„דרײַ און צוואָנציק און איך“ איז אַ פֿירמע וואָס פֿאָרשט די־ען־איי, דעם ירושה־שיפֿער פֿאַר יחידים, פֿאַר מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר. דאָס איז אַ נײַע זאַך. אַוודאי ווייסן מיר, אַז וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשערס טוען דאָס שוין דעקאַדעס, און פֿון אַ חיהס די־ען־איי קענען זיי שאַפֿן אַ נײַעם קלאָן, מיט אַלע פּיטשעווקעס די זעלבע ווי די ערשטע חיה. אָבער אַז מע קען אויף אַזוי ווײַט אַרײַנקריכן אין אַ יחידס גענעס און דערגרייכן פֿון וואַנעט ער שטאַמט און וואָס מיט אים וועט זײַן איז בײַ מיר געווען אַ גרויסער וווּנדער.
איך בין איין שבת געווען אַ גאַסט בײַ פֿרײַנד, און מע האָט דאָרטן אָנגעהויבן רעדן פֿון דער אינדיווידועלער די־ען־איי פאָרשונג וואָס זייער זון האָט זיך געלאָזט מאַכן. איך בין געזעסן פֿאַרשטוינט, מיט אַן אָפֿן מויל, די אויגן אויסגעגלאָצט און די אויערן אויפֿגעשפּיצט. ווײַזט אויס, אַז דער זון האָט לעצטנס באַקומען זײַן באַריכט פֿון דער גענאָם־פּראָבע־פֿירמע, געוויזן זײַנע עלטערן און יעצט, עפֿנטלעך, בײַם שבתדיקן טיש, מאַכן זיי פֿון דעם באַריכט חוזק ווײַל עס שטייט דאָרטן געשריבן, אַז ער האָט זעכציק פּראָצענט אייראָפּעיִש בלוט און פֿערציק פּראָצענט אַ געמיש פֿון אַפֿריקאַנער (נעגער) בלוט, אינדיאַניש בלוט און נעאַנדערטאַליש בלוט. זײַנע עלטערן האָבן זיך וועגן דעם גוט צעלאַכט ווײַל אויפֿן פּנים זעט דער זון אויס ווי אַנדערע ישיבֿה־בחורים.
אָבער מיט אַ מאָל הערט דער טאַטע אויף צו לאַכן און ווערט בלאַס. „איין מינוט!“ זאָגט ער. „איין מינוט. איך וויל אײַך עפּעס ווײַזן,“ און ער לויפֿט אַרויס פֿון צימער מורמלענדיק צו זיך אַליין: „איך ווייס נישט צי איך וועל עס קענען געפֿינען. וווּ האָב איך עס אַוועקגעלייגט?“
ווען ער איז צוריק געקומען פֿאָכעט ער זיך מיט עפּעס וואָס ער האַלט אין דער האַנט. „כ’האָב דאָס בילד געפֿונען!“ און ער גיט עס מיר די ערשטע צו באַקוקן.„וואָס זעסטו דאָרט?“ פֿרעגט ער מיך. ”דאָס איז די משפּחה מײַנע.“
„זייער אינטערעסאַנט,“ האָב איך אים געענטפֿערט. „איך האָב זיך קיין מאָל נישט באַקענט מיט דײַנע עלטערן. איך מיין, אַז דו זעסט אויס ווי די מאַמע, אָבער ווער איז די טונקעלע פֿרוי לעבן איר?“
„יאָ, יאָ, דאָס איז מײַן באָבע, דעם טאַטנס מאַמע. איך האָב קיין סך נישט אַרײַנגעטראַכט אין דעם. זי איז געשטאָרבן ווען איך בין נאָר געווען אַכט יאָר אַלט, אָבער איך געדענק, אַז איך האָב זי איין מאָל געפֿרעגט פֿאַר וואָס זי איז אַלע מאָל אַזוי ברוין פֿון דער זון, און זי האָט זיך גוט צעלאַכט אָבער איך געדענק נישט, צי זי האָט מיר עפּעס געענטפֿערט. אפֿשר האָט דער עלטער־זיידע חתונה געהאַט מיט אַ טונקעלער… אַ טונקעלע ספֿרדישע פֿרוי פֿון… מאַראָקאָ? איז מאַראָקאָ אין אַפֿריקע?“ און זײַן פּנים איז געוואָרן רויט ווי אַ בוראַק. „אַ שאָד וואָס איך האָב נישט בײַ וועמען זיך הײַנט נאָכצופֿרעגן…“
זײַן ווײַב איז מיט אַ מאָל געוואָרן אויפֿגעהײַטערט און געזאָגט אַז אינעם באַריכט וואָס דער זון האָט באַקומען שטייט אויך, אַז ער האָט אינדיאַניש בלוט, און זי גיט צו, אַז אפֿשר איז דאָס פֿון איר צד. אירע אויגן ווערן גרויס, און זי שאָקלט צו מיטן קאָפּ ווי זי וואָלט זייער געוואָלט באַשטימען אירע רייד. אַ חוץ איר מיט איר מאַן, דער זון און זײַן ווײַב בין איך און אַן אַנדערע גוטע פֿרײַנדינע געזעסן בײַם טיש, און זי האָט זיך אַפּנים געפֿילט זייער באַקוועם.
„איר ווייסט אַלע אַוודאי, אַז איך בין אַ גיורת און מײַן משפּחה איז געווען קאַטויליש, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. וואָס איך וויל זאָגן איז, אַז זיידע־באָבע מײַנע זענען אויסגעוואָקסן אין קליינע דערפֿלעך אין וויסקאָנסין. און אין צפֿון וויסקאָנסין געפֿינען זיך אינדיאַנער, אַמעריקאַנער אינדיאַנער…
„ווען איך בין געווען אַ קינד און באַזוכט זיידע־באָבע זענען מיר אָפֿט אַרויסגעפֿאָרן צו זען די צווינטערס פֿון די אינדיאַנער. זיי האָבן געמאַכט בערגלעך, באַגראָב־בערגלעך ווי דענקמאָלן אַנשטאָט מצבֿות.“ וואָס מער זי האָט דערציילט וועגן די אינדיאַנער אַלץ מער אויפֿגעלעבט איז זי געוואָרן, און דאָס אַליין איז מיר געווען אַ וווּנדער. שׂרה, אַזוי האָט זי געהייסן, איז בטבֿע געווען אַ שטילע טויב און זיך מער צוגעהערט צו אַנדערע ווי אַליין פֿאַרכאַפּט דאָס וואָרט. אָבער קיינער האָט גאָרנישט געזאָגט, נישט געוואָלט איר איבעררײַסן ווײַל דעם אמת געזאָגט איז אַלץ געווען אינטערסאַנט.
„די אינדיאַנער אין וויסקאָנסין האָבן געהייסן מענאָנײַטס און…“
„מענאָנײַטס? ווי קען דאָס זײַן? זיי זענען אַ דײַטשישע סעקטע!“ האָב איך געזאָגט.“
„נו, עפּעס אַזוי! מעטאַנאָמי, מענאַטאָני…“ און מיר האָבן זיך צעלאַכט.
„ניין, ניין!“ האָט שׂרה כּמעט געשריגן ”מענאָמעני! יאָ! דאָס איז עס. זיי האָבן געהייסן די מענאָמעני אינדיאַנער.“
„וואָס מאַכט עס אויס ווי זיי הייסן?“ האָט די אַנדערע פֿרוי געפֿרעגט. ”פֿאַר וואָס האָסטו גאָר אָנגעהויבן דערציילן וועגן זיי? כ’האָב שוין פֿאַרגעסן.“
יעצט איז שׂרהס געוויינלעכע בלאַסע צערע געוואָרן רויט ווי אַ טרוסקאַווקע.
„מע האָט געשעפּטשעט אין דער משפּחה, ווען מע האָט געמיינט, אַז די קינדער הערן נישט, אַז די באָבע איז ווי אַ מיידל געווען אַ ביסל ווילד, נישט געפֿאָלגט, אַהיימגעקומען שפּעט בײַ נאַכט און צום סוף האָט מען זי אַוועקגעשיקט קיין קאָנעטיקאָט צו אַ מומע. און דאָרטן, נאָך אַ ווײַלע, האָט זי זיך באַקענט מיטן זיידן און חתונה געהאַט.“
„איז וואָס?“
„נו, ווער ווייסט פֿאַר וואָס מע האָט זי אַוועקגעשיקט?“
„אוי! ס׳אַראַ סקאַנדאַל! דו ביסט מרמז אַז זי האָט זיך — און די חבֿרטע האָט זיך צעהוסט — פֿאַרליבט אין אַן אינדיאַנער מיט פֿעדערן אין די האָר און לעדערנדע הויזן? אַזוי ראָמאַנטיש!“
„איר לאַכט פֿון מיר, אָבער ווער קען באמת וויסן וואָס איז מיט עמעצן געשען נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט? און, יאָ, ס׳איז אַ ביסל ראָמאַנטיש,“ האָט זי צוגעגעבן און איז אַרײַן אין קיך זיך פּאָרען מיטן געפֿעס.
איך בין זי נאָכגעגאַנגען אין קיך אַרײַן איר צו העלפֿן. כ׳האָב באַדויערט וואָס שׂרה איז אַוועק פֿון טיש פֿאַרשעמט, האָב איר געזאָגט ווי גוט אַלע אירע מאכלים זענען געווען און ווי אינטערעסאַנט איר מעשׂה איז געווען. דערנאָך האָבן מיר אָפּגעבענטשט און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. גייענדיק האָב איך זיך דערמאָנט, אַז דער זון פֿון מײַנע פֿרײַנד האָט זיך ערשט דערוווּסט פֿון דער די־ען־איי פֿירמע פֿון זעלדען, די פֿרײַנדינע מיט וועמען איך בין געגאַנגען.
„זעלדע, איך האָב מער נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם ענין בײַ זיי, אָבער וואָס מיינט עס, אַז דער זון האָט נעאַנדערטאָלע גענעס?“
„אַלע מענטשן האָבן זיי. ווייסטו דאָס נישט?“
„ניין, איך האָב קיין מאָל אַפֿילו אויף אַ סעקונדע וועגן דעם נישט געטראַכט. פֿרומע ייִדן רעדן קיין מאָל נישט וועגן דעם, וועגן נעאַנדעטאָלן. מע האַלט, אַז דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן אָדם הראשון, און אַלע מענטשן שטאַמען פֿון אים. איז דען אָדם הראשון געווען אַ נעאַנדעטאָל? ס׳אַראַ נאַרישקייט!“
„מיר האָבן נישט קיין צײַט יעצט אַרײַנצוגיין אין דעם גאַנצן וויכּוח צווישן רעליגיע און וויסנשאַפֿט. אפֿשר אַן אַנדערד מאָל און אפֿשר קיין מאָל, אָבער זיכער נישט יעצט!!“
„אָבער מיר רעדן שוין יאָ וועגן דעם און מיר האָבן נאָך עטלעכט בלאָק צו גיין, איז זאָג מיר כאָטש וואָס די האָסט אויסגעפֿונען פֿון דײַן די־ען־איי באַריכט. צי איז זי געווען אינטערעסאַנט? דו האָסט מיר נאָך נישט דערציילט וועגן דעם.“
„ביז גאָר אינטערעסאַנט! איך האָב אויסגעפֿונען אַז איך בין גאָר אַ פֿאַרשפּרייטער פֿון העמאָפֿיליע און עטלעכע אַנדערע קרענק. איז טאַקע אַ נס וואָס מײַן מאַן האָט נישט געטראָגן די זעלביקע גענעס, און די קינדער מײַנע זענען, פּו־פּו־פּו, געבוירן געוואָרן אָן די קרענק. איך האָב אויך אויסגעפֿונען, אַז איך בין אינסולין־אויסהאַלטעוודיק, און דערפֿאַר איז מיר שווער צו פֿאַרלירן וואָג, וואָס איך פּרוּוו טאָן שוין זינט די צענערלינג־יאָרן, ווי דו זעסט, אָן קיין שום סוקסעס. פֿאַרלירן אַ פֿונט קומט מיר אָן מיט די גרינע ווערעם.“
„מיינסטו אַז אַלץ וואָס שטייט דאָרטן געשריבן איז וואָר?“
„דיר צו זאָגן דעם עכטן, ריינעם אמת בין איך נישט זיכער, ווײַל דאָרטן שטייט דײַטלעך געשריבן, אַז איך האָב נישט די גענע פֿאַר ברוסטראַק, און דו ווייסט דאָך זייער גוט, אַז כ׳האָב אָט ערשט געענדיקט די כעמאָטעראַפּיע און ראַדיאַציע פֿאַר ברוסטראַק. נו, אויב דו ווילסט קענען מיר נאָך רעדן וועגן דעם נאָך שבת.“
איך בין געווען זייער נײַגעריק צו הערן וואָס נאָך זעלדע האָט געהאַט צו דערציילן וועגן איר די־ען־איי באַריכט, האָב איך איר געקלונגען זונטיק פֿיר אַ זייגער נאָך מיטאָג באַלד נאָך מײַן זומבאַ־קלאַס און געווען זייער איבערראַשט צו הערן דעם אָנזאָג אויף איר ענטפֿערקע וואָס האָט מיר געזאָגט, אַז זי איז אין מעקסיקע אויף צוויי וואָכן און וועט אַלעמען צוריקקלינגען ווען זי קומט צוריק אַהיים. ס׳איז אמת, אַז זי האָט מיר געהייסן קלינגען נאָך שבת… נו, זונטיק איז נאָך שבת! וועלן מײַנע פֿראַגעס מוזן וואַרטן. זיי זענען דאָך נישט לעבנס וויכטיק!
אָבער וואָס מער כ׳האָב געטראַכט וועגן די־ען־איי אַלץ מער פֿראַגעס האָב איך געהאַט. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל אויסגעפֿינען וועגן מײַן אייגן די־ען־איי. אפֿשר וועל איך אויסגעפֿינען עפּעס מאָדנע ווי, למשל, איך האָב כינעזישע גענעס, צי איך האָב גענעס וואָס געבן מיר אַ מאָדנע טענדענץ צו עסן לעקעך שפּעט בײַ נאַכט, און דערפֿאַר לייג איך אַזוי גרינג אָן וואָג. האָב איך אָנגעקלונגען צו דער פֿירמע, זיי געגעבן מײַן קרעדיט־קאַרטל נומער און באַשטעלט דאָס פּראָבע־פּעקל. ס׳איז געקומען מיט צוויי טעג שפּעטער, און אַלץ איז געווען אַזוי גרינג, אַז פֿופֿצן מינוט נאָך דעם וואָס איך האָב דרײַ מאָל אַרײַנגעשפּיגן אין אַ פּראָבירקע, האָב איך עס שוין געהאַט אײַנגעפּאַקט, צוגעגאַנגען צון אַ פּאָסטקעסטל, אַרײַנגעוואָרפֿן און פֿאַרטיק!
איך האָב נישט געוווּסט, אַז איך בין אַ ביסל אויפֿגעהײַטערט, אָבער ווען מײַנער אַ פֿרײַנד, אַ וויסנשאַפֿטלער וואָס זײַן ספּעציאַליטעט איז ראַקפֿאָרשונג, האָט מיר געקלונגען האָב איך גלײַך אָנגעהויבן רעדן זייער גיך און אים באַלד דערציילט די גאַנצע מעשׂה: „נתן, זעסט ווי אַלץ איז באַשערט? מיר האָבן שוין עטלעכע וואָכן נישט גערעדט און דווקא הײַנט קלינגסטו מיך אָן אַ האַלבע שעה נאָך דעם וואָס איך האָב באַלייגט מײַן די־ען־איי פּראָבקע.“
און נתן, פֿון וועמען כ’האָב קיין מאָל נישט געהערט קיין קרום וואָרט האָט אָנגעהויבן צו שרײַען: „וואָס? ביסטו משוגע געוואָרן? די פֿירמעס וואָס פֿאַרקויפֿן די פּראָבע־פּעקלעך פֿאַרדינען אַ סך געלט פֿון נאַרישע לײַט. די פֿירמעס ווייסן נישט וואָס זיי טוען. זיי קלײַבן צונויף אַ סך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרקויפֿן די דאַטן און שאַרן געלט ווי מיסט פֿון נאַיִווע שעפּסעלעך ווי דו. זיי פֿאַרשטייען נישט די מוטאַציעס פֿון די קאַמערלעך און זייערע אָפּווײַכן… און דאָס וואָס זיי וועלן דיר זאָגן קען אַפֿילו זײַן אין גאַנצן פֿאַלש!!“ ער האָט גערעדט גאַנצע פֿופֿצן מינוט כּמעט אָן צו כאָפּן אַן אָטעם און דעם אמת געזאָגט האָב איך זייער ווייניק פֿונעם וויסנשאַפֿלעכן זשאַרגאָן פֿאַרשטאַנען. נאָר איך האָב זייער גוט פֿאַרשטאַנען, אַז ער מיינט איך בין אַ שוטה, אַ בהמה. אויב טאַקע אַזוי, איז וואָס? כ’האָב חלילה עמעצן דערהרגעט? נישט מער ווי דאָס געלט איז געגאַנגען אין ניוועץ. אָבער איך האָב אויסגעפֿונען אַז ער איז אַ כּעסן און אַ סנאָב דערצו. נישט אַלע האָבן אַ דאָקטאָראַט אין ראַק־גענעטיק! צעשרײַ איך זיך דען אויף מענטשן פּשוט ווײַל זיי קענען נישט לייענען שלום־עליכם אויף ייִדיש?
נו, מיט צען טעג שפּעטער האָב איך דורך בליצפּאָסט באַקומען די רעזולטאַטן און ער, נתן, איז געווען, מער ווייניקער, גערעכט. איך האָב דאַרטן גאָרנישט געלייענט וואָס איך האָב נישט שוין פֿון פֿריִער געוווּסט. מײַן אָפּשטאַם איז 98.1 פּראָצענט אייראָפּעיִש און 1.9 פּראָצענט מיטל־מיזרחדיק. ברוך השם, איך האָב נישט קיין שום קרענק און איך בין נישט קיין פֿאַרשפּרייטערין פֿון קיין שום קרענק (אויב מע קען דעם באַריכט גלויבן!) די אַנדערע זאַכן וואָס שטייען דאָרטן געשריבן זײַנען:
*בײַ מיר איז דער צוויטער פֿוספֿינגער פֿונעם גראָבן לענגער ווי דער גראָבער: דאָס איז אמת און דערפֿאַר קומט מיר אָן מיט די גרינע ווערעם צו קויפֿן באַקוועמע שיך.
*איך קען נישט פֿאַרדײען מילך. דאָס האָט נאָר פּאַסירט מיט קנאַפּע איין יאָר צוריק. איך מוז יעצט אײַננעמען לאַקטאָס־טאַבלעטן אָדער עסן ווייניקער קעז. נישט קיין גרויסע שוועריקייט. כ’האָב שוין מיט מזל פֿאַרלוירן צוויי פֿונט.
*איך קען עסן וויפֿל פֿעטס איך וויל און נישט אָנלייגן קיין וואָג. הלוואַי!
*איך קען שפּירן ווען מע קאָכט ספּאַרזשע. איך קען שפּירן אַ סך זאַכן. איז וואָס?
און עטלעכע אַנדערע נאַרישע באַמערקונגען וואָס גייען מיר אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי, אָבער ס’איז פֿאָרט אינטערעסאַנט וואָס מע קען דאָס אַרויסדרינגען פֿון אַ ביסל שפּײַעכץ. מער אינטערעסאַנט איז, אַז מע האָט גאָרנישט געשריבן וועגן אַ גענע וואָס איך ווייס אויף זיכער, אַז איך האָב זי: די cilantro גענע פֿון וועלכער איך לײַד טאַקע אַ סך, ווײַל ווען איך נעם אין מויל אַרײַן עפּעס מיטן מינדסטן פּיצל cilantro מוז איך דאָס גלײַך אויסשפּײַען ווײַל איך מײן אַז איך האָב זייף אין מויל. און איך בין נישט די איינציקע. אַ סך מענטשן האָבן די גענע, אָבער דאָס האָט מען נישט דערמאָנט.
די אונטערשטע שורה איז ב“ה האָט מען נישט געפֿונען בײַ מיר קיין קרענק און דאָס אַליין איז געווען ווערט דאָס געלט. דאָס וויל איך גלויבן. די אַנדערע באַמערקונגען וואָלטן מיר אַ פֿאָרזאָגערין אויף אַ יאַריד וואָס קוקט אויף די ליניעס אויף דער דלאָניע אָדער אין אַ קרישטאָלענעם קײַלעך מיר אויך געקענט זאָגן. איך באַדויער נישט דאָס געלט. אַז מע פּרוּווט נישט ווייסט מען נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.