הײַיאָר, דעם 27סטן נאָוועמבער 2017, האָב איך באַקומען פּלוצקעדרינען אַ פּרעמיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל, און זיי מעלדן מיר אַז די פּרעמיע קומט מיר „ווי אַ דערציִער, אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ ייִדיש־שרײַבער”.
מיט דרײַ אַזוינע קרוינען אויפֿן קאָפּ, פֿילט מען די שווערע אַחריות צו באַרעכטיקן אַזאַ פּרעמיע. מילא, אַ ייִדיש־שרײַבער בין איך דאָך ממילא ווײַל איך שרײַב סײַ דעם איצטיקן אַרטיקל סײַ אַ סך אַנדערע אין „פֿאָרווערטס”, „אויפֿן שוועל”, „ירושלימער אַלמאַנאַך” און אַנדערע ייִדישע זשורנאַלן און אַפֿילו ביכער.
אַז איך בין אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז אָפּגערעדט — דאָס איז דאָך מײַן פּראָפֿעסיע… אָבער אַז איך בין אַ דערציִער, דאָס איז געווען פֿאַר מיר אַ חידוש. אָבער, „אַז מען גיט, נעמט מען”. האָב איך זיך אַרײַנגעטראַכט… צי בין איך טאַקע אַ דערציִער? כּדי זיך אַליין אויפֿקלערן אָט דעם פּונקט, וועל איך דאָ אָנשרײַבן אַ קאַפּיטל זכרונות, און אָנהייבן וועל איך פֿון יאָר 1950, ווען אַ בר־מצווה ייִנגל, מײַנער אַ שכן, האָט זיך געווענדט צו מיר, אַ ייִנגל פֿון 9 יאָר וואָס האָט שוין געהאַט געלערנט אין אַ חדר און אין אַנדערע ייִדישע און העברעיִשע שולעס — און איך האָב באַוויליקט אים צוגרייטן צו זײַן בר־מצווה.
אַ צווייטע איבערלעבונג פֿון מײַן דערציִערישער געשיכטע איז געשען אין יאָר 1957, ווען דער וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער דריטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל — שניאור זלמן רובאַשאָבֿ — (שז״ר) — האָט אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין לערער־סעמינאַר פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס.
דער דירעקטאָר פֿון לערער־סעמינאַר, יוסף מענדעלסאָן, האָט אַרײַנגעפֿירט שז״רן, דעם חשובֿן אורח פֿון ישׂראל, אין קלאַס פֿון די וואָס האָבן אַליין געהאַלטן אין װערן ייִדישע לערער אין די אַרגענטינער ייִדישע שולן. איך און צוויי פֿון מײַנע חבֿרים זײַנען געווען תּלמידים אין אָט דעם לערער־סעמינאַר. מיר זײַנען געווען 16 יאָר אַלט, יונג, פֿריש, און משוגע — האָבן צוויי פֿון אונדז (מיר אַלע דרײַ זײַנען געזעסן אין דער הינטערשטער שורה פֿון קלאַס, אַ ביסל דערווײַטערט פֿון פֿראָנט) זיך געלאָזט וווילגיין און בעת יוסף מענדעלסאָן האָט פֿאָרגעשטעלט דעם גאַסט וואָס איז דעמאָלט געווען בראש פֿון דערציונגס אָפּטייל פֿון דער הסתדרות, האָבן צוויי פֿון אונדז אָנגעהויבן ברומען די מוזיק פֿון „קאַוואַלעריאַ רוסטיקאַנאַ” פֿון מאַסקאַני, און מיט די פֿינגער אונטערגעהאָלפֿן צום טאַקט, פּויקנדיק מיט זיי אויף אונדזערע שרײַבטישן.
מײַן דריטע דערציִערישע איבערלעבונג, אַ פּאָר מאָנאַטן שפּעטער, בײַם פֿאַרענדיקן זעקס יאָר לימודים אין לערער־סעמינאַר, איז געווען פֿאַרבונדן מיט אַ פּראַקטיקום ווי אַ לערער, כּדי צו באַקומען מײַן דיפּלאָם. אָנגעטאָן אין אַ ווײַסן כאַלאַט (ווי אַ לערער) בין איך געקומען אין פֿערטן גראַד פֿון דער העברעיִשער ביאַליק שולע, און געדאַרפֿט געבן אַ לעקציע וועגן חײם נחמן ביאַליק. פֿאַרשטענדלעך, אַז איך האָב זיך צוגעגרייט פֿון פֿריִער. אין קלאַס זײַנען געזעסן יונגע קינדער 11—10 יאָר אַלט, מיט זייער לערערקע, און אויך דער אינספּעקטאָר פֿון דערציונג־אַמט בײַ דער קהילה.
אין אַ קורס פֿאַר פּעדאַגאָגיק אין לערער־סעמינאַר האָב איך זיך געלערנט, אַז ווען מע שטייט פֿאַר אַ קלאַס קינדער, דאַרף מען זײַן קאָנקרעט און נישט אַבסטראַקט. דערפֿאַר, ווען מע דערמאָנט אַ נאָמען פֿון אַ שרײַבער, דאַרף מען אים אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול — די קינדער זאָלן זען ווי מען שרײַבט אים.
שטיי איך אַזוי פֿאַרן פֿערטן קלאַס, און איך הייב אָן זאָגן: „הײַנט וועלן מיר לערנען וועגן דעם שרײַבער חײם נחמן ביאַליק”. ווי איך גיב אַזוי אַ זאָג, דריי איך זיך אויס צום טאָוול און מיט אַ שטיקל קרײַד אין דער האַנט שרײַב איך: חײם נחמן… און ווי איך גיי שרײַבן זײַן משפּחה־נאָמען, בלײַבט הענגען מײַן האַנט אין דער לופֿטן. איך וויל שרײַבן ביאַליק, אָבער איך ווער צעמישט ווײַל איך ווייס נישט וווּ מען דאַרף אַוועקשטעלן דעם פּתח — צי אונטערן יוד (נאָכן ערשטן אות), צי אונטער דעם אַלף?! איך געדענק נישט ווי אַזוי אַרום בין איך אַרויסגעקראָכן פֿון אָט אַזאַ ענגעניש אָבער איך געדענק זייער גוט אַז אָט די זעלבע פֿראַגע האָט מיר געמאַטערט נאָך צענדליקער יאָרן נאָך מײַן עולה זײַן אין ישׂראל.
איין מאָל, דערוויס איך זיך אַז אָט די זעלבע פֿראַגע האָט מען געפֿרעגט בײַ ביאַליקן אַליין, און זײַן ענטפֿער איז געווען: „נו, זיכער, דעם פּתח דאַרף מען אַוועקשטעלן אונטערן יוד!” האָט מען אים ווײַטער געפֿרעגט: „איז צו וואָס דאַרף מען דעם אַלף?” האָט ביאַליק געענטפֿערט: „וואָס ווילט איר, מע זאָל מיר רופֿן חײם נחמן ביליק?”
באַקומען דעם דיפּלאָם, בין איך צו 17 יאָר געוואָרן אַ לערער פֿון ערשטן קלאַס אָנפֿאַנגשול. דאָס האָט געדויערט נאָר דרײַ טעג. די געשיכטע איז אַזאַ: מע האָט מיר געשיקט זײַן אַ לערער פֿון קינדער זעקס יאָר אַלט, אין אַ פּראָווינץ־שטעטל — ראַמאָס־מעכיִאַ — אַ פּאָר באַנסטאַנציעס פֿון בוענאָס־אײַרעס. עס איז געווען אָנהייב יאָר פֿאַר פּסח. איך קום אַרײַן אין קלאַס וווּ עס זיצן אַ טוץ מאָלאָקאָסאָסן, און איך דאַרף רעדן פֿאַר זיי וועגן פּסח. ווי רעדט מען צו אַ זעקס־יעריקן קינד וועגן פּסח? צו דעם בין איך נישט געווען צוגעגרייט. איידער נאָך איך הייב אָן זיצט שוין פֿאַר מיר אַ ייִנגעלע מיט פֿולע הויזן, און אַ מיידעלע בעט דערלויבעניש אַרויסצוגיין אין באָדצימער…
הייב איך אָן מײַן לעקציע וועגן פּסח און איך פֿיל אַז איך בין פֿאַרקראָכן מיט פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען וועגן פֿרײַהײט פֿאַר אַ פּובליקום וואָס קען נאָך אַפֿילו נישט לייענען און שרײַבן — פּשוט אַנאַלפֿאַבעטן. יענעם טאָג האָב איך דעמיסיאָנירט. מען האָט מיר געבעטן אויסהאַלטן נאָך צוויי טעג, ביז מען וועט געפֿינען אַן אַנדער לערער. איך בין אַוועק אין דערציִונג־אַמט פֿון דער ייִדישער קהילה און געפֿאָדערט זײַן אַ לערער אין העכסטן קלאַס פֿון אָנפֿאַנגשול. כ׳האָב טאַקע באַקומען אַ פּאָסטן ווי אַ לערער אין זעקסטן קלאַס פֿון דער העברעיִשער שולע „תּל־אָבֿיבֿ” אין בוענאָס־אײַרעס. דאָרטן האָב איך אָפּגעאַרבעט ווי אַ לערער און דערציִער במשך פֿון צוויי יאָר ביז מײַן עולה זײַן אין ישׂראל, אין סעפּעמבער אין יאָר 1960.
זעקס יאָר שפּעטער האָט דער דערציִונגס־מיניסטעריום אין ישׂראל באַוויליקט אַז אין מיטלשול אין קרית חײם, אין צפֿון לאַנד, זאָל מען לערנען ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור. בין איך געוואָרן דער ערשטער לערער אין ישׂראל אין אַ ישׂראלדיקער מיטלשול אויפֿן געביט פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. וווינענדיק אין ירושלים פֿלעג איך פֿאָרן אַלע מיטוואָך אַהין, איבערנעכטיקן צוויי טעג בײַ קרובֿים און צוריקקומען פֿרײַטיק קיין ירושלים. דער דירעקטאָר פֿון מיטלשול, ד״ר אליעזר כּגן, אַליין אַ ביאַליסטאָקער, איז געווען דער איניציאַטאָר פֿון די ייִדיש־לימודים אין מיטלשול אין ישׂראל — אַן אויפֿטו וואָס האָט אָנגעהאַלטן אַ פּאָר צענדליק יאָר אין זײַן מיטלשול און אין אַנדערע מיטלשולן אין ישׂראל אויך.
דעם ערשטן יאָר פֿון מײַן לערערשאַפֿט אין קרית חיים האָבן צוואָנציק תּלמידים פֿרײַוויליק אויסגעקליבן צו לערנען ייִדיש. דעם צווייטן יאָר האָבן אויסגעקליבן דאָרטן לערנען ייִדיש — זעכציק תּלמידים און מיר האָבן געמאַכט צוויי קלאַסן פֿון אָנהייבער.
איין מאָל האָט אַ רעפּאָרטער געבעטן קומען זען ווי אַזוי איך לערן ייִדיש מיט די תּלמידים. האָב איך אים אײַנגעלאַדן קומען זיבן אַזייגער אין דער פֿרי, זיצן אין מײַנע קלאַסן און זיך דערוויסן ווי אַזוי מע לערנט ייִדיש אין ישׂראל. דאָס איז געווען אַ פֿרײַטיק ווען איך לערן מיט די תּלמידים פֿון 7 אין דער פֿרי ביז 9. דער רעפּאָרטער איז געקומען 9, נאָך אַלעמען, און מיר דערציילט אַז ער האָט זיך פֿאַרשלאָפֿן. האָב איך אים אײַנגעלאַדן מיט אַ קאַווע אין אַ קאַפֿעהויז און מיר זײַנען אָפּגעזעסן דרײַ שעה, און איך האָב אים דערציילט וואָס עס טוט זיך אין מײַן קלאַס און פֿאַרוואָס ס׳איז וויכטיק צו לערנען ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור מיט סאַברעס. אין אַ וואָך אַרום איז דערשינען אַן אַרטיקל אין אַ באַוווּסטער אָוונט־צײַטונג וועגן די ייִדישע לימודים אין מיטלשול פֿון קרית חײם.
דער אַרטיקל האָט זיך אָנגעהויבן מער אָדער ווייניקער מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: „איך זיץ אין קלאַס וווּ יחיאל שיינטוך לערנט מיט זײַנע סטודענטן. ער דערציילט זיי אַ וויץ און זיי לאַכן. אַזוי לערנט מען ייִדיש אין קרית חיים”. פֿון יענעם טאָג אָן, האָב איך אויפֿגעהערט גלייבן אין אַרטיקלען וואָס דערשײַנען אין צײַטונגען ווײַל צווישן זיי און דער רעאַליטעט שפּרייט זיך אויס מן הסתּם אַ טיפֿער אָפּגרונט.
וואָס איז אַ דערציִער? וואָס הייסט דערציִען? אויב איך אַנאַליזיר דאָס געבײַ פֿון וואָרט „דערציִען‟, זע איך אַז ער איז אַ צונויפֿשטעל פֿון ווערב ציִען צוזאַמען מיט דעם פּרעפֿיקס „דער‟. נו, מיטן וואָרט „ציִען” האָבן מיר אַ שרויפֿנציִער, אַ פּראָפּנציִער, און אַז מע אַנטלויפֿט הייסט עס אָפּציִען, און אַז מע שטאַרבט הייסט עס אויסציִען די פֿיס. בײַ סטוטשקאָוון אין אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך שטייט: „אַ האָר פֿון אַ פֿרוי ציט צו מער ווי צען אָקסן”… איז וואָס מיינט מען מיט דערציִען אָדער דערציִער? נו, מיטן וואָרט „ציִען” ווייסן מיר אַלע אַז עס האָט צו טאָן מיט דערנענטערן אַן אָביעקט אָדער פּערזאָן וואָס געפֿינען זיך אַ ביסל דערווײַטערט פֿון אונדזערן אַ ציל. און וואָס לערנט אונדז דער פּרעפֿיקס „דער‟ ווען מע שטעלט אים צו צו אַ ווערב? אויב אַ ווערב מיינט טאָן אַ טוּונג, איז ווען מיר שטעלן צו צו אַ ווערב דעם פּרעפֿיקס „דער‟, מיינט עס אַז די טוּונג (אין אונדזער פֿאַל — דער אַקט פֿון ציִען) דערציִען, ווערט געטאָן במשך אַ לענגערע צײַט, באַגלייט פֿונעם גובֿר זײַן שטרויכלונגען, ביז מע דערציט צום געוווּנטשענעם ציל. הייסט עס אַז אַ דערציִער איז אַ מענטש וואָס האָט אַ ציל (אין מײַן פֿאַל — אויסלערנען תּלמידים לייענען און שרײַבן און פֿאַרשטיין ייִדיש) און ער ציט זײַנע תּלמידים ביז אָט דעם ציל ביז ער דערציט זיי.
נישט אַלץ ווענדט זיך אינעם לערער; די הצלחה איז אויך פֿאַרבונדן מיטן תּלמיד וואָס וויל ווערן דערצויגן. אין שפּאַניש איז דאָ אַ ווערטל: Bien enseniado, mal aprendido (מע האָט אים גוט געלערנט — ער האָט זיך שלעכט אויסגעלערנט). מיט יאָרן צוריק האָט מען מיר געבעטן לערנען ייִדיש מיט „עמך” אין דער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאָרטן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, וועלכע האָבן געוואָלט פֿאַרבעסערן זייער קענטעניש אין ייִדיש אָדער זיך אויסלערנען די שפּראַך צוליב פֿאַרשיידענע סיבות.
בדרך־כּלל זײַנען דאָס געווען ייִדן פֿון מזרח־אייראָפּעיִשען אָפּשטאַם, נאָר איין מאָל האָב איך געהאַט אַ ספֿרדישן תּלמיד און ער האָט מיר דערקלערט אַז ער אַרבעט אין אַ רעגירונגס אַמט, און דאָרטן רעדן אַלע אָנגעשטעלטע צווישן זיך אויף ייִדיש. וויל ער אויך פֿאַרשטיין, און אָנטייל נעמען אין זייער שׂיחת־חולין.
ווען איך בין אָנגעקומען ווי אַ נײַער תּלמיד אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט דער דעמאָלטדיקער דעקאַן פּראָפֿעסאָר יעקבֿ כּץ אַרויסגעטראָטן פֿאַר אונדז, די נײַע תּלמידים און האָט אַזוי געזאָגט: „איר זאָלט נישט דערוואַרטן אַז אין ירושלימער אוניווערסיטעט וועט מען אײַך דערציִען, דאָ באַקומט מען נאָר ידיעות, מיר זײַנען נישט קיין דערציִונגס אַנשטאַלט.” איך בין געזעסן אין דער ערשטער שורה, געהערט, און נישט פֿאַרשטאַנען זײַנע ווערטער.
מיט 3 יאָר שפּעטער האָב איך אים געטראָפֿן אויף אַ חתונה פֿון אַ זון פֿון זײַנער אַ תּלמידה, מײַנע אַ פֿרײַנדין. מיר זײַנען געזעסן בײַ איין טיש. איך, צו מײַן רעכטער זײַט — מײַן פּלוניתטע, און צו איר רעכטער זײַט — פּראָפֿעסאָר יעקבֿ כּץ, 92 יאָר אַלט. איך בין געווען זיכער אַז איצט וועל איך אים קענען פֿרעגן וואָס האָט ער געמיינט מיט זײַנע ווערטער בײַם אויפֿטרעטן פֿאַר אונדז נײַע תּלמידים מיט 30 יאָר צוריק. אָבער אויף אַ ישׂראלדיקער חתונה איז די מוזיק און דער רעש אַזוי שטאַרק אַז מען קען נישט אויסרעדן קיין וואָרט. האָב איך געפּרוּווט רעדן, און נישט מצליח געווען זיך געבן צו פֿאַרשטיין.
גייען מיר צוריק צום העברעיִשן אוניווערסיטעט, און צו מײַן אַבאָרטירטן שמועס מיטן 92־יעריקן פּראָפֿעסאָר יעקבֿ כּץ, זכרונו לבֿרכה. ווי אַ לערער אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט האָב איך טאַקע שטענדיק געפֿילט אַז איך צי צו און דערצי סטודענטן צו אונדזער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, און קולטור, והא ראיה, די געשיכטע פֿון דער מעשׂה איז אַזוי: אין איינעם פֿון מײַנע קורסן וואָס מיר האָבן אָנגערופֿן „שיפּור הלשון” (פֿאַרבעסערן די שפּראַך־קענטעניש פֿון ייִדיש), פֿלעגן קומען צו מיר תּלמידים און זאָגן: „קומען הערן אײַער קלאַס איז וואָלוועלער ווי גיין צו אַ פּסיכיאַטער”, און צו מאָל האָב איך אויך באַקומען אַ קראַנץ בלומען פֿאַר אַ מתּנה. פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע: מיט וואָס בין איך אויפֿן זעלבן ניוואָ ווי אַ פּסיכיאַטער? מײַן ענטפֿער איז, אַז דאָס לערנען ייִדיש הײַנט צו טאָג איז לויטערע פּסיכאָטעראַפּיע, ווײַל יענע תּלמידים האָבן פּאַסיווע ידיעות פֿון ייִדיש, ידיעות וואָס זײַנען טיף באַגראָבן אין זייער אונטערבאַוווּסטזײַן, אין פֿאַרגליווערטע שיכטן פֿון זייער אידענטיטעט, און שווימען אַרויף בײַ זיי ווען זיי לערנען זיך ייִדיש אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. זייער פּאַסיוו קענטעניש ווערט אַקטיווירט, און מיט דעם, ציִען מיר זיי צו צו זיך אַליין.
בעט איך בײַם דעם לייענער צו באַשליסן אויב עס קומט מיר טאַקע די פּרעמיע ווי אַ דערציִער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.