טערקײַ איז בײַ די ישׂראלים אַ צוציִיִקער טוריסטן־צענטער — אַ מיטל־מזרחדיקע מדינה מיט שיינע ים־ברעגן און כּל־המינים קולינאַרע פּאָטראַװעס; די פֿלי־רײַזע דויערט ניט מער ווי צוויי שעה און די פּרײַזן זענען בסך־הכּל זייער צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם.
דערפֿאַר פֿאָרן טויזנטער ישׂראלדיקע טוריסטן יעדעס יאָר קיין טערקײַ און קומען פֿון דאָרט צוריק אַנטציקטע. פֿון מאָל צו מאָל ברעכט אויס אַ דיפּלאָמאַטישער קריזיס צװישן ישׂראל און טערקײַ ווײַל, ווי געוויס, איז די מערהײט דאָרט אַ מוסולמענישע און זייער שטיצע צו די פּאַלעסטינער — כּמעט אַן אויטאָמאַטישע.
פֿון מײַנעט וועגן איז אַזוי: אַהין וווּ דער המון פֿליסט, האַלט איך זיך אָפּ פֿון פֿאָרן, און קיין טעלעוויזיע־רעקלאַמעס — צי מיט אַ בולטן פּירסום צי מיט אַ פֿאַרהוילענעם — וועלן מיך ניט איבערצײַגן צו פֿליִען אין דער ריכטונג. ביז…
ביז אין אַ געוויסן טאָג, דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל, האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אין אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם „ערדטאָג” וואָס וועט באַהאַנדלען די טעמע „טעכנאָלאָגיע, קונסט און טאַנץ־אָפּערע”. כ׳האָב דאָרט געזאָלט רעדן וועגן דער שאַפֿונג „די טאַנצנדיקע אַנאַ פֿראַנק” באַזירט אויפֿן ליברעטאָ פֿונעם טערקישן פּאָעט און מענטשנרעכט־אַקטיוויסט, טאַריק גיונערסעל. וועדאַט אַקדאַמאַר, גרינדער פֿון פֿאַרלאַג „אַרטשאָפּ פּאַבלישערס”, איז געווען דער אָרגאַניזאַטאָר און גאַסטגעבער פֿון דער אוטערנעמונג אין וועלכער ס׳האָבן זיך אויך באַטייליקט אַ באַקאַנטער דראַמאַטורג און רעזשיסאָר — עמרע ערדעם, און דער קראָאַטישער קולטור־אַקטיוויסט וולאַדימיר באָגדאַניטש, איניציאַטאָר פֿון אַן אָפּערע וועגן ניקאָלאַס טעסלאַ, דעם וועלט־באַרימטן קראָאַטישן פֿיזיקער.
אין פּובליקום זענען געזעסן שרײַבער, קינסטלער און אינטעלעקטואַלן וואָס האָבן, אַ פּנים, געדאָרשט נאָך אַ לעבעדיקן קאָנטאַקט מיט אויסלענדער. די אַטמאָספֿער איז געווען אַ גאָר וואַרעמע און איך, װי אַ ישׂראלישער בירגער, האָב ניט געפֿילט קיין שום פֿײַנטלעכע וויבראַציעס. ס’איז בײַ מיר טאַקע געווען אַ גרויסע פֿאַרלײַכטערונג, ווײַל פֿאַר מײַן רײַזע האָב איך זיך אַ ביסל געזאָרגט וואָס וועל איך דאָרט אָנטרעפֿן.
שפּאַצירנדיק אויף די גאַסן פֿון צענטער איסטאַנבול האָב איך באַמערקט שטראָמען פֿון יונגע לײַט וועלכע באַזוכן די פֿול־געפּאַקטע קראָמען מיט כּל־מיני סחורות, ווי אויך אָן אַ שיעור רעסטאָראַנען. דאָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ געוואַלדיקן, פּאָזיטיוון רושם. ס׳איז לײַכט זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ סך פֿון די יוגנטלעכע האָבן אַרײַנגעוואַנדערט פֿון דער פּראָווינץ, פֿון צוריקגעשטאַנענע דערפֿער, קיין איסטאַנבול און די דאָזיקע הויפּטשטאָט איז בײַ זיי אַ ריזיקע איבערלעבונג און אויך, פֿאַרשטענדלעך, אַ געלעגנהייט זיך אײַנצוגלידערן אין אַן אורבאַנישן אַנטוויקלטן צענטער.
אין די עטלעכע טעג וואָס כ׳האָב געווײַלט אין איסטאַנבול, די שטאָט מיט דער גרעסטער באַפֿעלקערונג אין טערקײַ, האָב איך זיך ניט אָנגעטראָפֿן מיט קיין פֿאַל פֿון אַ גאַסן־געשלעג אָדער סיכסוך, ווי ס׳געשעט אָפֿט בײַ געדיכט באַפֿעלקערטע שטעט מיט אַ הויכן פּראָצענט יונגוואַרג. ס׳האָט אויף מיר געלאָזט אַ שטאַרקן רושם.
אויך דער באַזוך אין אָרטיקן מלוכישן אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטער האָט אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿן פּאָזיטיוון אײַנדרוק. (אַגבֿ, אַזעלכע אינסטיטוציעס זענען פֿאַראַן אויך אין אַנקאַראַ, די הויפּטשטאָט, און אין אַלע וויכטיקע שטעט פֿון דער מדינה). מ׳האָט געשפּילט די אָפּערעטע „די שיינע העלען” פֿון זשאַק אָפֿענבאַך, דער וועלט־באַרימטער ייִדיש־פֿראַנצייזישער קאָמפּאָזיטאָר. געזונגען און געשפּילט האָבן די קינסטלערס ניט אויף פֿראַנצייזיש, נאָר אויף טערקיש. אַזאַ פּאָליטיק פֿון איבערזעצן די ליברעטי פֿון אָריגינאַל אויף דער לאָקאַלער שפּראַך איז אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה געווען זייער אַנטוויקלט אין די מזרח־אייראָפּעיִשע מדינות. אפֿשר איז עס נאָך הײַנט אַזוי. אַגבֿ, אויך אין ישׂראל אין די ערשטע יאָרן פֿון דער היגער אָפּערע און צוליבן הערשנדיקן נאַציאָנאַלן גײַסט פֿלעגט מען זינגען מאָצאַרט, ווערדי א״אַ אויף העברעיִש.
כאָטש דער איסטאַנבולער אָפּערע־ און באַלעט־זאַל איז ניט פֿון אַ גרויסן פֿאַרנעם (בערך 800 פּערזאָן) איז די מערהייט אין פּובליקום דווקא געווען יונגע לײַט. אַ טייל פֿון זיי זענען געװען פֿרויען מיט האַלב־פֿאַרדעקטע קעפּ, אַ סימן פֿון צניעות און מוסולמענישער פֿרומקייט. דאָך האָט דאָס זיי נישט אָפּגעהאַלטן פֿון געניסן פֿון מערבֿ־קלאַסישע קאָנצערטן. ביליקע בילעטן קאָן אויך זײַן אַ סיבה, אָבער דער הויפּטדראַנג פֿאַרן פּובליקום איז זיך צו באַקענען מיט דער הויכער קונסט און אײַנזאַפּן די קלאַנגען און שיינקייט פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע קולטור־צענטערס.
אַן אַנדערער אינטערעסאַנטער באַזוך איז געווען אינעם ביוראָ פֿון דעם היגן פּען־קלוב, אַ פֿיליע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שרײַבער־אָרגאַניזאַציע. ווי געוויס, איז איינער פֿון זײַנע צילן צו קעמפֿן פֿאַר וואָרטפֿרײַהייט אומעטום און פֿאַרדאַמען יענע פֿאַלן וווּ אַזאַ מענטשנרעכט ווערט אונטערדריקט. דער ביוראָ איז אַ באַשיידענער און מיר האָבן דאָרט געקאָנט זען יערלעכע פּובליקאַציעס מיט שאַפֿונגען פֿון טערקישע אויטאָרן אין ענגלישער איבערזעצונג.
אָט די דרײַ באַזוכן — אויף דער „ערדקײַלעך טאָג”־קאָנפֿערענץ; אין דעם מלוכישן אָפּערע־ און באַלעט־צענטער און אין ביוראָ פֿון פּען — האָבן אַנטפּלעקט פֿאַר מיר די מערבֿדיקע השפּעה אויף טערקײַ, אין וועלכער דער איסלאַם איז די אָפֿיציעלע רעליגיע און איר באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון קנאַפּע 90 מיליאָן נפֿשות. אַ באַלערנדיקן שמועס האָב איך געפֿירט מיט פֿרוי שירה בן־ציון, פֿונעם ישׂראלישן קאָנסולאַט אין איסטאַנבול.
„וואָס שייך דער פּאָליטישער שפּאַנונג צווישן טערקײַ און ישׂראל — האָב איך זי געפֿרעגט — שעדיקט דאָס ניט די קולטור־באַציִונגען צווישן ביידע מדינות?‟
„ניין,‟ האָט זי מיר לאַקאָניש געענטפֿערט. „דאָס זענען צוויי באַזונדערע פֿלאַכן. וואָס ס’געשעט אויפֿן דיפּלאָמאַטישן ניוואָ האָט ניט קיין ווירקונג אויף דער קולטור-טעטיקייט. קינסטלערס און דעלעגאַציעס פֿון ישׂראל טרעטן אויף אין טערקײַ און טערקישע קינסטלערס באַטייליקן זיך אין אונטערנעמונגען אין ישׂראל.
מ׳האָט געקאָנט פֿילן בײַ דער דינאַמישער שירה בן־ציון, אַן אַדוואָקטין וואָס איז מוותּר געווען אויף איר פּראָפֿעסיע כּדי צו דינען איר מדינה ווי אַ דיפּלאָמאַטין, איר שטאַרקן ווילן און איניציאַטיוו צו פֿאַרפֿעסטיקן די אָנוועזנהייט פֿון ישׂראל אין אָט דער מעכטיקער מדינה. אין איסטאַנבול וווינען אַ 24,000 ייִדן; אַ סך אַ קלענערע צאָל אין אַנקאַראַ און אַנדערע שטעט.
איך האָב אויך געכאַפּט אַ שמועס מיט דער דירעקאָרין פֿון דער ייִדישער קהילה אין טערקײַ, וואָס האָט געבעטן נישט אָנגעבן איר נאָמען צוליב אַן אַלגעמיינער סענסיטיווקייט צו קאָנטאַקטן מיט דער פּרעסע בײַ ייִדישע פֿירער דאָ, און כ׳האָב זי געפֿרעגט, ווי זענען הײַנט די באַציִונגען צווישן די אָרטיקע ייִדן און די ישׂראלישע תּושבֿים פֿון טערקישן אָפּשטאַם?
„אין ישׂראל וווינען אַ 100,000 תּושבֿים פֿון טערקישן אָפּשטאַם. דאָס אַליין ווײַזט אָן ווי פֿאַרצווײַגט זענען די משפּחה־פֿאַרבינדונגען צווישן זיי און דער קהילה אין טערקײַ,‟ האָט זי געענטפֿערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.