פֿאַראַכטאָגן האָט דער „ייִוואָ‟ געלאָזט וויסן, אַז אַחוץ די שוין־באַקאַנטע דאָקומענטן וואָס די „פּאַפּירענע בריגאַדע‟ האָט באַוויזן צו ראַטעווען, האָט מען לעצטנס אַנטדעקט אין ווילנע נאָך 170,000 זײַטן פֿון דאָקומענטן, וועמענס עקסיסטענץ איז ביז איצט ניט געווען באַקאַנט. די נײַע דאָקומענטן וועלן דיגיטאַליזירט ווערן ווי אַ טייל פֿונעם „ווילנער פּראָיעקט‟, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם „ייִוואָ‟ בשותּפֿות מיט דער מלוכישער ביבליאָטעק פֿון ליטע.
צווישן די לעצטנס אַנטדעקטע אוצרות האָט מען געפֿונען לידער פֿון חיים גראַדע, פּערזענלעכע בריוו פֿון שלום־עליכם און צען לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס ער האָט געשריבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. נײַן פֿון די לידער זענען שוין באַקאַנט דער וועלט אָבער ד׳׳ר דוד פֿישמאַן, געשיכטע־פּראָפֿעסאָר פֿון „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, וואָס האָט איבערגעקוקט די מאַטעריאַלן, האָט באַמערקט, אַז איינער פֿון די לידער איז בכלל קיינמאָל פֿריִער ניט פּובליקירט געוואָרן. אָט ברענגען מיר, צום ערשטן מאָל, דאָס ליד „צום ברודער‟, וואָס סוצקעווער האָט אָנגעשריבן דעם 9טן אַפּריל, 1943. דעם ברודער, משה סבֿיר, צו וועמען דער פּאָעט ווענדט זיך, האָט עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
… שטאַרקער פֿאַר נקמה אָן די שעכטער פֿון דײַן מאַמען —
זאָל זײַן דײַן ליבשאַפֿט צו דײַן מאַמעס האַרץ,
וועמעס קערנער ס׳טראָגן זיך ווי פֿרילינגדיקע ריחות,
און וועלן בײַ דײַן מידבר־שוועל
אויס ביינערדיקע זאַמדן,
אַרויסבליִען פֿאַר דיר,
אין שעה פֿון ביטערקייט, —
אָ גאָט!
###ב
און מײַן געזאַנג זאָלסטו ניט זוכן
און ניט דעם רעשט פֿון מײַנע גלידער,
נאָר וווּ דו ביסט, דו איינציקער פֿון ברידער,
אַ הויפֿן מידבר־זאַמד זאָלסטו פֿאַרזוכן;
וועט דיר יעדער זאַמד באַזונדער
ברענגען גרוסן פֿון דער נידער;
וווּ ניט אויסגעלייזטער וווּנדער
בינדט דעם קוואַל פֿון מײַנע לידער
דעם 9טן אַפּריל, 1943.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.