו פֿאַרפֿיקסירן די אַלטע רעליגיעזע מנהגים אײדער זײ װעלן פֿאַרשװינדן ווערן אינעם סאָװעטישן לאַנד!
אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט זײַנען ייִדישע ביכער־אילוסטראַציעס געװאָרן אַ פּאָפּולערער זשאַנער. דאָ האָבן זיך אױסגעצײכנט באַרימטע קינסטלער װי מאַרק שאַגאַל און אליעזר ליסיצקי, אָבער לרובֿ זײַנען ייִדישע ביכער־קינסטלער פֿאַרבליבן באַקאַנט בלויז בײַ די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.