די מאַניפֿעסטאַציע מפֿרסם צו זײַן די פּראָבלעם פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער האָט זיך אָנגעהויבן שטילערהייט — אַ גוטע בשׂורה פֿאַרן טוץ דעמאָנסטראַנטן וואָס זענען לעצטנס, אין אַ וואַרעמען האַרבסטטאָג, געשטאַנען פֿאַר דער נאָוואָמינסקער ישיבֿה אין באָראָ־פּאַרק.
אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן גוט געדענקט דעם פֿריִערדיקן פּראָטעסט, אין יוני, אויף אַ צווייטן אָרט אין ברוקלין, ווען אַ פֿרומער פֿאַרבײַגייער האָט זיך אָנגעשריגן אויף זיי און געזאָגט אַז עס פֿאַרדריסט גאָט זייער וואָס מענער און פֿרויען פּראָטעסטירן צוזאַמען, און אַלע וועלן זיי צוליב דעם אומגעבראַכט ווערן. דערבײַ האָט ער מיט אַ פּאַפּיראָס־צינדערל אָנגעצונדן איינס פֿון זייערע פֿליבלעטלעך.
די טעמע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג קעגן קינדער רופֿט טאַקע אַרויס אַזוי פֿיל כּעס אין די חרדישע קרײַזן אַז דער אָרגאַניזירער פֿון דעם פּראָטעסט — אָשר לאָווי, אַן איבערגעגעבענער אַקטיוויסט אין דער באַוועגונג אײַנצופֿירן דאָס „געזעץ פֿאַר געליטענע קינדער‟ אין ניו־יאָרק (Child Victims Act, אויך באַקאַנט ווי CVA) — פֿאָדערט איצט פּאָליציי־כּוחות בײַ יעדער דעמאָנסטראַציע זײַנער. לאָווי, וואָס האָט קינדווײַז אַליין געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, האָט שוין אָרגאַניזירט דרײַ אַזוינע פּראָטעסטן.
ווי נאָר ס׳איז אָנגעקומען דער אויטאָ מיט פּאָליציאַנטן פֿונעם אָפּטייל פֿאַר קהילה־ענינים, האָט לאָווי זיך שוין געפֿילט אַ ביסל זיכערער, און מיט דער הילף פֿון אַן עלעקטראָנישן מעגעפֿאָן גענומען מאָביליזירן דעם עולם, אויסרופֿנדיק לאָזונגען קעגן דעם נאָוואָמינסקער רבי — ר׳ יעקבֿ פּערלאָוו, אַ שטאַרקער קעגנער פֿונעם CVA, בעת די גאַס האָט געשוויבלט מיט חסידישע שולקינדער, זונטיקדיקע אײַנקויפֿערס און סתּם נײַגעריקע צוקוקער.
„באַשיצט די געליטענע, נישט זייערע פֿאַרגוואַלדיקער!‟ האָבן די דעמאָנסטראַנטן אויסגערופֿן, כאָטש הרבֿ פּערלאָוו איז אַליין קיינמאָל נישט באַשולדיקט געוואָרן אין פֿאַרגוואַלדיקונג.
נישט געקוקט אויף דעם וואָס לאָווי האָט פֿאַרווערט צו ניצן ניבול–פּה האָבן די לאָזונגען פֿאָרט געשטאָכן.
„היי פּערלאָוו, צוויבעל! הלכה האָט נישט קיין SOL!‟ האָבן די פּראָטעסטירער אויסגעשריגן, ניצנדיק די ראשי־תּיבֿות פֿונעם אויסדרוק statute of limitations — דאָס ניו־יאָרקער געזעץ וואָס דערלויבט נישט אַ געליטענעם אָנצוקלאָגן זײַן באַלעסטיקער אין געריכט נאָכן דערגרייכן דעם עלטער פֿון 23 יאָר. די אַקטיוויסטן ווילן העכערן דעם עלטער כּדי צו דערלויבן מער געליטענע צו קענען אָנקלאָגן זייערע אַטאַקירער אָבער הרבֿ יעקבֿ פּערלאָוו און הרבֿ חיים דוד צוויבעל, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון „אַגודת ישראל באמריקה‟, פּריידיקן אַז מע זאָל בפֿירוש נישט העכערן דעם עלטער פֿון די וואָס קענען אָנקלאָגן אין געריכט, ווײַל דאָס קאָן נאָך באַנקרוטירן די חרדישע אינסטיטוציעס.
עטלעכע דעמאָנסטראַנטן האָבן געזאָגט אַז זיי זענען געקומען אויפֿן פּראָטעסט כּדי צו ווײַזן זייער שטיצע פֿונעם CVA, וואָס וואָלט דערלויבט אַ געליטענעם אָנצוקלאָגן זײַן אַטאַקירער אין אַ ציווילן געריכט ביז זײַן 50סטן געבוירן־טאָג, און אָנצוקלאָגן אין אַ קרימינעלן געריכט — ביזן 28סטן געבוירן־טאָג. ס׳וואָלט אויך געעפֿנט אַן איין־יאָריק „פֿענצטערל‟ פֿאַר די וואָס זענען שוין פֿאַרבײַ דאָס לעצטע יאָר, כּדי זיי זאָלן נאָך אַלץ קענען אָנקלאָגן די בעל־עבֿירהניקעס און די אינסטיטוציעס וואָס האָבן זיי באַשיצט.
אַ צווייטער לאָזונג פֿון די דעמאָנסטראַנטן האָט געגעבן אָנצוהערן וועגן דער קאָלאַבאָראַציע צווישן די קאַטוילישע און חרדישע פֿירער — וואָס ביידע גרופּעס באַמיִען זיך איבערצוצײַגן דעם ניו־יאָרקער סענאַט נישט צו בײַטן דעם עלטער פֿון די SOL־געזעצן. „די קאַטוילישע און אַגודה — פֿאַראייניקט אין רציחה!‟ האָבן זיי אויסגעשריגן.
דערמיט ווילן די דעמאָנסטראַנטן ציִען אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער און די פּסיכישע קרענקען וואָס באַווײַזן זיך בײַ די געליטענע ווען זיי ווערן עלטער און וואָס פֿירט אַ מאָל צו אַליינמאָרד. אַ צאָל ספּעציאַליסטן פֿון גײַסטיקן געזונט זאָגן שוין פֿון לאַנג אַז קינדער וואָס מאַכן דורך סעקסועלע באַלעסטיקונג לײַדן פֿון ערנסטער דעפּרעסיע און באַמיִונגען צו נעמען זיך דאָס לעבן.
„באַלעסטיקונג איז רחיצה, איבערגעבן דער פּאָליציי איז נישט מסירה!” האָבן די פּראָטעסטירער ווײַטער אויסגערופֿן, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף אַ באַקאַנטן פֿאַרווער בײַ ייִדן קעגן מסרן אַ צווייטן ייִד צו די גוייִשע מאַכטאָרגאַנען. ס׳איז טאַקע אמת אַז מסירה איז הונדערטער יאָרן לאַנג געווען אַן אָנגעוויינטיקער ענין בײַ ייִדן. אין וואָיסלאָוויץ, פּוילן, אינעם 18טן יאָרהונדערט, למשל, האָט אַ פֿאַל פֿון מסירה צו די לאָקאַלע קאַטוילישע מאַכטאָרגאַנען דערפֿירט צו אַ פּאָגראָם אויף ייִדן
„איר וועט מיר מוחל זײַן אָבער איך האָב גאָרנישט צו זאָגן וועגן יענע מיאוסע לאָזונגען,‟ האָט הרבֿ אַבֿי שאַפֿראַן, דער דירעקטאָר פֿון קהלשע ענינים בײַ „אַגודת ישׂראל‟, געשריבן אין אַ בליצבריוו צום פֿאָרווערטס.
אין אַ שריפֿטלעכער דערקלערונג אין יאָר 2011 אין נאָמען פֿון דער „אגודה‟ האָט הרבֿ שאַפֿראַן געטענהט קעגן לאָוויס אויסטײַטש פֿון מסירה: „דאָרט וווּ ס׳איז פֿאַראַן אַ רגליים לדבֿר [אַ סיבה צו גלייבן אַז ס׳איז אמת] אַז אַ קינד איז באַלעסטיקט געוואָרן מוז מען דעם ענין איבערגעבן צו די אינסטאַנצן.‟ ס׳איז אָבער מער קאָמפּליצירט ווען „די באַדינגונגען דערגרייכן נישט די מדרגה פֿון רגליים לדבר.‟ אין אַזעלכע פֿאַלן, האָט הרבֿ שאַפֿראַן געשריבן, „טאָר מען דעם ענין נישט איבערגעבן די אינסטאַנצן.‟
ער גיט אָבער צו אַז אין אַ סך ענינים איז פֿאַראַן אַ ספֿק: “האָבן די באַדינגונגען טאַקע דערגרייכט די מדרגה פֿון רגליים לדבֿר? אין די פֿאַלן עצהן מיר מענטשן אַז זיי זאָלן רעדן מיט אַ פּוסק אָדער רבֿ וואָס איז אַ מומחה אויפֿן שטח פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער.”
וואָס עס הייסט טאַקע „רגליים לדבר” רופֿט שוין פֿון לאַנג אַרויס אַ מחלוקת צווישן דער „אַגודה‟ און די אונטערשטיצערס פֿונעם CVA.
„אָן אַ שיעור געליטענע און אַקטיוויסטן זענען שוין געזעסן מיט דער ׳אַגודה׳,” האָט לאָווי געשריבן אין אַ בלאָגפּאָסט פֿון יוני 2017. „די געליטענע האָבן געפּרוּווט פֿאַרהאַנדלען מיט זיי. זיך אויסגעגאָסן דאָס האַרץ פֿאַר זיי. זיך געוואָנדן צו זייער געוויסן. אָבער מע האָט בײַ זיי בשום־אופֿן נישט געקענט פּועלן. האָבן די געליטענע פּראָטעסטירט פֿאַר די ביוראָען פֿון ׳אַגודה׳, פֿאַרן לאָקאַל פֿון זייערע יערלעכע וועטשערעס. נאָר גיי שרײַ חי־וקים. ׳אַגודה׳ האָט זיך נישט גערירט פֿון אָרט.‟
סאַמיועל הײַלמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלאָגיע בײַ קווינס־קאָלעדזש, ניו־יאָרק און אַ קריטיקער פֿון דער חסידישער טענדענץ זיך אָפּצוזונדערן פֿון אַנדערע ייִדן, האַלט אַז אַן אָפֿענע דיסקוסיע וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג קעגן קינדער אין די פֿרומע קרײַזן איז נישט אַזוי אַן ענין פֿון הלכהשער וויכּוחים איידער פֿון רבנישער מאַכט.
„די זאָרג איז אַזאַ: אויב די דרויסנדיקע וועלט קאָן זײַן גערעכט וועגן די חסרונות פֿון די חרדים — ספּעציעל וואָס שייך די פֿירער וואָס די חסידים באַטראַכטן פֿאַר מאָראַלישע וועגווײַזער — איז מעגלעך אַז יענע זענען שוין אויך גערעכט וועגן אַנדערע זאַכן,‟ האָט הײַלמאַן געשריבן אין אַ בליצבריוו צום פֿאָרווערטס. „צו גלייבן אַזוי קאָן מיט דער צײַט דערפֿירן צו אַ טאָלעראַנטן צוגאַנג צו נישט־חרדישע גרופּעס, און במילא צום געדאַנק אַז די רבנים האָבן אפֿשר נישט אַלע ענטפֿערס.‟
אַן 18־יאָריקער דעמאָנסטראַנט פֿון שיקאַגע וואָס איז „אַראָפּ פֿון דרך‟, איז מסכּים מיט הײַלמאַנס אַנאַליז. „די פֿירערשאַפֿט און די חסידים אַליין האָבן נישט קיין צוטרוי צו מענטשן מחוץ זייערע קרײַזן. איך בין אַהער געקומען צו זאָגן אַז עס קומט טאַקע פֿאָר סעקסועלע באַלעסטיקונג קעגן קינדער אין די חסידישע קרײַזן, און איך וויל אַרויסווײַזן סאָלידאַריטעט מיט מײַנע חבֿרים וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין דער פֿרומער וועלט און זענען טאַקע סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן,‟ האָט ער דערקלערט.
לויט אַ געשריבענער דערקלערונג אין 2011, האָט „אַגודת ישׂראל‟ אויסגעדריקט זאָרג וועגן דער פֿינאַנציעלער טראַוומע וואָס די חרדישע חדרים, ישיבֿות און שילן וואָלטן געליטן טאָמער וואָלט מען זיי אָנגעקלאָגט אין געריכט, פֿאָדערנדיק שאָדנגעלט סײַ בײַ די סעקסועלע אַטאַקירער סײַ בײַ די אינסטיטוציעס וואָס טאָלערירן זיי. אַזוי ווי הרבֿ שאַפֿראַן האָט אַליין געשריבן: „אַגודת ישׂראל און תּורה ומסורה [אַן אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציע וואָס פּראָטעזשירט תּורה־לימודים] מוזן זיך אַנטקעגנשטעלן לעגיסלאַציע וואָס קאָן באַנקרוטירן די שולן און בתּי־כּנסיות… אַ געזעץ וואָס אַנולירט דאָס פֿאַרעלטער־געזעץ אָדער פֿאַרלענגערט עס אַפֿילו אויף איין יאָר, וואָלט דערמעגלעכט מענטשן דורכצופֿירן קאַפּריזנע אָנקלאָגן און דערבײַ געשטעלט אין אַ סכּנה די עצם־עקזיסטענץ פֿון די אינסטיטוציעס וואָס זיי קלאָגן אָן.‟
„איר זעט, זיי זענען זיך מודה אַז זיי זענען שולדיק,‟ האָט לאָווי באַמערקט. „סעקסועלע באַלעסטיקונג קעגן קינדער איז אַזוי שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין די פֿרומע קרײַזן אַז ווען מע וואָלט אָפּגעשאַפֿן דאָס פֿאַרעלטער־געזעץ וואָלט עס פֿינאַנציעל באַנקראָטירט זייערע אינסטיטוציעס.‟
לאָווי זאָגט אַז ער איז צופֿרידן מיטן גײַסטיקן שטיץ וואָס ער באַקומט די טעג פֿון די אומגעריכטסטע ערטער — אַ סימן אַז נישט אַלע פֿרומע גיבן נאָך דעם דרוק פֿון די רבנים.
„בעת אונדזער פּראָטעסט אין יולי האָט איינער אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָ אין מיטן גאַס, מיט זײַן משפּחה אינעוועניק, און אויסגעשריגן: ׳דער איינציקער מיטל איז אָנצוקלינגען 911! אויב מע באַעוולט אײַך סעקסועל, קלינגט 911!׳ דערבײַ האָט ער אונדז באַדאַנקט פֿאַר אונדזער אַרבעט.‟
זיי האָבן אויך באַקומען שטיצע פֿון אַ בלומען־פֿאַרקויפֿערין אין פֿלאַטבוש וואָס האָט אויפֿגעהאָנגען עטלעכע פּלאַקאַטן קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אויף דער וויטרינע פֿון איר געשעפֿט.
בעת דער דעמאָנסטראַציע וואָס האָט מיט דער צײַט צוגעצויגן 25 מענטשן האָבן די באָראָ־פּאַרקער אײַנוווינער זיך נישט איבעריק איבערגענומען. עטלעכע נאָוואָמינסקער ישיבֿה־תּלמידים האָט זיך צוגעקוקט דורכן פֿענצטער אויפֿן ערשטן שטאָק. אַ גרופּע בחורים האָט זיך באַוויזן בײַ דער טיר פֿון דער ישיבֿה און נאָכן קווענקלען זיך זענען זיי אַרויס אין דרויסן, אויסמײַדנדיק צו קוקן אויף די דעמאָנסטראַנטן. אַ ייִנגערע באַנדע בחורים מיט קאַפּעליושן האָבן זיך צוגעקוקט פֿון קעגנאיבער דער גאַס, בײַם כּשרן שפּײַזקראָם „ברעדבעריס‟. איין בחור האָט זיך אַפֿילו דערוועגט אויפֿצוכאַפּן אַ פֿליבלעטל געדרוקט פֿון „זעקה‟ (דאָס געשריי), אַן אָרגאַניזאַציע וואָס נעמט זיך אָן פֿאַר די געליטענע. מיט עטלעכע חדשים פֿריִער האָט „זעקה‟ דורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַציע ממש פֿאַר הרבֿ צוויבעלס הויז.
אַן אויפֿגעהײַטערטער חסיד פֿאַרבונדן מיט דער נאָוואָמינסקער ישיבֿה האָט געשפּאַנט אַהין און צוריק אויפֿן טראָטואַר אָבער גאָרנישט געזאָגט צו לאָווין אָדער צו די אַנדערע דעמאָנסטראַנטן.
במשך פֿונעם גאַנצן פּראָטעסט, וואָס איז געקומען צו אַ סוף אַרום 5 אַ זייגער, האָט לאָוויס גרופּע און די אַדמיניסטראַטאָרן פֿון דער נאָוואָמינסקער ישיבֿה נישט גערעדט קיין וואָרט איינער צום צווייטן. אַ פּנים איז דער שפּאַלט צווישן זיי פּשוט צו גרויס.
איין חתונה־געהאַטער ייִד אין די דרײַסיקער האָט געפּרוּווט דערקלערן פֿאַר וואָס ער איז אין אַזאַ שיינעם זונטיק געקומען זיך באַטייליקן אין דער דעמאָנסטראַציע:
„עס שרעקט מיך טאַקע צו זײַן דאָ,‟ האָט ער נאָכגעגעבן. „אָבער צו טאָן גאָרנישט וואָלט בײַ מיר פּשוט געווען אַ בושה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.