אַלטע ייִדישע לידער אויף ס'נײַ געבוירן

Old Yiddish Songs Reborn


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published October 27, 2017.

עס רעדט זיך דאָ נישט בלויז וועגן אַלטע פֿאָלקסלידער, נאָר אויך טעאַטער־ און אַנדערע פּאָפּולערע לידער פֿון אַמאָל: לידער וועגן אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, פֿרויען־רעכט, געזעלשאַפֿטלעכע סקאַנדאַלן. צו מאָל זענען די לידער גאַנץ נאַריש אָבער האָבן אַ היסטאָרישן ווערט, און אַנדערע מאָל האָבן זיי גאָרנישט קיין שײַכות מיט דער הײַנטיקער וועלט, אָבער די ליריק, די פּאָעזיע, קלינגען נאָך הײַנט שטאַרק און קינסטלעריש.

דעריבער טוט מיר הנאה ווען איך באַקום נײַע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער וואָס ווײַזן אַז די מוזיקער און זינגער האָבן געניט אױסגעזוכט זעלטן באַקאַנטע לידער. לעצטנס האָב איך זיך צוגעהערט צו צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך וועלכע נעמען אַרײַן זעלטענע ייִדישע לידער אָבער פֿון צוויי פֿאַרשיידענע ייִדישע וועלטן. אויף אַבֿישי פֿישס רעקאָרדירונג „דער ליבע־גאָרטן” הערט מען אַלטע ייִדישע באַלאַדעס, וואָס מע האָט קיין מאָל נישט פֿריִער רעקאָרדירט און אויף וויווי לאַקס’ קאָמפּאַקטל „קאַטשאַנעס” נעמט מען אַרײַן לידער פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער געשיכטע פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

לאָמיר אָנהייבן מיט „קאַטשאַנעס”. דאָס איז אַ זשאַרגאָנוואָרט פֿאַר אַ ייִדישער קאַפּעליע אין לאָנדאָן בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, וואָס האָט געשפּילט פּאָפּולערע ייִדישע מוזיק. עס האָט אויך געהאַט אַ צווייטן באַטײַט — „נאַרישקייט”.

די זינגערין וויווי לאַקס, וואָס פֿירט אָן מיט דער גרופּע, וווינט אין לאָנדאָן און גיט באַלד אַרויס אַ בוך וועגן דער פּאָפּולערער קולטור פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אין לאָנדאָן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. פֿון צײַט צו צײַט פֿירט זי אָן מיט מוזיקאַלישע שפּאַצירן אין דער אַלטער ייִדישער געגנט פֿון לאָנדאָן, „די איסט־ענד”. אויף „יו־טוב” קען מען זען ווי זי זינגט דאָס ליד „סאָלאָמאָן לוי” אויף אַזאַ שפּאַציר.

דאָס קאָמפּאַקטל „קאַטשאַנעס” גיט דעם צוהערער אַ געפֿיל פֿונעם אַמאָליקן ‚מוזיק־האָל”, דעם טעאַטער אין ענגלאַנד, וווּ מע האָט געזען וואָדעוויל און געהערט פּאָפּולערע לידער ווי „געוואַלד פּאָליס!” און „סלעק טײַם”; אַ קאָמיש ליד וואָס מישט אַרײַן אַ סך ענגלישע ווערטער פֿון יענער צײַט. אין אַלגעמיין, לויט וויווי לאַקס — „גיבן די לידער אַ בליק אַרײַן אין אַן אָרעמער, ענערגישער און צעשפּאָלטענער קהילה אין אַ תּקופֿה ווען מע האָט זיך באַמיט זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער נײַער היים און נײַער קולטור, אָבער אָן צו פֿאַרלירן די אייגענער אידענטיטעט.”

די אויסגעצייכנטע קאַפּעליע באַשטייט פֿון דער זינגערין און פֿאָרשערין וויווי לאַקס, דער סאַקסאָפֿאָניסטקע סאַראַ מאָר, דער פֿידלערין פֿלאָראַ קורזאָן, און פּיאַניסטקע און זינגערין רעבעקאַ וועדעל. עס איז קלאָר, אַז די קאַפּעליע איז אויך אינספּירירט געוואָרן פֿונעם אַמאָליקן ראַדיקאַליזם פֿונעם אימיגראַנטן־דור אין לאָנדאָן, און אין אַזוינע לידער ווי „מזל”, בינדט מען צונויף יענעם אידעאַליזם מיטן הײַנטיקן אַקטיוויזם. 

„קאַטשאַנעס” וויל, אַז דער צוהערער זאָל גוט פֿאַרברענגען מיט לעבעדיקע און קאָמישע לידער, אָבער וויל אויך, אַז מע זאָל פֿילן די צרות פֿון די ייִדישע אימיגראַטן פֿון אַמאָל. די קאָמבינאַציע פֿון פֿרייד און טרויער איז דאָך אַן עכט ייִדישע. כּדי אויסצוגעפֿינען מער וועגן דער קאַפּאַליע און רעקאָרדירונג, גיט אַ קוק אויף דעם לינק:

//www.katshanes.com/gallery.html

דאָס צווייטע קאָמפּאַקטל „דער ליבע־גאָרטן — באַלאַדעס” פֿון אַבֿישי פֿיש אין ישׂראל איז ממשיך זײַן נאָוואַטאָרישע מוזיקאַלישע נסיעה. אויף דער רעקאָרדירונג זינגט ער אַלטע ייִדישע פֿאָלקבאַלאַדעס און נײַערע באַלאַדעס פֿון אַנדערע שפּראַכן איבערגעזעצט אויף ייִדיש. זײַן צוגאַנג איז אַ טעאַטראַלישער לויט דער טראַדיציע פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל. כאָטש מע וואָלט זיך אפֿשר נישט פֿריִער געקענט פֿאָרשטעלן, אַז אַזאַ צוגאַנג פּאַסט פֿאַר אַלטע ייִדישע באַלאַדעס, איז פֿיש מצליח בײַם אַרויסברענגען דעם טרויער אין דער פֿאָלקבאַלאַדע, „ווי אַ מענטש ווערט געבוירן”:

ווי אַ מענטש ווערט געבוירן, וויגט מען אים אין אַ וויג.
און ווען ער קומט אין די מיטעלע יאָרן שפּרינגט ער אַזוי ווי אַ ציג.
און ווען ער קומט אויף די עלטערע יאָרן שטאַרבט ער ווי אַ פֿליג.

כאָטש די באַלאַדע און אַנדערע אויפֿן קאָמפּאַקטל זענען גאָר אַלט האָט מען זיי קיין מאָל נישט פֿריִער רעקאָרדירט. פֿישעס אויסטײַטש פֿון געוויסע באַלאַדעס שטימען זיכער נישט מיט ווי מע וואָלט זיי פֿאַרשטאַנען אין פֿריִערדיקע דורות. ער זינגט, למשל, „איך האָב געליבט אַ מיידעלע פֿון 18 יאָר” מיט איראָניע, אַפֿילו מיט חוזק. אָבער מיט 150 יאָר צוריק וואָלט דער עולם, געוויינטלעך אַן עולם פֿון פֿרויען, זיך מסתּמא צעוויינט. דערצו קלינגט זײַן קול בכּיוון ווי אַ געקינצלטן פֿרויען־שטים, און דאָס מאַכט שווערער דער צוהערער זאָל פֿילן טרויער בײַם הערן דאָס ליד. פֿון דער אַנדערער זײַט, הייבט זײַן קול אַרויס די פֿראַגעס — ווער איז דער נאַראַטאָר אין דעם ליד? פֿאַר וועמען האָט מען דאָס ליד געשאַפֿן, מענער אָדער פֿרויען? די ענטפֿערס זענען נישט קיין קלאָרע.  

 לידער ווי „דאָס פֿערצנטע יאָר”, אַ פֿאַרשפּרייט ליד פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה וועגן אַ טויטן זעלנער, זענען פֿול מיט בלוטיקייט; גאַנץ אַנדערש פֿון דעם געוויינטלעכן רעפּערטואַר ייִדישע לידער. זענען מיר דעריבער שולדיק אַ דאַנק אַבֿישי פֿישן, זײַנע געסט, די זינגער — דן אלמגור און שולי נתן — און דער גוואַלדיקער קאַפּעליע — פֿאַר דעם נײַעם קאָמפּאַקטל, „דער ליבע־גאָרטן — באַלאַדעס”; אויף ענגליש — The Love Garden/Ballads פֿון Avishai Aleksander Fisz. 

צו זען ווי אַבֿישאי פֿיש זינגט „אין טאָרבע פֿונעם ווינט” גיט אַ קוועטש דאָ: